Oyneg Shabes

צוריק אַהיים

Back Home

  • Print
  • Share Share

אין דעם ייִדישן קהילה־צענטער פֿון סאַנקט־פּעטערבורג האָט באַזוכט אונדזער „פֿאָרווערטס‟־מיטאַרבעטער פּראָפֿ’ מיכאל קרוטיקאָוו. ער האָט געהאַלטן אַ לעקציע וועגן דער סאָוועטיש־ייִדישער ליטעראַטור נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. עס שטעלט זיך די פֿראַגע, ווי אַזוי צו לייענען די דאָזיקע ליטעראַטור, וואָס איז אַ מאָל איבערגעלאָדן מיט פּראָפּאַגאַנדע, און וואָס 80% דערפֿון טויג ניט לכל־הדעות. נאָר ווי אַזוי לייענט מען די צענדליקער באמת גוטע שרײַבער? מע קען לייענען קעגן דעם פּשט, זוכן רמזים, געפֿינען די פֿונקען ייִדישקייט, וואָס דער צענזאָר האָט דורכגעלאָזט; אָבער אַזאַ מעטאָדיק מאַכט דעם לייענער אַליין פֿאַר אַ מין צענזאָר.

קרוטיקאָוו פּרעזענטירט אַן אַנדער אופֿן זיי צו לייענען אויפֿן סמך פֿון צוויי סאָוועטישע שרײַבער, יוסף ראַבין (1900־1987) און יחיאל שרײַבמאַן (1913־2005). ביידע געטרײַע בירגער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט זייער ייִדישקייט זיך דאָך צונויפֿגעפּאָרט מיט זייער סאָוועטישקייט, ספּעציעל אין די יאָרן גלײַך נאָך דער מלחמה. ווי אַ סך אַנדערע, האָבן זיי געשריבן וועגן אומקערן זיך אַהיים צום שטעטל, באַנײַען דאָס לעבן, חתונה האָבן, האָבן קינדער אאַז”וו, און דערבײַ זיך באַניצט מיט אַ סך ייִדישע מאָטיוון. קרוטיקאָוו ברענגט ווי בײַשפּילן ראַבינס מעשׂה „אַ רײַזע אַהיים‟ און שרײַבמאַנס „די ווענט‟.