No Place Like Home

האָלובצעס פֿון כּל־המינים

All Kinds of Stuffed Cabbage

פֿון חווה ליבער (ייִט״אַ)

  • Print
  • Share Share

אַ סך ייִדן עסן האָלובצעס שמיני־עצרת און שׂמחת־תּורה, אָבער דער אופֿן ווי אַזוי מע מאַכט זיי געווענט זיך אינעם אָרט פֿון וואַנען די באָבע שטאַמט.

אינעם 16טן יאָרהונדערט, האָבן די ייִדן אין רוסלאַנד און פּוילן זיך דערוווּסט וועגן געוויקלט קרויט פֿון די טערקן, וואָס האָבן דעמאָלט געהערשט אינעם ראַיאָן. די ייִדן האָבן עס אָנגעהויבן מאַכן מיט כּשר פֿלייש, און אַ נאָמען געגעבן „האָלובצעס‟ ווײַל די אײַנגעוויקלטע בלעטער קרויט האָבן אויסגעזען ווי טײַבעלעך („האָלוב‟ איז אַ טײַבעלע אויף אוקראַיִניש).

די ייִדן, וועלכע האָבן געוווינט אין די דרומדיקע לענדער פֿון אייראָפּע, ווי אונגאַרן און די באַלטישע לענדער, האָבן עס געלערנט פֿון זייערע טערקישע שכנים אונטער דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע. דאָרט האָט מען עס אָבער נישט געמאַכט מיט קרויט, נאָר מיט טרויבן־בלעטער.

די בשׂמים וואָס די ייִדן האָבן צוגעגעבן זענען אויך געווען באַווירקט פֿון די בשׂמים, וואָס זייערע נישט־ייִדישע שכנים פֿלעגן ניצן: די סירישע ייִדן האָבן געניצט צימערינג; די פּערסישע ייִדן — קריפּ און מינץ, און די רומענישע — אַ סך קנאָבל און פּאַפּריקע.

בעת די צײַטן ווען פֿלייש איז געווען טײַער, האָבן אַ סך ייִדישע קעכינס אין מיטעלן מיזרח און רומעניע פֿאַרביטן אַ טייל פֿונעם פֿלייש אויף רײַז, בעת די מיזרח־אייראָפּעיִשע האָבן צוגעגעבן גרויפּן, קאַשע אָדער אויסגעווייקטער מצה.

די אימיגראַציע קיין אַמעריקע אינעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט האָט אַרײַנגעבראַכט נײַע ענדערונגען ווי, למשל, האָלובצעס, באַגאָסן מיט אַ זיס־און־זויערן אָדער פּאָמידאָרן־סאָוס.

טאָרי אייווי, אַ גרטע, וועלכע פֿירט דעם קאָכבלאָג, Shiksa in the Kitchen, זאָגט, אַז אירע לייענער שיקן איר פֿאַרשידענע רעצעפּטן פֿאַר האָלובצעס. „כּדי צו געבן אַ זיס־און־זויערן טעם, גיבן אַ טייל פֿון זיי צו זויערזאַלץ, און אַנדערע — לימענע־זאַפֿט אָדער קוואַס־עסיק,‟ האָט אייווי געזאָגט. „איין לייענער מיט רוסישע וואָרצלען ניצט געריבענע לימענע־שאָלעכץ; אַנדערע ניצן זויערקרויט. און כּדי צוצוגעבן זיסקייט, מישט מען אַרײַן ראָזשינקעס, זשורעכלינע־זאַפֿט און אַפֿילו טרויבן־אײַנגעמאַכטס.‟

אָבער פֿאַר וואָס עסט מען עס סוכּות? „קרויט איז פֿון די גרינסן, וואָס זענען האַרבסט בנימצא אין מיזרח־אייראָפּע, און ס׳איז זייער ביליק, זענען האָלובצעס געוואָרן אַ פּאָפּולער מאכל אויף סוכּות,‟ האָט דערקלערט גיל מאַרקס, אַ שפּײַז־היסטאָריקער און מחבר פֿון דער „ענציקלאָפּעדיע פֿון ייִדישע שפּײַזן‟.

אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס דווקא שׂימחת־תּורה, האָט מאַרקס זײַן אייגענע טעאָריע: „ווען מע קוקט אָן צוויי האָלובצעס זײַט בײַ זײַט, זעען זיי אויס ווי אַ ספֿר־תּורה,‟ האָט ער געזאָגט.

מענטשן געדענקען ווי אַזוי זייערע מאַמעס און באָבעס האָבן געמאַכט האָלובצעס,‟ האָט מאַרקס צוגעגעבן. „ס׳איז נישט בלויז אַן ענין פֿון עסן. ווען מע עסט אַזאַ טראַדיציאָנעלע פּאָטראַווע, ווערט עס ממש אַ קולטורעלע איבערלעבונג, שפּײַז פֿאַר דער נשמה.‟