Oyneg Shabes

ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

  • Print
  • Share Share

די וואָך האָט קיינער ניט געטראָפֿן דאָס ליד, וואָס איז אַ חידוש, ווײַל ס׳איז אַ מאָל געווען גוט באַקאַנט, און אַ סך חסידים פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן ראַדיאָ קענען עס פֿון הענעך סאַפּאָזשניקס „ייִדישן ראַדיאָ־פּראָיעקט‟. דאָס איז די פּאַראָדיע פֿונעם WEVD־ליד געזונגען פֿון די ברידער באַרטאָן, צוזאַמען מיט זייער פּאַראָדיע פֿון דער „דזשאָו און פּאָל‟-רעקלאַמע. אַ ביסל מער וועגן זיי קען מען לייענען אויף סאַפּאָזשניקס וועבזײַטל: //www.yiddishradioproject.org/exhibits/commercials/commercials.php3?pg=3

הערט דאָס גאַנצע ליד:

מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַן אַנדער ליד, רעקאָרדירט ניט אַזוי לאַנג צוריק. די פֿון אײַך, וואָס קענען דעם רעפּערטואַר פֿונעם מוזיקער זיסל סלעפּאָוויטש, האָבן עס מסתּמא געהערט — נאָר מיר בעטן זיסלען אַליין ניט אויסצוזאָגן דעם סוד! שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר און זינגער, וועט דער ערשטער געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com.

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.