No Place Like Home

פֿינאַנציעלע פֿעיִקייט — דער ערשטער קרבן

Financial Skills Are the First to Go

  • Print
  • Share Share

ווען אַן עלטערער מענטש הייבט אָן קריגן סימנים פֿון עובֿר־בטלדיקייט, קאָן ער נאָך אַלץ געדענקען דאָס יאָר, זײַן היים־אַדרעס און דעם נאָמען פֿונעם פּרעזידענט. אָבער אין אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ פֿונעם 24טן אַפּריל, שרײַבט די מחברטע, טאַראַ סיגל בערנאַרד, אַז דאָס קענען חשבונען — ווי, למשל, דאָס אַראָפּרעכענען 7 פֿון 100 — קומט זיי אָן אַ סך שווערער.

שטודיעס ווײַזן אָן, אַז די פֿעיִקייט פֿון רעכענען פּשוטע אַריטמעטישע פּראָבלעמען, ווי אויך דאָס פֿאַרנעמען זיך מיט פֿינאַנציעלע ענינים, זענען די ערשטע פֿעיִקייטן, וואָס גייען באַרג־אַראָפּ, ווען אַ מענטש לײַדט פֿון אַלצהײַמערס אָדער ווערט עובֿר־בטל. אַפֿילו בײַ יענע מענטשן, וווּ דער מוח פֿונקציאָנירט נאָך אַלץ גאַנץ גוט, ווערט אַלץ שווערער צו מאַכן פֿינאַנציעלע באַשלוסן.

דער ענין איז אַן ערנסטער פֿאַר אונדזער געזעלשאַפֿט, ווען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז די צאָל עלטערע לײַט האַלט אין איין שטײַגן. עס וווינען איצט אין אַמעריקע 44.7 מיליאָן מענטשן, וואָס זענען 65 יאָר אַלט און עלטער — 14% פֿון דער באַפֿעלקערונג. אָבער אין 10 יאָר אַרום, וועט עס דערגרייכן 66 מיליאָן מענטשן. די באַפֿעלקערונג פֿאַרמאָגט טריליאָנען דאָלאַרן, אָבער אָפֿט מאָל העלפֿט מען זיי נישט אָנפֿירן מיט זייערע אייגענע פֿינאַנצן, אַפֿילו ווען ס׳איז קלאָר, אַז זיי זענען שוין מער נישט פֿעיִק דאָס צו טאָן. בערך אַ העלפֿט פֿון די אַמעריקאַנער אין די 80ער זענען שוין עובֿר־בטל, אָדער האָבן שוין פֿאַרלוירן געוויסע טראַכט־פֿעיִקייטן.

בערנאַרד דערציילט וועגן אַ פֿרוי, העלען קלאַרק, וואָס איר שווער האָט פֿאַרלוירן זײַן גאַנץ פֿאַרמעגן, ווײַל קיינער האָט נישט געהאַלטן קיין אויג אויף זײַנע פֿינאַנצן. צו 80 יאָר האָט ער חתונה געהאַט מיט אַ פֿרוי, וואָס איז געווען מיט 17 יאָר ייִנגער פֿון אים. במשך פֿון דרײַ יאָר האָט זי אײַנקאַסירט $40,000 אין בלאַנקע טשעקן, וואָס זײַן קרעדיט־קאַרטל פֿירמע האָט אים געשיקט, און אויך אויסגעליידיקט זײַן פּענסיע פֿון $123,000.

טיילאָר האָט טאַקע דערלויבט זײַן פֿרוי אַרויסצוציִען געלט פֿון באַנק צוויי מאָל, אָבער זי האָט אַרויסגעצויגן געלט נאָך 20 מאָל, ווײַל זי האָט שוין געוווּסט זײַן סאָצפֿאַרזיכערונג־נומער און אַנדערע אידענטיפֿיציר־אינפֿאָרמאַציע, און האָט אויך אונטערגעשריבן דאָקומענטן אַרײַנצולייגן דאָס געלט אין אַ בשותּפֿותדיקער קאָנטע.

