No Place Like Home

שאָפֿנפֿלייש־שניצל מיט ווײַן־סאָוס

Veal Marsala

  • Print
  • Share Share

אויב עס פֿאַרגלוסט זיך אײַך עפּעס פֿליישיקס, אָבער איר מײַדט אויס רינדערן פֿלייש צוליב געזונט־סיבות, פּרוּווט אויס שאָפֿנלייש — ס׳האָט ווייניקער פֿעטס און קאַלאָריעס ווי רינדערן פֿלייש.

3 פֿונט (1.36 קילאָ) דינע שאָפֿנפֿלייש-קאָטלעטן

1/2 טעפּל מעל

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

6 לעפֿל איילבערט־בוימל

1 גרויסע ציבעלע, צעהאַקט

2 פֿונט (907 גראַם) פֿרישע שוועמלעך, צעשניטן אויף רעפֿטלעך

1 טעפּל מאַרסאַלער ווײַן

3 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט

1/2־1 טעפּלעך רינדערן יויך (beef stock)

הייצט אָן דעם אויוון ביז 250 גראַד.

טינק אײַן די קאָטלעטן אינעם מעל, באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט זיי אויף ביידע זײַטן.

הייצט אָן 1 לעפֿל איילבערט־בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטל־הויכן פֿײַער. קאָכט די קאָטלעטן 5 מינוט, ביז זיי ווערן דורכגעקאָכט.

לייגט די קאָטלעטן אַרײַן אין אַ בעקן, דעקט צו מיט זילבער־פּאַפּיר און לאָזט זיי אינעם אויוון ביז איר זענט גרייט זיי צו דערלאַנגען צום טיש.

הייצט אָן 5 לעפֿל איילבערט־בוימל אין דער פּאַטעלניע איבער אַ מיטל־נידעריקן פֿײַער. פּרעגלט אָפּ די ציבעלע און שוועמלעך, און בשעת־מעשׂה קראַצט אָפּ די צוגעברוינטע שטיקעלעך, און מישט ביז די ציבעלע ווערט דורכזיכטיק. פֿאַרגרעסערט דאָס פֿײַער און גיט אַרײַן דעם ווײַן און קנאָבל. מישט כּסדר ביז דער סאָוס ווערט געדיכט.

גיסט אַרײַן די יויך און מישט ווײַטער ביז דער סאָוס ווערט ממשותדיק רעדוצירט.

לייגט דעם שוועמל־סאָוס איבער די קאָטלעטן און גיט צום טיש.