No Place Like Home

הויכער בלוטצוקער און דער מוח

High Blood Sugar and the Brain

פֿון Reuters

  • Print
  • Share Share

בײַ די עלטערע לײַט, וועלכע האָבן אַ הויכן בלוטצוקער, אַפֿילו אויב זיי זענען נאָך נישט באַצייכנט ווי דיאַבעטיקער, איז דאָ אַ ריזיקע פֿון אַנטוויקלען סימפּטאָמען פֿון עובֿר־בטלדיקייט, גיט איבער אַ נײַע שטודיע פֿון 2,000 וואָלונטירן.

די פֿאָרשונג, וואָס איז געדרוקט געוואָרן אינעם „ניו־ענגלאַנד זשורנאַל פֿון מעדיצין‟, גיט אָנצוהערן, אַז אַ הויכער פּראָצענט גלוקאָז אינעם בלוט קאָן שאַטן דעם מוח פֿון אַן עלטערן מענטשן, האָט באַמערקט ד״ר פּאָול קריין, אַ פּראָפֿעסאָר אינעם אוניווערסיטעט פֿון וואַשינגטאָן און דער הויפּט־מחבר פֿון דער שטודיע.

קריין האָט אָבער צוגעגעבן בעת אַן אינטערוויו, אַז די ריזיקע איז נאָך אַלץ אַ גאַנץ קליינע. „איך וויל נישט, אַז מענטשן זאָלן זיך איבערשרעקן פֿון דער אַנטדעקונג. מיר האָבן בלויז געוואָלט אַרויסהייבן, אַז דער פּראָצענט בלוטצוקער, וואָס מיר האָבן ביז איצט געמיינט איז נאָרמאַל, איז אפֿשר טאַקע נאָרמאַל פֿאַרן האַרץ און די נירן, אָבער וואָס שייך דעם מוח — איז עס אפֿשר צו הויך.‟

„אויב אַ מאַמע לײַדט פֿון ׳אַלצהײַמערס׳, איז די ריזיקע פֿון אירע קינדער צו באַקומען ׳אַלצהײַמערס׳ אַ סך גרעסער, ווי אויב זיי האָבן אַ הויכן פּראָצענט בלוטצוקער,‟ האָט ער צוגעגעבן.