No Place Like Home

בלויז 40% אַמעריקאַנער עסן ניס אַלע טאָג

Only 40% Americans Eat Nuts Each Day

  • Print
  • Share Share

הגם די נערונג־עקספּערטן גיבן איבער כּסדר, אַז ניס זענען אַ וויכטיקער טייל פֿון אַ געזונטער דיעטע, ווײַזט אָן אַ נײַע שטודיע פֿונעם „אַמעריקאַנער צענטער פֿאַר קראַנקייט־קאָנטראָל‟, אַז 60% אַמעריקאַנער עסן זיי כּמעט אין גאַנצן נישט.

בערך 38% אַמעריקאַנער עסן יאָ ניס יעדן טאָג. די פּאָפּולערסטע זענען רבי־ניסלעך און אַקאַזשוען (cashews), ווי אויך סטאַשקעשמיר (peanut butter).

לויט דער אַמעריקאַנער שפּײַז־און־מעדיקאַמענטן אַדמיניסטראַציע, קאָן דאָס עסן 1/2־1 אונץ (42 גראַם) ניס אַ טאָג — בערך 240 קאַלאָריעס — פֿאַרקלענערן די סכּנה פֿון אַ האַרץ־אַטאַק. קערעלעך ווי, למשל דיניע־קערעלעך און סימסום־פּאַסטע (sesame paste), זענען אויך געזונט פֿאַרן האַרץ.

צוליב דעם וואָס ניס און קערעלעך זענען פֿול מיט קאַלאָריעס און פּראָטעיִן, קען אַ קליינע פּאָרציע דערפֿון פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿון אַנדערע פּראָטעיִן־רײַכע עסנס, וואָס זענען פֿול מיט כאָלעסטעראָל, ווי רינדערן פֿלייש. „דאָס עסן ניס העלפֿט אַ מענטשן פֿאַרלירן וואָג, פֿאַרשטאַרקן דאָס האַרץ און פֿאַרקלענערן די ריזיקע פֿון צוקער־קרענק,‟ האָבן די מחברים פֿון דער שטודיע דערקלערט.