No Place Like Home

זאָרג וועגן זייגן פֿאַרשפּרייט בײַ נײַע מאַמעס

Breastfeeding Concerns Common Among New Mothers

פֿון Reuters

  • Print
  • Share Share

במשך פֿון די ערשטע צוויי חדשים פֿון אַ נײַ־געבוירן קינד, זאָרגן זיך ס׳רובֿ מאַמעס וועגן זייגן, און ווי אַ פּועל־יוצא פֿאַרבײַטן אַ סך פֿון זיי דאָס נאַטירלעכע מילעך אויף מילכפֿאָרמל, גיט איבער אַ נײַע שטודיע.

92% פֿון די מאַמעס, וואָס מע האָט אויסגעפֿרעגט, ווען זייערע עופֿעלעך זענען געווען דרײַ טעג אַלט, האָבן אויסגעדריקט זאָרג וועגן געבן די ברוסט — למשל, אַז זיי גיבן אפֿשר נישט גענוג מילעך דעם קינד, אָדער אַז דאָס קינד נאָגט נישט ווי געהעריק.

מיט דער צײַט האָבן געוויסע מאַמעס זיך געפֿילט באַקוועמער מיטן זייגן, אָבער ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן ווײַטער אויסגעדריקט ספֿקות אַפֿילו חדשים נאָכן געבורט, האָבן די פֿאָרשער פֿון דער שטודיע איבערגעגעבן אינעם זשורנאַל Pediatrics.

„ס׳איז אונדז געווען אַ חידוש וויפֿל מאַמעס האָבן זיך געזאָרגט וועגן ברוסטמילעך, און וואָס אַזוי פֿיל פֿון זיי האָבן אויפֿגעהערט געבן די ברוסט צוליב דעם,‟ האָט באַמערקט לאָרי נאָמסען־ריווערס, די הויפּט־מחברטע פֿון דער שטודיע. „ס׳איז נאָך מער איבערראַשנדיק, ווען מע נעמט אין באַטראַכט וויפֿל רעסורסן די פֿאַראייניקטע שטאַטן גיט אויס צו פֿאַרשפּרייטן אין די שפּיטאָלן די מעלות פֿון זייגן.‟

די „אַלוועלטלעכע געזונט־אָרגאַניזאַציע‟ עצהט די מאַמעס צו געבן זייערע עופֿעלעך בלויז ברוסטמילעך — אָן שום פֿאָרמל אָדער סאָלידע שפּײַזן — ביז דאָס קינד ווערט זעקס חדשים אַלט, און אַפֿילו נאָך דעם זאָל מען אים ווײַטער געבן סײַ ברוסטמילעך, סײַ אַנדערע שפּײַזן ביז עס ווערט צוויי יאָר אַלט.

לויט דעם „צענטער פֿון קראַנקייט־קאָנטראָל‟ זייגן דרײַ־פֿערטל פֿון די נײַע מאַמעס דאָס קינד אין דער ערשטער וואָך נאָכן געבורט. פֿון דעסטוועגן, קריגן נאָר 16% פֿון די עופֿעלעך בלויז ברוסטמילעך במשך פֿון די ערשטע זעקס חדשים פֿונעם לעבן.