Oyneg Shabes

ווי געפֿינט מען אַ הײמישן גנבֿ?

How to Find a Thief

  • Print
  • Share Share

װען איך הײב אָן צו זוכן עפּעס אַ זאַך אָדער מײַנע אַלטע נאָטיצן, האָט מײַן מאַמע, אַ לעבן אױף איר, תּמיד רחמנות אױף מיר — פֿון אַ הײמישן גנבֿ, זאָגט זי, קען מען זיך ניט באַװאָרענען.

נו, און װי אַזױ כאַפּט מען דעם הײמישן גנבֿ? איך פֿאַרשטײ, װען עס רעדט זיך װעגן אַ רױבער, אַ שלעסער־האַקער, אַ גזלן, אַ קאַרמאַנשטשיק… אָבער, גײ און גיב זיך אַן עצה און כאַפּ אַ גנבֿ אַ רוח, אַ באַשעפֿעניש אָן אַ קערפּער. ס’איז טאַקע אַ קשיא אױף אַ מעשׂה.

די ייִדן, דאַכט זיך, האָבן זיך שטענדיק באַצױגן מיט אַ סך רעספּעקט צו די „אַל די רוחות‟, און אַפֿילו מורא געהאַט אױסרעדן דאָס „שלעכטע װאָרט‟. די מנה־יפֿה פֿרײלעכע, בײזע, קונדסעװאַטע און ברידקע אָנקערפּערדיקע בריות האָט מען גערופֿן מיט אײן װאָרט — דער ניט־גוטער, טפֿו־טפֿו־טפֿו! באַהיט זאָל מען װערן. און גלײַך מיט דעם, אין אַ סך קבלה־מעשׂהלעך װערט דערצײלט װעגן די ניט־גוטע, װעלכע נעמען אָן אַ צורה פֿון אַ שװאַרצן הונט אָדער אַ שװאַרצער קאַץ. צו קעמפֿן מיט אַזאַ פֿאַרזעעניש האָט געקענט נאָר אַ גרױסער צדיק, און װוּ נעמט מען אַזױ פֿיל צדיקים, כּדי צושטעלן זײ צו יעדער ייִדישער שטוב? האָבן די ייִדן צוגעטראַכט און אױספּראָבירט אַ בינטל סגולות און אָפּשפּרעכענישן, כּמעט אַלע אין נוסח פֿון די „דרײַ װײַבער, װעלכע זיצן אױף אײן שטײן‟. אָבער, אַחוץ די טראַדיציאָנעלע, זײַנען אױך דאָ אַזעלכע, צו װעלכע מע דאַרף האָבן אַ גוטן שעפֿערישן קאָפּ און אַ סך פֿאַנטאַזיע.

אין װאַרשע דערצײלן די אַלטע ייִדענעס, אַז מיט גוטע צװײ מאות יאָר צוריק האָט געװױנט אַ פֿרױ, װעלכע האָט געהאַט אַ שװאַרצן שפּיגל, און אַז מע קוקט אַרײַן אין דעם־אָ שװאַרצן שפּיגל, גלײַך זעט מען דעם גנבֿ. אין אַ שװאַרצער שטוב, װוּ עס שטײט דער שװאַרצער שפּיגל, איז אין גאַנצן פֿינצטער, די װענט זײַנען פֿאַרהאָנגען מיט שװאַרצן שטאָף און אױפֿן שוואַרצן טיש ברענט אַ שװאַרצע ליכט. יעדער אײנער, װער ס׳גײט נאָר אַרײַן אין דער שװאַרצער שטוב, כּדי אַ קוק טאָן אינעם שװאַרצן שפּיגל, מוז גײן גלײַך און זיך ניט אומקוקן. אַזױ אױך בײַם אַרױסגײן פֿון דער שטוב. און טאָמער קוקט ער זיך אום, קען ער, חלילה, שטאַרבן.

אָט אַזאַ שײנע מעשׂה… איז אפֿשר בעסער טאַקע אַ שפּײַ טאָן סײַ אױפֿן גנבֿ און סײַ אױפֿן צוגעגנבֿעטן? װײַל װאָס איז דער שׂכל? קודם־כּל, ניט אַלע ייִדן האָבן צײַט זיך אַרײַנכאַפּן אין װאַרשע, און צװײטנס, אַז איר װעט שױן יאָ װיסן דעם נאָמען פֿונעם גנבֿ, װעט אײַך גרינגער װערן? גיט אַ גוטן טראַכט אײדער איר פֿאָרט קײן װאַרשע צו זוכן די פֿרױ מיטן שװאַרצן שפּיגל.

פֿאַר די געדולדיקע ייִדן האָב איך אַ סך אַ בעסערע און מער זיכערע פּראָצעדור װי אַזױ דערגײט מען דעם נאָמען פֿון אַ גנבֿ:

מע דאַרף זיך אַװעקזעצן צום טיש, װאָס איז געמאַכט געװאָרן אָן צװעקעס, און בכלל אָן אײַזן. נאָך דעם, לײגט אַרױף די הענט מיט די דפֿקן אױפֿן טיש. און װײַטער זאָלט איר האַלטן די הענט אױפֿן טיש אַזױ לאַנג, ביז דער טיש װעט זיך אױפֿהײבן. אַז דער טיש האָט זיך שױן יאָ אױפֿגעהױבן אין דער לופֿטן, דאַן דאַרפֿט איר פֿרעגן בײַם טיש (ס’פֿאַרשטײט זיך, אַז אױף ייִדיש): „טיש, זאָג מיר, װער ס’האָט געגנבֿעט?‟ און װײַטער דאַרפֿט איר אױסרעכענען די גאַנצע רשימה פֿון די מענטשן, װעלכע איר זענט חושד. בײַ װעלכן נאָמען דער טיש װעט זיך אַראָפּלאָזן און אַ קלאַפּ טאָן, דער איז טאַקע דער הײמישער גנבֿ.

איך װײס ניט װי אײַך, נאָר די פּראָצעדור מיטן טיש געפֿעלט מיר אַ סך בעסער װי די פּראָצעדור מיטן שװאַרצן שפּיגל. אַפֿילו אױב דער טיש װעט אײַך אַראָפּפֿאַלן אױפֿן פֿוס, איז דאָך אױך נישקשה, - בלײַבט איר כאָטש זיכער מיטן לעבן. און אױב דער טיש װעט זיך ניט אױפֿהײבן, איז אױך ניט קײן טראַגעדיע, - מיר, ייִדן זײַנען אַ געדולדיק פֿאָלק, מיר קענען צוּװאַרטן ביז משיח װעט קומען, און דאַן, אָן אַ ספֿק, װעט באַלד קלאָר װערן װער ס׳האָט בײַ אײַך צוגעגנבֿעט דעם אַלטן זאָק מיט אַ לאָך.