Oyneg Shabes

מעשׂיות: דער ייִד — אָן מאַכט אָבער דאָך....

Tales: The Jew – Powerless Yet Still...

  • Print
  • Share Share

שלאָג, און פֿרעג נישט

Forward Association
דער פּאָלקאָווניק ד״ר שמריה שטיינבערג פֿון בריסק האָט געקענט ווערן אַ גענעראַל אין דער צאַרישער אַרמיי, אָבער האָט זיך נישט געוואָלט שמדן

אין דער צײַט פֿון דער רעװאָלוציע אין רוסלאַנד, האָט זיך די רעגירונג אין קיִעװ געהאַלטן אין אײן בײַטן. אָט האָבן די באָלשעװיקעס פֿאַרכאַפּט די שטאָט, אָט די מענשעװיקעס, און אָט גאָר די „ווײַסע‟. אײן מאָל שטעלט אַ זעלנער אָפּ אַ ייִד אין גאַס און פֿרעגט אים צו װעלכער פּאַרטײ ער געהערט. זאָגט דער ייִד, אַז ער געהערט צו די „רױטע.‟

װי נאָר דער זעלנער, װאָס איז געװען אַ „ווײַסער‟, האָט דאָס דערהערט, האָט ער גענומען שלאָגן דעם ייִד, אַז דער ייִד איז קױם אַרױס מיטן לעבן. עטלעכע טעג שפּעטער גײט דער ייִד װידער אין גאַס, טרעפֿט מיט אים די זעלבע מעשׂה. אַ זעלנער שטעלט אים אָפּ און פֿרעגט אים, צו װעלכער פּאַרטײ ער געהערט. געדענקט דאָך דער ייִד װאָס מ’האָט געטאָן מיט אים, װען ער האָט געזאָגט, אַז ער געהערט צו די „רױטע.‟ זאָגט ער איצט, אַז ער געהערט צו די „ווײַסע‟.

נאָר דער זעלנער איז דאָס מאָל געװען פֿון די „רױטע.‟ אַז ער האָט דערהערט, אַז דער ייִד איז פֿון די „ווײַסע‟, האָט ער אים צעשלאָגן, צעהרגעט, אַז דער ייִד איז קױם אַרױס גאַנץ פֿון זײַנע הענט.

אין אַ װאָך אַרום, שטעלט אַ זעלנער װידער אָפּ דעם ייִד אין גאַס און פֿרעגט אים די זעלבע פֿראַגע, צו װעלכער פּאַרטײ ער געהערט, זאָגט שױן דער ייִד: „שלאָג, און פֿרעג נישט קײן קשיות!‟

דער לץ גיט נישט אױף די האָפֿענונג

אין שטעטעלע ראָזשישטש איז געװען אַ לץ — אַ געזונטער, הױכער יונג מיט אַן אױסזען פֿון אַ ריז. אַװרעמעלע לץ האָט מען אים גערופֿן, אָדער מיט דעם צונאָמען קאָלטשאַק: אַװרעמעלע קאָלטשאַק, צוליב זײַן ריזיקן אױסזען. געװען איז דער אַװרעמעלע אַ היטלמאַכער, און פֿון זײַן מלאָכה האָט ער קױם געצױגן אַ שטיקל ברױט. נאָר דאָס האָט אַװרעמעלען נישט אַראָפּגעשלאָגן פֿון מוט, ער איז אַלע מאָל געװען אַ פֿרײלעכער, אַן אױפֿגעלײגטער, און האָט ליב געהאַט פֿון אַלעמען אָפּצולאַכן און חוזק צו מאַכן. בפֿרט פֿון די גבֿירים. זײ האָט אַװרעמעלע לץ קײן מאָל נישט דורכגעלאָזט אָן אַ חוזק, אָדער אַ װערטל אױף זײער חשבון. ער האָט אױך ליב געהאַט זײ צו סטראַשען: „װאַרט, מען װעט זיך נאָך מיט אײַך אָפּרעכענען!‟ האָט ער זײ געװאָרנט. „אַז אונדזערע װעלן אַרײַן, װעט מען אײַך צעטרענען די פּופּיקעס!‟ מיט דעם װאָרט „אונדזערע‟ האָט אַװרעמעלע לץ געמײנט די באָלשעװיקעס.

עס זענען אַריבער יאָרן און אַװרעמעלע לץ האָט דערלעבט צו זען אין שטעטל די באָלשעװיקעס. דאָס איז געװען אין 1939, נאָכן סטאַלין־היטלער אָפּמאַך. די באָלשעװיקעס זענען אַרײַן קײן ראָזשישטש און מ’האָט אָנגעהױבן שליסן די געשעפֿטן און קראָמען, און אױף זײער פּלאַץ האָט מען געעפֿנט קאָאָפּעראַטיװן.

