Oyneg Shabes

אַ חסידישער פֿאַרברענג אין סוכּה

A Hasidic Gathering in the Suke

  • Print
  • Share Share

אַ דאַנק דעם ליובאַוויטשער רבין ע״ה און דער ליובאַוויטשער באַוועגונג, האָט דאָס וואָרט „פֿאַרברענגען‟ באַקומען נאָך אַ טײַטש אין אונדזער צײַט — דאָס צוזאַמענקומען פֿון חסידים מיטן רבין אין אַ שיל, אַ ישיבֿה, אַ צימער, אַ זאַל, וכדומה, וווּ מע פֿאַרברענגט שעהען לאַנג מיט תּורה, געזאַנג און „לחיימס‟.

אין דעם ווײַטערדיקן ווידעאָ „פֿאַרברענגט‟ מען אין אַ סוכּה אין באָראָ־פּאַרק, ברוקלין, מיט הרבֿ יוסף־יצחק (איטשע) אָפֿען, אַ ליובאַוויטשער רבֿ און שליח פֿון ישׂראל. די רעקאָרדירונג געדויערט 5 שעה לאַנג, מיט תּורה, געזאַנג, מעשׂיות, און צום סאַמע סוף — אַ טענצל; אַלץ אויף הרבֿ אָפֿענס ליטוויש ייִדיש. אַוודאי, דערוואַרטן מיר נישט, אַז אונדזערע לייענער זאָלן קוקן די גאַנצע רעקאָרדירונג, אָבער ערבֿ די יום־טובֿדיקע טעג פֿון סוכּות איז גוט צו געניסן פֿון אַזאַ „פֿאַרברענג‟.