„עס זענען דאָ געוויסע סימנים, ווען אַ מענטש הייבט אָן צו פֿאַרלירן די פֿעיִקייט אָנצופֿירן מיט די פֿינאַנצן, אָבער געוויינטלעך זענען די ענדערונגען זייער סובטיל,‟ האָט דערקלערט ד״ר דניאל מאַרסאָן, דער דירעקטאָר פֿונעם אַלצהײַמער־צענטער אינעם אַלאַבאַמער אוניווערסיטעט. „עס ווערט זיי שווערער צו פֿאַרשטיין די ריזיקע אין אַ געוויסער אינוועסטירונג, און זיי פֿאָקוסירן זיך אפֿשר צו פֿיל אויף די בענעפֿיטן. עס קומט זיי אויך אָן שווערער צו אָרגאַניזירן אַלע חשבונות, וואָס קומען אָן פֿון דער פּאָסט. זיי האָבן צרות אַפֿילו בלויז בײַם אויספּלאָנטערן וויפֿל טרינקגעלט צו באַצאָלן דעם סאַרווער אין אַ רעסטאָראַן.

לויט איין שטודיע איז די פֿעיִקייט צו מאַכן פֿינאַנציעלע באַשלוסן דאָס שטאַרקסטע ווען אַ מענטש איז אין די 50ער, ווײַל דעמאָלט האָט ער שוין געהאַט גענוג דערפֿאַרונג מיט פֿינאַנציעלע ענינים, אָבער האָט דערווײַל בלויז געהאַט אַ קליינע ירידה פֿון זײַנע פֿינאַנציעלע פֿעיִקייטן. נאָך די 70ער, הייבט די פֿעיִקייט אָן צו פֿאַלן.

אויב דערוואַקסענע קינדער האָבן אַ חשד, אַז עמעצער דאַרף האַלטן אַן אויג אויף די פֿינאַנצן פֿון זייערע עלטערן, קאָן מען בעטן די פֿינאַנציעלע אינסטיטוציעס צו שיקן זיי קאָפּיעס פֿון די רעכענונג־באַריכטן (statements), וואָס קומען אָן פֿון דער פּאָסט. אַזוי וועלן זיי גלײַך זען. צי די מאַמע, למשל, האָט לעצטנס באַצאָלט די ראַטע פֿון איר געזונט־פֿאַרזיכערונג.

ווען אַן עלטערער מענטש ווערט אָפּגענאַרט איז עס, צום באַדויערן, אָפֿט מאָל דורך אַ נאָענטן קרובֿ אָדער אַ פּראָפֿעסיאָנאַל, וואָס דער מענטש געטרויט אים. דערפֿאַר איז די בעסטע זאַך צונויפֿצושטעלן אַ מאַנשאַפֿט פֿון מענטשן, וואָס זאָלן האַלטן אַן אויג סײַ אויף די פֿינאַנצן, סײַ איינער אויפֿן אַנדערן. אַזוי וועט זײַן שווערער, אַז איינער פֿון זיי זאָל מאַכן „קונצן‟.

צו מאָל שטעקט די פּראָבלעם נישט אין דעם, וואָס דער עלטערער מענטש ווערט אָפּגענאַרט, נאָר אַז ער פֿאַרשטייט מער נישט די ווערט פֿון געלט. באָב ראַל, אַ פֿינאַנציעלער פּלאַנירער אין פֿלאָרידע, האָט זיך געחידושט ווען זײַן קליענט, אַן אַלמנה, האָט אים געבעטן איר שיקן $50,000, כּדי צו פּראַווען איר 80סטן געבוירן־טאָג. „איך האָב גלײַך אָנגעקלונגען איר טאָכטער, און נאָכן אַרומרעדן עס מיט איר, האָבן מיר באַשלאָסן צו שיקן דער מאַמען $15,000. די שׂימחה איז סײַ־ווי געווען אַ גרויסער סוקצעס,‟ האָט ער געזאָגט.