No Place Like Home

גוטע סיבות אויפֿצוגעבן דיעטישע סאָדע

Good Reasons to Give Up Diet Soda

  • Print
  • Share Share

ווען מע פֿרעגט מענטשן: „וואָס פֿאַר אַן עסן האָט די העכסטע צאָל קאַלאָריעס?‟ וועלן זיי מסתּמא ענטפֿערן: „האַמבורגערס‟ אָדער „פּיצע‟. דער ענטפֿער איז אָבער: סאָדע.

דער דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער טרינקט צוויי פּושקעס דערפֿון יעדן טאָג. איר זאָגט, אַז איר טרינקט בלויז דיעטישע סאָדע, און דערפֿאַר שאַט עס נישט? לייענט זשע ווײַטער…

דיעטישע סאָדע קאָן דווקא גורם זײַן אַ צאָל באַזונדערע פּראָבלעמען פֿאַר אײַער געזונט. צום באַדויערן, איז דיעטישע סאָדע הײַנט זייער פּאָפּולער. לויט אַ שטודיע אינעם American Journal of Clinical Nutrition, טרינקען קינדער עס הײַנט צוויי מאָל אַזוי פֿיל ווי מיט צען יאָר צוריק, און דערוואַקסענע — 25% מער. אָט זענען עטלעכע פֿון די נעגאַטיווע בײַ־עפֿעקטן דערפֿון:

1 . דיעטישע סאָדע קען שאַטן די נירן. אין אַן 11־יאָריקער שטודיע אין האַרוואַרד מעדיצינישער שול, וואָס האָט אַרײַנגענומען מער ווי 3,000 פֿרויען, האָבן די פֿאָרשער אַנטדעקט, אַז בײַ פֿרויען, וועלכע טרינקען מער ווי צוויי גלעזער דיעטישע קאָלאַ אַ טאָג, פֿאַרטאָפּלט זיך די ריזיקע פֿון נירן־קראַנקייט. אינטערעסאַנט, אַז סאָדע געמאַכט מיט אמתן צוקער, איז דווקא נישט גורם קיין נירן־פּראָבלעמען; הייסט עס, אַז שולדיק זענען די קינסטלעכע צוקערס ווי סאַכאַרין און אַספּערטיים.

2 . לויט אַ שטודיע פֿונעם מינעסאָטער אוניווערסיטעט פֿון כּמעט 10,000 מענטשן, קאָן אַפֿילו בלויז איין גלאָז דיעטישע סאָדע אַ טאָג דערפֿירן צו אַ העכערער ריזיקע (34%) פֿון „מעטאַבאָלישן סינדראָם‟ — אַ פֿעטער בויך און הויכער כאַלעסטעראָל, וואָס קאָן גורם זײַן האַרץ־פּראָבלעמען.

3 . דער גרעסטער חידוש: דיעטישע סאָדע קאָן אײַך דווקא מאַכן גרעבער! פֿאַר וואָס? ווײַל קינסטלעכער צוקער „צעטומלט‟ דעם גופֿס נאַרטירלעכע פֿעיִקייט אײַנצוצאַמען די קאַלאָריעס, וואָס איר נעמט אײַן יעדן טאָג אויפֿן סמך פֿון דער זיסקייט פֿון עסן. מיט אַנדערע ווערטער, מענטשן וואָס עסן דיעטישע שפּײַזן עסן אַ סך מער וויפֿל זיי דאַרפֿן, ווײַל זיי מיינען, אַז סע שאַט נישט.

4 . ס׳מאַכט קאַליע די ציין: דיעטישע סאָדע האָט אַ הויכן פּראָצענט זײַערס (אַ PH ווערט פֿון 3.2), וואָס קאָן מיט דער צײַט אין גאַנצן צעשמעלצן דעם עמאַל (enamel) פֿון די ציין. דערפֿאַר געפֿינט מען בײַ מענטשן, וואָס טרינקען דרײַ אָדער מער סאָדעס אַ טאָג, אַן ערגערן צאָן־צושטאַנד: מער לעכער אין די ציין און מער פֿעלנדיקע ציין.