Oyneg Shabes

כּ”א כּסלו־פֿײַערונג

Kof-Alef Kislev Celebration

  • Print
  • Share Share

טויזנטער סאַטמאַרער חסידים זײַנען זיך צונויפֿגעקומען דעם 13טן דעצעמבער (כּ”א כּסלו), כּדי אָפּצומערקן דעם טאָג, ווען דער ערשטער סאַטמאַרער רבין, ר׳ יואל טייטלבוים, איז אַנטלאָפֿן פֿון אונגאַרן און האָט זיך געראַטעוועט פֿון די נאַציס. דער רבי איז געפֿאָרן מיט אַ ספּצעילער באַן, דעם אַזוי־גערופֿענעם „קאַסטנער־טראַנספּאָרט‟, וואָס איז אָנגעקומען אין דער שווייץ, וווּ דער רבי האָט געלעבט ביזן סוף פֿון דער מלחמה.

מיר ברענגען אײַך אַ ווידעאָ פֿון איינער פֿון די דאָזיקע פֿײַערונגען — נאָר פֿון איינער, ווײַל הײַנט איז פֿאַראַן ניט איין סאַטמאַרער רבי, נאָר צוויי, די ברידער אַהרן און זלמן־לייב. די „זאָליס‟, וואָס שטיצן זלמן־לייבן, האָבן אָרגאַניזירט די דאָזיקע פֿײַערונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם „ניו־יאָרק סטייט אַרמאָרי‟ אין קראַון הײַטס, ברוקלין.