די סוחרים, די גבֿירים — זײ איז געװען ביטער. מ’האָט זיך געװאָרפֿן און נישט געװוּסט װאָס מ’הײבט אָן צו טאָן. נאָר אַז ס’איז אַריבער אַ שטיקל צײַט, האָבן די סוחרים אָנגעהױבן „שמירן.‟ זײ האָבן געגעבן לאַפּקע־געלט און אונטערגעקױפֿט די באַאַמטע, נאַטשאַלסטװע. און דאָס האָט טאַקע געהאָלפֿן. מ’האָט געקראָגן אַרבעט, און ס’איז אַװעק אַ גאַנג. נאָר אַװרעמעלע לץ איז װײַטער געבליבן אַן אָרעמאַן. ער האָט טאָג װי נאַכט געהאָרעװעט בײַ היטלמאַכערײַ, און איז געלעגן נײַן אײלן טיף אין דער אַדמה. די סוחרים, די גבֿירים, אַז זײ האָבן אים געזען, זענען זײ אים דערגאַנגען די יאָרן. זײ האָבן זיך גערײצט מיט אים: „אַװרעמעלע, נו װוּ זענען ‘אונדזערע?’‟

נאָר אַװרעמעלע לץ פֿלעגט זײ גלײַך אָפּענטפֿערן: „װאַרט, װאָס איז די אײַלעניש מיט אײַך? זײ װעלן קומען. די זענען געקומען מיט טאַנקען, אונדזערע גײען צו פֿוס‟.

ריכטיקע לײַט צו עפֿענען די טױערן פֿון הימל

בײַם פּריץ איז פֿאַרשלאַפֿט געװאָרן זײַן בת־יחידה. האָט מען געבראַכט דאָקטױרים און פּראָפֿעסאָרן, און מ’האָט זי פּרובירט הײלן. נאָר װאָס און װיפֿל מ’האָט געטאָן פֿאַר איר — האָט נישט געהאָלפֿן.

דעמאָלט האָט דער פּריץ געלאָזט רופֿן דעם גלח, אַז ער זאָל בעטן גאָט פֿאַר זײַן טאָכטער, נאָר אױך דאָס האָט נישט געהאָלפֿן.

אַז דער פּריץ זעט, קײן זאַך העלפֿט נישט, גײט ער אַ פֿאַרצװײפֿלטער אַריבער צו זײַן אַרענדאַר און זאָגט: „יאַנקל, נאַ דיר הונדערט רובל, פֿאָר גלײַך אין שטאָט, נעם צוזאַמען אַ מנין ייִדן, צעטײל זײ דאָס געלט, זײ זאָלן בעטן גאָט פֿאַר מײַן טאָכטער‟.

יאַנקל נעמט דאָס געלט, שפּאַנט אײַן זײַן פֿערד־און־װעגעלע און לאָזט זיך אַװעק אין שטאָט אַרײַן. געקומען אין שטאָט, איז שױן געװען שפּעט בײַ נאַכט, און אין מאַרק האָט מען שױן קײנעם נישט געזען.

װי דער אַרענדאַר דרײט זיך אַזױ אַרום, באַמערקט ער אין אַ װינקל יאָסל דעם פֿערד־גנבֿ. גיט ער אים אַ רוף און זאָגט, אַז ער האָט פֿאַר אים אַ כּשר פֿאַרדינסטל. און ער דערצײלט אים די מעשׂה און הײסט אים צוזאַמעננעמען אַ מנין, און בעטן גאָט פֿאַר דעם פּריצס טאָכטער.

יאָסלען איז דער עסק געפֿעלן. ער האָט גענומען נײַן פֿון זײַנע יונגען, איז מיט זײ אַװעק אין שיל און זײ האָבן גענומען זאָגן תּהילים.

אױף מאָרגן האָט דעם פּריצס טאָכטער זיך אָנגעהױבן פֿילן בעסער. אַז מ’האָט באַמערקט, אַז זי איז אַרױס פֿון געפֿאַר, איז דער פּריץ אַװעק צו זײַן אַרענדאַר מיט אַ שׂימחה און זאָגט: „יאַנקל, קום מיט מיר אין שטאָט. איך װיל די ייִדן, װאָס האָבן געבעטן גאָט פֿאַר מײַן טאָכטער, אַלײן באַלױנען‟. אַז יאַנקל דערהערט אַזאַ מעשׂה, איז אים געװאָרן אַ ביסל קאַלעמוטנע. נאָר ער איז גלײַך געקומען צו זיך און האָט דערצײלט דעם פּריץ דעם גאַנצן אמת מיט דעם פֿערד־גנבֿ און זײַנע יונגען.

ווערט דער פּריץ אַ צעקאָכטער: „סטײַטש, וואָס הייסט? האָסט נישט געקענט געפֿינען קיין בעסערע ייִדן?‟

זאָגט דער אַרענדאַר: „פּריץ־לעבן, הער מיך אויס, וועסטו זען, אַז איך האָב געטון ריכטיק. אַז איך בין געפֿאָרן אין שטאָט אַרײַן, האָב איך באַמערקט ווי די טויערן פֿון הימל זענען פֿאַרשלאָסן מיט שווערע שלעסער פֿאַר די תּפֿילות פֿון דײַן טאָכטער. וואָס טוט מען? איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז ווער קען נאָך אַזוי גוט די מלאכה פֿון ברעכן שלעסער ווי יאָסל דער פֿערד־גנבֿ מיט זײַנע יונגען? האָב איך אויסגעזוכט יאָסלען, און ער מיט זײַנע יונגען האָבן געטון אַ גוט שטיקל אַרבעט. זיי האָבן צעבראָכן די שלעסער פֿון די טויערן פֿון הימל און געבראַכט די אמתע רפֿואה פֿאַר דײַן טאָכטער.‟