No Place Like Home

קוקורוזע־סאַלאַט מיט זוקיני

Corn and Zucchini Salad

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

4 קאַטשענעס קוקורוזע

4 קליינע זוקיניס

1/4 טעפּל צעשניטענע באַזיליק

1/4 טעפּל צעשניטענע פּעטרישקע

1/3 טעפּל איילבערט־בוימל

1/4 טעפּל ווײַן־עסיק

1/2 לעפֿעלע טריקענע פֿעפֿער־בלעטלעך

4 אונץ (113 גראַם) פֿעטאַ־קעז

שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

נעמט אַראָפּ דאָס שאָלעכץ פֿון דער קוקורוזע. זידט אַ גרויסן טאָפּ וואַסער און לייגט אַרײַן די קוקורוזע־זאַנגען, ביז זיי ווערן העל־געל — נישט מער ווי 3־5 מינוט.

שינדט אָפּ די ציינדלעך פֿון דער קוקורוזע אין אַ גרויסער שיסל.

צעשנײַדט די זוקיני אין דער לענג אין דינע רעפֿטלעך, ניצנדיק אַן אָפּשיילער אָדער מאַנדאָלינע, און גיט זיי צו צו דער קוקורוזע.

מישט אַרײַן די באַזיליק, פּעטרישקע, בוימל, עעסיק, פֿעפֿער־בלעטלעך, שוואַרצן פֿעפֿער און פֿעטאַ־קעז.

אויב איר ווילט עס צוגרייטן פֿון פֿריִער: קאָכט אָפּ די קוקורוזע מיט אַ טאָג פֿריִער, שינדט די ציינדלעך אַרײַן אין אַ שיסל, דעקט עס צו און שטעלט אַרײַן אין פֿרידזשידער. לאָזט עס בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור, איידער איר גיט עס אַרײַן אינעם סאַלאַט.