No Place Like Home

ווי אויסצוּוואַשן בלוט־פֿלעקן

Removing Blood Stains

פֿון Readers Digest

  • Print
  • Share Share

אויב אַ טראָפּן בלוט איז געפֿאַלן אויף אײַער מלבוש בעתן גאָלן זיך, אָדער צוליב אַן אומגעריכטן קראַץ, איז וויכטיק אויסצוּוואַשן דעם פֿלעק אַזוי גיך ווי מעגלעך. אַ בלוטפֿלעק איז גרינג אַראָפּצונעמען, ווען מע טוט עס גלײַך, אָבער כּמעט אוממעגלעך אָפּצוּוואַשן נאָך 24 שעה.

דער בעסטער מיטל איז צו באַגיסן דעם פֿלעק מיט פּשוטן ווײַסן עסיק, און עס לאָזן ליגן 10 מינוט. קלעקט אָפּ דאָס אָרט פֿונעם פֿלעק מיט אַ האַנטעכל, און באַגיסט דעם פֿלעק ווידער מיט עסיק אויף 10 מינוט; דערנאָך וואַשט תּיכּף אויס דעם מלבוש אין דער וואַשמאַשין.

טאָמער האָט איר נישט קיין ווײַסן עסיק בײַ דער האַנט, זענען דאָ אַנדערע אופֿנים פּטור צו ווערן פֿון אַ בלוטפֿלעק:

* באַגיסט אים מיט וואַסערשטאָף־פּעראָקסיד (hydrogen peroxide), שווענקט אים אָפּ מיט וואַסער, און וואַשט דעם מלבוש אויס אין דער וואַשמאַשין.

* טאָמער טרעפֿט עס אײַך ווען איר זענט נישט אין דער היים, איז קאָלאַ אויך אַ מיטל. באַגיסט דעם מלבוש מיט קאָלאַ און לאָזט עס ווייקן איבערנאַכט, אויב מעגלעך.

* מישט צונויף קוקורוזע־קראָכמאַל (cornstarch) מיט קאַלטן וואַסער און מאַכט אַ פּאַסטע דערפֿון. רײַבט די פּאַסטע אַרײַן אינעם פֿלעק און לייגט דעם מלבוש אָדער טישטעך אויף אַ זוניק אָרט, ביז די פּאַסטע טריקנט זיך אויס. בערשט די אויסגעטריקנטע פּאַסטע אָפּ מיט אַ ריינעם ציינבערשטל. אויב דער פֿלעק זעט זיך נאָך אַלץ אָן, חזרט איבער די פּראָצעדור.

* לייגט דעם בלוט־פֿאַרפֿלעקטן מלבוש אין אַ טאָפּ קאַלטן זאַלצוואַסער. נאָך דעם ווי ער ווייקט זיך 3־4 שעה, רײַבט דעם פֿלעק מיט אַ גיסיקן וואַשמיטל (detergent) און וואַשט דעם מלבוש אויס אין וואַשמאַשין.