Oyneg Shabes

אַ גילבערט און סאָליוואַן־פּורים־שפּיל

A Gilbert and Sullivan Purim Play

פֿון חנה מלאָטעק

  • Print
  • Share Share

דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק האָט די „פֿאָלקסבינע‟ אין ניו־יאָרק אויפֿגעפֿירט אַ „גילבערט און סאָליוואַן־פּורים־שפּיל‟ אין אַ געפּאַקטן זאַל. די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג, וואָס האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם, איז געווען באַזירט אויפֿן סקריפּט פֿון חנה מלאָטעק, וואָס האָט באַאַרבעט די מוזיק פֿון די באַקאַנטע ענגלישע קאָמפּאָזיטאָרן און צוגעשטעלט נײַע טעקסטן. די דאָזיקע פּורים־שפּיל האָט מען צום ערשטן מאָל אויפֿגעפֿירט אין אַן „אַרבעטער־רינג‟־שול אין 1968, און דער סקריפּט איז צוויי מאָל געדרוקט געוואָרן. מיר ברענגען דאָ נאָר דרײַ אויסצוגן פֿונעם סקריפּט, אָבער ווער עס וויל קען לייענען דעם גאַנצן טעקסט און הערן די מוזיק דאָ:

//ia600801.us.archive.org/17/items/nybc211316/nybc211316.pdf

דער ערשטער אויסצוג איז דאָס ליד, מיט וועלכן דער מלך אַחשוורוש שטעלט זיך פֿאָר, מיט דער מוזיק פֿון I am the Captain of the Pinafore פֿון דער אָפּערעטע HMS Pinafore

מען קען הערן די אָריגינעלע מוזיק דאָ:

אַחשוורוש: איך זאָג בפֿירוש
איך בין אַחשוורוש.

כאָר: געלויבט זאָל זײַן דער האַר!

אַחשוורוש: איך בין גרויס, איך בין מלך,
איך בין תּמיד זייער פֿריילעך —
באַרימט בין איך דערפֿאַר.

כאָר: דו ביסט גרויס, דו ביסט מלך,
דו ביסט תּמיד זייער פֿריילעך,
שיכּור און אַ נאַר.

אַחשוורוש: ווער עס וויל מײַן חבֿר זײַן
מוז קענען טרינקען ווײַן —
דאָס איז בײַ מיר דער עיקר.
איך בין קיין מאָל ניט אין כּעס
ווען טרינק אויס אַ פֿולע פֿלאַש —
און קיין מאָל ווער איך שיכּור.

כאָר: קיין מאָל?

אַחשוורוש: אַפֿילו איין מאָל ניט.

כאָר: ניט איין מאָל?

אַחשוורוש: נו, אפֿשר איין מאָל.

כאָר: שיכּור איז ער אַלע מאָל.
טאָ זינגט אַ לויב פֿאַר די עבֿירות
פֿון דעם מלך אַחשוורוש.
זינגט אַ לויב צו אונדזער האַר
פֿאַר זײַן אַ טיפּש און אַ נאַר.

אינעם צווייטן אויסצוג דערציילט מרדכי וועגן אסתּרס ייִחוס, מיט דער מוזיק פֿון I am the very Model of Modern Major General פֿון דער אָפּערעטע Pirates of Penzance. מלאָטעק האָט דאָ אַרײַנגעפֿלאָכטן אַזוי פֿיל שווערע נעמען פֿון באַקאַנטע ייִדישע פּערזענלעכקייטן, אַז דאָס ליד ווערט אַן אמתע צינגלקונץ (tongue-twister).

די אָריגינעלע מוזיק קען מען הערן דאָ:

מרדכי: ס׳איז באָראָכאָוו און ש. דובנאָוו און קאַדיע מאָלאָדאָווסקי
איגנאַטאָוו און מאַרינאָוו, מינקאָוו און זשיטלאָווסקי;
אַש און אָפּאַטאָשו, יהואָש און וואַרשאַווסקי,
לוצקי, סלוצקי און פּרילוצקי, ב. י. ביאַלאָסטאָצקי;
א. גלאַנץ און ערנקראַנץ, אַנ־סקי און מיראַנסקי,
נאַדיר, באַדער, און אַוודאי גראַדע און סמילאַנסקי;
עדעלשטאַט און יעקבֿ פּאַט, פּינסקי און קאַמינסקי,
פּערלאָוו, דימאָוו… אָוו, אָוו? אָוו קאָרסאַקאָוו, רומשינסקי.

