No Place Like Home

אַ חידוש בײַ די הײַ־טעק עלטערן

Surprising Fact About Hi-Tech Parents

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

ווען מע פּרוּווט זיך פֿאָרשטעלן ווי אַזוי ס׳זעט אויס אין די הײַזער פֿון די גרויסע טעכנאָלאָגישע דערפֿינדער, מאָלט מען זיך אויס ממש אַ טעכנאָלאָגישן גן־עדן: די ווענט באַשטייען פֿון ריזיקע סענסאָר־עקראַנען (touch screens), און יעדעס קינד אין דער משפּחה האָט זײַן אייגענעם קאָמפּיוטער, iPad און מאָבילקע.

אָבער ווי איין זשורנאַליסט האָט זיך לעצטנס דערוווּסט, איז עס בכלל נישט אַזוי. ניק בילטאָן, אַ רעפּאָרטער פֿון הויך־טעכנאָלאָגישע ענינים פֿאַר דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָט איטערוויויִרט סטיוו דזשאָובס — דער גרינדער פֿון פֿאַרשידענע Apple־פּראָדוקטן ווי דער iPad — עטלעכע יאָר פֿאַר דזשאָובס׳ פּטירה אין 2011. אויף טשיקאַוועס, האָט בילטאָן באַמערקט: „אײַערע קינדער האָבן מסתּמא שטאַרק ליב דעם iPad, אַיאָ?‟

„זיי ניצן עס בכלל נישט,‟ האָט דזשאָובס געענטפֿערט. „מיר באַגרענעצן וויפֿל טעכנאָלאָגישע מיטלען אונדזערע קינדער מעגן ניצן אין דער היים.‟

אין אַן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָט בילטאָן באַשריבן דעם פֿענאָמען: הצלחהדיקע פֿירמע־שעפֿן און פֿינאַנציעלע אונטערנעמער אין דער „הײַ־טעק‟־אינדוסטריע, וועלכע באַגרענעצן שטאַרק די צײַט, וואָס זייערע קינדער מעגן זיצן „פֿאַרן עקראַן‟. זיי פֿאַרווערן די טעכנאָלאָגישע מיטלען נישט בלויז אין די שולטעג, נאָר אַפֿילו אין די סוף־וואָכן.

„זייער צוגאַנג האָט מיך אַ ביסל צעטומלט,‟ שרײַבט בילטאָן. „ס׳רובֿ טאַטעס און מאַמעס טוען פּונקט פֿאַרקערט: זיי דערלויבן זייערע קינדער צו געניסן פֿון זייערע ׳טאַבלעטס׳, ׳סמאַרטפֿאָנס׳ און קאָמפּיוטערס, טאָג און נאַכט.‟

קריס אַנדערסאָן, דער געוועזענער רעדאַקטאָר פֿון Wired און איצט דער פֿירמע־שעף פֿון אַ פֿירמע וואָס מאַכט דראָונען, האָט שטאַרק באַגרענעצט די צײַט און אַפֿילו דעם אינהאַלט פֿון יעדן טעכנאָלאָגישן אַפּאַראַט בײַ זײַנע פֿינף קינדער, אין עלטער פֿון 6 ביז 17 יאָר. „מײַנע קינדער טענהן, אַז איך און מײַן פֿרוי זענען ווי פֿאַשיסטן, אַז מיר זאָרגן זיך אַ סך צו פֿיל, און אַז קיינער פֿון זייערע פֿרײַנד מוזן נישט ׳לײַדן׳ פֿון אַזעלכע תּקנות,‟ האָט אַנדערסאָן באַמערקט. „זיי פֿאַרשטייען אָבער נישט, אַז מיר ווייסן גוט ווי געפֿערלעך די טעכנאָלאָגישע מכשירים קאָנען זײַן, און איך וויל נישט, אַז עפּעס זאָל טרעפֿן אונדזערע קינדער.‟

צווישן די סכּנות וואָס אַנדערסאָן זעט: פּאָרנאָגראַפֿישע וועבזײַטן, סטראַשוניקעס מצד אַנדערע קינדער, און דאָס ערגסטע פֿון אַלץ — דאָס ווערן אין גאַנצן אָפּהענגיק פֿון זייערע מאַכערײַקעס, פּונקט ווי זייערע עלטערן.

