No Place Like Home

וועגעטאַרישער טשילי

Vegetarian Chili

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

1 לעפֿל בוימל

1 קליין טשילי־פֿעפֿערל, צעהאַקט

1 רויטע ציבעלע, צעהאַקט

2 לעפֿעלעך רויטער ווײַן־עסיק

1 גרויס ציינדל קנאָבל

1/4־1 טעפּל פּאַרעווע יויך

1 טעפּל צעשניטענע געבראָטענע פּאָמידאָרן

1/2־1 לעפֿל טשילי־פּראָשיק

1/4 לעפֿעלע צימערינג

1 פּושקע (15 אונץ) שוואַרצע בעבלעך, אויסגעשווענקט

1 פּושקע (15 אונץ) רויטע בעבלעך, אויסגעשווענקט

2 לעפֿל צעשניטענע פֿעלד־גליאַנדער (cilantro) אָדער פּעטרישקע

2 טעפּלעך געקאָכטע ברוינע רײַז

1/2 טעפּל צעריבענער שאַרפֿער טשעדאַר־קעז

הייצט אָן דעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטל־הויכן פֿײַער. פּרעגלט דאָס צעהאַקטע טשילי־פֿעפֿערל, ציבעלע און עסיק, און קאָכט עס ביז עס ווערט ווייך — בערך 5 מינוט. טוט אַרײַן דעם קנאָבל און קאָכט אַרום 30 סעקונדעס.

מישט אַרײַן די יויך, פּאָמידאָרן, טשילי־פּראָשיק און ציבעלע, און העכערט דאָס פֿײַער. קאָכט 1 מינוט, מישט אַרײַן די בעבלעך, פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און לאָזט עס מליִען ביז עס ווערט אַ ביסל געדיכטער — בערך 5 מינוט. מישט אַרײַן דעם פֿעלד־גליאַנדער.

גיט אַרײַן 1/2 טעפּל רײַז אין יעדער שיסל, באַגיסט עס מיטן טשילי, און באַשפּרענקלט עס מיטן קעז.