כאָר: פּערלאָוו, דימאָוו, קאָרסאַקאָוו, דובינסקי און רומשינסקי.

מרדכי: ראָזנפֿעלד, גראָס און העלד, סיגל, שפּיגל, ביאַליק,
קאָפּילאָוו און לעאָ ליאָוו און מאַעסטראָ יודזשין מאַלעק,
מאַני לייב און משה-לייב און יצחק לייבוש פּרץ,
איצט ווייסטו שוין איר ייִחוס, איז האָב זשע דרך־ארץ.

כאָר: מאַני לייב אאַז״וו.

מרדכי: אײַנשטיין, ווײַנשטיין — גיב אונדז ריי שטיין,
פּאַלעווסקי, טאָמאַשעווסקי;
אַבראַמאָוויטש, ראַבינאָוויטש, ראַוויטש און ווינטשעווסקי;
א. קאַץ, יעקבֿ גלאַטשטיין און קאַצענעלסאָן.
ווער איז קלוג אַזוי ווי פֿרוג? גענוג, ס׳איז אונדזער מענדעלסאָן.
זיווין, ליבין, ווער געבליבן? צבֿיון ניט פֿאַרגעסן,
זלמן שניאור, אײַזיק מאיר דיק און ביקל, ליעסין;
רחל קאָרן און אַהרן טאָרן און יאָ, ווי הייסט ער, אויך אים —
איישע מיישע און באָריישאַ, שלום־עליכם.

כאָר: איישע, מיישע און באָריישאַ, שלום־עליכם.

מרדכי: יואל סלאָנים, יאָ איך קאָן אים, חזן קוסעוויצקי,
אויערבאַך און נאָך און נאָך, די ברידערלעך אָליצקי.
דאָס איז אסתּרס ייִחוס, דאָס איז אסתּרלס נדן,
דעם מלך אַחשוורוש וועט זי קריגן פֿאַר אַ מאַן.

כאָר: דאָס איז אסתּרס ייִחוס אאַז”וו.

מרדכי: ליבע לײַט, אַהרן צייטלין דאַרף מען אויך דערמאַנען,
אַבֿרהם רייזען אַלע ווייסן, לייוויק און אויך כאַנין.
דאָס געזאַנג פֿון איציק מאַנגערס ליד פֿון דער מגילה.
ווי אַ וווּנדער איז סעקונדאַ און זײַן שטילע תּפֿילה.
מיש דעם גאָלד פֿון גאָלדפֿאַדען און זילבערצווײַג צוזאַמען;
אַדלער, קעסלער, לעבעדעוו און הירשביין מיט די דראַמען;
סגל, סעגאַלאָוויטשן — ס׳איז נאָך ניט קיין עק —
שוואַרץ און ווײַס און גרינבערג און אַ ביסעלע מלאָטעק.

די שפּיל ענדיקט זיך, פֿאַרשטייט זיך, מיטן נצחון פֿון די ייִדן, און זיי גיבן אָפּ אַ דאַנק מרדכי הצדיק פֿאַר זײַנע גרויסע פֿאַרדינסטן — „ווײַל ער איז אַ גוטער ייִד‟ — לויט דער מוזיק פֿון For he is an Englishman פֿון דער אָפּערעטע HMS Pinafore

די אָריגינעלע מוזיק:

כאָר: ווײַל ער איז אַ גוטער ייִד.
מרדכין זאָל מען לויבן,
זײַן נאָמען הויך דערהויבן,
ווײַל ער איז אַ גוטער ייִד,
ווײַל ער איז אַ גוטער ייִד.
ער האָט פֿון בייזן רשען
געמאַכט אַ המן־טאָשן,
ווײַל ער איז אַ גוטער ייִד,
ווײַל ער איז אַ גוטער ייִד.
ווער ווייסט מרדכי? ער איז איינער
ווי מרדכי איז ניט קיינער,
ווײַל ער איז אַ גוטער ייִד,
ווײַל ער איז אַ גו־ו־ו־ו־ו־ו־ו־ו־וטער ייִד.