אַלעקס קאָנסטאַנטינאָפּל, די דירעקטאָרין פֿון אַ טעכנאָלאָגיש־באַזירטער מאַרקעטינג־קאָמפּאַניע, האָט געזאָגט, אַז איר ייִגנסטער זון, וועלכער איז 5 יאָר אַלט, טאָר קיין מאָל נישט ניצן די טעכנאָלאָגישע אַפּאַראַטן אין מיטן דער וואָך, און אירע עלטערע קינדער, 10 און 13 יאָר אַלט, מעגן עס ניצן בלויז אַ האַלבע שעה אַ טאָג.

עוואַן וויליאַמס, אַ גרינדער פֿון „טוויטער‟ און זײַן פֿרוי, סאַראַ, זאָגן, אַז אַנשטאָט „אײַ־פּעדס‟, האָבן זייערע צוויי יונגע זין הונדערטער ביכער (יאָ, אמתע ביכער), וואָס זיי מעגן לייענען, ווען נאָר עס גלוסט זיך זיי.

געוויסע עלטערן פֿאַרווערן אַפֿילו זייערע עלטערע קינדער צו ניצן די סאָציאַלע נעצן, אויס זאָרג, אַז זיי וועלן אפֿשר אַרויסשיקן אַ קאָמפּראָמיטירנדיק בריוול אָדער פֿאָטאָגראַפֿיע, וואָס קאָן זיי שאַטן מיט יאָרן שפּעטער, ווי, למשל, ווען אַ פּאָטענציעלער אַרבעט־געבער וועט אויסזוכן אינפֿאָרמאַציע וועגן זיי דורך דער אינטערנעץ. אַ טייל פֿון די עלטערן דערלויבן זיי דערפֿאַר יאָ צו ניצן Snapchat — אַן אַפּליקאַציע וואָס דערמעגלעכט דעם באַניצער צו שיקן פֿאָטאָגראַפֿיעס און בריוועלעך, אָבער מעקט זיי אָפּ באַלד ווי זיי ווערן אַרויסגעשיקט.

הגם טאַטעס און מאַמעס, וועלכע אַרבעטן נישט אינעם טעכנאָלאָגישן סעקטאָר, קווענקלען זיך נישט צו גיבן זייערע קינדער „סמאַרטפֿאָנען׳ ווען זיי זענען בלויז 8 יאָר אַלט, וואַרטן די הויך־טעכנאָלאָגישע עלטערן ביז די קינדער ווערן 14 יאָר. און איין כּלל, וואָס אַלע טעכנאָלאָגן האַלטן זיך גאָר שטרענג בײַ דעם איז: זיי טאָרן קיין מאָל נישט גיין „פֿאַרן עקראַן‟ בײַ זיך אין שלאָפֿצימער.

הגם בילטאָן האָט נישט געפֿרעגט סטיוו דזשאָבס ווי אַזוי זײַנע קינדער האָבן פֿאַרבראַכט זייער פֿרײַע צײַט, האָט וואָלטער אײַזאַקסאָן, דער מחבר פֿון אַ ביאָגראַפֿיע וועגן דזשאָבס, געזאָגט: „יעדן אויפֿדערנאַכט האָט סטיוו געגעסן וועטשערע מיט זײַן משפּחה בײַם לאַנגן טיש אין קיך, מע האָט געשמועסט וועגן ביכער, געשיכטע און אַנדערע טעמעס. קיינער האָט נישט אַרויסגענומען אַן ׳אײַ־פּאַד׳ אָדער קאָמפּיוטער. ס׳האָט מיר אויסגעזען, אַז די קינדער זענען בכלל נישט געווען אָפּהענגיק פֿון דער טעכנאָלאָגיע.‟