No Place Like Home

9 סודות פֿאַר אַ גליקלעכן משפּחה־לעבן

9 Secrets for a Happy Family Life

  • Print
  • Share Share

בײַם אָנהייב פֿון זײַן ראָמאַן, „אַנע קאַרענינאַ‟, שרײַבט לעוו טאָלסטוי: „גליקלעכע משפּחות זענען אַלע גלײַך, אָבער יעדע אומגליקלעכע משפּחה איז אומגליקלעך אויף איר אייגענעם אופֿן.‟

ברוס פֿיילער, אַ שרײַבער און „ניו־יאָרק טײַמס‟־קאָלומניסט, האָט מסתּמא אין זינען געהאַט דאָס ווערטל, ווען ער האָט אַליין אָנגעשריבן אַ בוך, The Secrets of Happy Families. אין דעם בוך, ברענגט ער 200 ניצלעכע סטראַטעגיעס, וואָס קאָנען פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן די משפּחה־מיטגלידער, און אַרײַנברענגען שלום־בית אין שטוב. צווישן זײַנע עצות אין בוך: דער ריכטיקער אופֿן צו עסן מאָלצײַטן אין איינעם, און עצות וועגן ליבן זיך.

אָט איז אַן אויסקלײַב פֿון אָט די סטראַטעגיעס:

  1. ווען מאַן־און ווײַב דאַרפֿן מאַכן וויכטיקע באַשלוסן, זאָלן זיי זיצן זײַט בײַ זײַט. פּסיכאָלאָגן האָבן באַמערקט, אַז ווען מענטשן זיצן איינער לעבן דעם צווייטן, וועלן זיי גרינגער געפֿינען לייזונגען און פּשרות, איידער ווען זיי זיצן איינער אַנטקעגן דעם צווייטן.

  2. פֿאַרטונקלט אַ ביסל דעם צימער: ווען ס׳איז אַ ביסל פֿינצטער אין צימער, פֿילן זיך מענטשן מער אויסגעשפּאַנט, און וועלן במילא זײַן גרייטער צו רעדן פֿון האַרצן.

  3. דערציילט די קינדער דעם אמת וועגן זייערע קרובֿים: שטודיעס ווײַזן, אַז די קינדער, וועלכע ווייסן וועגן די הצלחות און דורכפֿאַלן פֿון זייערע קרובֿים קענען גרינגער אויסשטיין זייערע אייגענע נסיונות, ווײַל זיי פֿאַרשטייען, אַז זיי זענען נישט די איינציקע, וואָס האָבן אַ מאָל „אַ שווערן טאָג‟.

  4. זיצט אויף קישנס: לויט אַ שטודיע פֿון MIT, האַרוואַרד און יעל־אוניווערסיטעט, זענען מענטשן מער בייגעוודיק, ווען זיי זיצן אויף ווייכע בענקלעך, פֿאָטעלן און סאָפֿעס. ווען מײַן פֿרוי און איך מוזן איבעררעדן אַן עמאָציאָנעל שווערן ענין, טוען מיר עס אויף דער סאָפֿע, און די משפּחה־זיצונגען האַלטן מיר בײַם טיש אין עסצימער, וווּ די בענקלעך זענען ווייך.

  5. פֿאַרבעט אָפֿטער די באָבע־זיידע: אַן אַנאַליז פֿון 66 שטודיעס האָט אַנטדעקט, אַז די מאַמעס, וואָס זייערע אייגענע מאַמעס אָדער שוויגערס העלפֿן זיי היטן די קינדער, לײַדן פֿון ווייניקער סטרעס, און זייערע קינדער זענען מער געזעלשאַפֿטלעך, ווי די מאַמעס וואָס ניצן בלויז פֿרעמדע קינדהיטער.

  6. ווען די משפּחה עסט וועטשערע אין איינעם, זאָל יעדער איינער איבערגעבן אַ גוטע זאַך, וואָס איז מיט אים יענעם טאָג פֿאָרגעקומען, און אויך אַ נישט־גוטע זאַך. ווען קינדער זעען ווי אַנדערע, אַרײַנגערעכנט טאַטע־מאַמע, פּרוּוון זיך געבן אַן עצה בעת אַ שווערער סיטואַציע, לערנען זיי זיך ווי אַזוי מיטצופֿילן און אויסצודריקן אַחדות צו די מענטשן אין זייער סבֿיבֿה.

  7. מאַכט נישט קיין גרינג־שעצערישע גרימאַסן ווען אַנדערע רעדן, בפֿרט מיט די אויגן. ווען אַ מאַן טוט עס צו זײַן פֿרוי, אָדער פֿאַרקערט, איז עס נישט בלויז אַ סימן פֿון אומדרך־ארץ, ס׳איז אויך אַ סימן, אַז דאָס זיווג־לעבן הענגט אויף אַ האָר.

  8. מײַדט אויס שווערע דיסקוסיעס צווישן 6 און 8 אַ זייגער אין אָוונט: די צוויי שעה זענען, געוויינטלעך, די סענסיטיווסטע פֿון טאָג, ווײַל די עלטערן זענען ערשט אַהיימגעקומען פֿון אַ לאַנגן אַרבעטסטאָג, און די קינדער זענען אויסגעמאַטערט. לאָזט איבער די פּראָבלעמאַטישע שמועסן אויפֿן סוף־וואָך.

  9. באַגרענעצט די קריגערײַען צו בלויז 3 מינוט: די הויפּט־טענות אין אַן אַרגומענט זאָגט מען סײַ־ווי אַרויס במשך פֿון די ערשטע דרײַ מינוט. נאָך דעם חזרט מען פּשוט איבער דאָס אייגענע — מיט אַ מער אָנגעשטרענגט קול.