No Place Like Home

מוזיק פֿאַר די זיבעלעך

Music for Preemies

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share
עליזאַבעט קלינגער זינגט און שפּילט גיטאַר פֿאַרן צו־פֿרי געבוירן קינד, אויגוסטין מאָראַלעס, אינעם „אַן און ראָבערט לוריא קינדער־שפּיטאָל‟ אין שיקאַגע

בעת די פֿרוי האָט שטיל געזונגען אַ שלאָפֿליד אויף שפּאַניש, באַגלייט אויף אַ גיטאַר, האָט מען פּלוצלינג דערזען, ווי דאָס צו־פֿרי געבוירן קינד האָט אויפֿגעהערט זיך צו וואַרפֿן, און פֿאַרמאַכט די אייגעלעך.

ווי עס האָט די וואָך איבערגעגעבן די „איי־פּי‟ (AP), איז די פֿרוי, עליזאַבעט קלינגער, נישט בלויז אַ מוזיקער, נאָר אַ מוזיק־טעראַפּעפֿט. דאָרט, אינעם אינטענסיוון אָפּטייל פֿונעם „אַן און ראָבערט לוריא קינדער־שפּיטאָל‟ אין שיקאַגע, האָט זי באַוויזן אַ זאַך, וואָס די וויסנשאַפֿטלער האָבן שוין פֿון לאַנג משער געווען: מוזיק קאָן העלפֿן די זיבעלעך זיך גיכער צופּאַסן צום לעבן מחוץ דער מוטערטראַכט. זיבעלעך זענען די קינדער, וועלכע ווערן געבוירן צו זיבן חדשים אָדער נאָך פֿריִער.

אַ סך פֿון די זיבעלעך זענען צו קליין און דעליקאַט, אַז מע זאָל זיי קענען האַלטן אין די הענט, און אַנדערע בונטעווען זיך קעגן דעם, אַז מע זאָל זיי אַרומנעמען. זייער פֿיזישער מצבֿ איז, בדרך־כּלל, אַ שווערער: די לונגען זענען נאָך זייער שוואַך; זיי לײַדן פֿון אויגן־קראַנקייטן, ווי אויך שוועריקייטן בײַם סמאָטשקען און שלאָפֿן.

עטלעכע נײַע שטודיעס האָבן אָבער אָנגעוויזן, אַז די וויברירנדיקע און באַרויִקנדיקע ריטמען פֿון מוזיק, בפֿרט פֿון אמתע אינסטרומענטן לעבן זייערע וויגעלעך, קאָן העלפֿן זיי און אַנדערע קראַנקע עופֿעלעך.

ס׳רובֿ פֿאַרזיכערונג־פֿירמעס וועלן נישט באַצאָלן פֿאַר מוזיק־טעראַפּיע, צוליב ספֿקות, צי די פּאָזיטיווע רעזולטאַטן פֿון דער מוזיק זענען טאַקע ווײַט־גרייכיקע. אַ טייל דאָקטוירים זאָגן, אַז די גרעסטע מעלה פֿון דער מוזיק איז, צו באַרויִקן די עופֿעלעך. דערבײַ העלפֿט עס די טאַטע־מאַמע אָנקניפּן נעענטערע באַציִונגען מיט זיי, ווען די עופֿעלעך זענען נאָך צו קראַנק, מע זאָל זיי אַהיימנעמען.

אין דעם שיקאַגער קינדער־שפּיטאָל, האָט קלינגערס מוזיק געשאַפֿן אַ באַרויִקנדיקן קאָנטראַסט אַנטקעגן די מעדיצינישע אַפּאַראַטן, וואָס פֿײַפֿן כּסדר. אַפֿילו די קלענסטע עופֿעלעך האָבן, אַ פּנים, באַמערקט דעם חילוק אין די צוויי מינים קלאַנגען.

לוסי און אַלעהאַנדראָ מאָראַן, די עלטערן פֿונעם קינד, וואָס קלינגער האָט אײַנגעוויגט, זענען געשטאַנען בײַם וויגל און ליבעוודיק געשושקעט צו זייער זינדעלע.

„די מוזיק שפּאַנט אים אויס, און העלפֿט אים בעסער שלאָפֿן,‟ האָט לוסי מאָראַלעס באַמערקט. „אַ מאָל רירט די מוזיק אונדז אַליין ביז טרערן.‟

קלינגער האָט דערציילט, אַז די משפּחות פֿון די זיבעלעך בעטן בײַ איר אַמאָל ראָק־לידער אָדער אַנדערע לעבעדיקע מעלאָדיעס, אָבער זי שפּילט זיי שטיל און פּאַמעלעך, כּדי נישט צו שטערן דאָס סענסיטיווע געהער פֿון די עופֿעלעך.

„אָפֿט מאָל האָבן די משפּחות פּשוט מורא צו פֿאַרברענגען מיט זייערע קינדער, ווײַל זיי זענען קראַנק און שוואַך, אָבער די מוזיק בינדט זיי צונויף,‟ האָט קלינגער דערקלערט. זי אַרבעט ווי אַ פֿול־צײַטיקע מוזיק־טעראַפּעפֿט, אָבער די משפּחות באַקומען עס פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.

מער ווי צוואַנציק אַמעריקאַנער שפּיטאָלן באַזאָרגן הײַנט די זיבעלעך, וואָס געפֿינען זיך אין זייער אינטענסיוון אָפּטייל, מיט מוזיק־טעראַפּיע, און עס ווערט אַלץ מער פּאָפּולער, האָט דערלקערט דזשאָאַנאַ לוי, אַ מוזיק־טעראַפּעפֿטין בײַם „בית־ישׂראל מעדיצינישן צענטער‟ אין ניו־יאָרק.

ד״ר נאַטאַליאַ הענער, אַ ספּעציאַליסטין בײַ פֿרי־געבוירענע עופֿעלעך, האָט געזאָגט, אַז מוזיק־טעראַפּיע העלפֿט די זיבעלעך וואַקסן גיכער. „עטלעכע שטודיעס אין די קראַנקן־שוועסטער זשורנאַלן האָבן לעצטנס אָנגעוויזן, אַז די עופֿעלעך, וועלכע באַקומען מוזיק־טעראַפּיע ווערן אַרויסגעלאָזט פֿון שפּיטאָל פֿריִער ווי די אַנדערע, און זיכער מאַכט עס גרינגער, אַז די עלטערן און עופֿעלעך זאָלן זיך דערנענטערן,‟ האָט זי צוגעגעבן.

לוי האָט אַליין אָנגעפֿירט מיט אַ שטודיע, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש אינעם זשורנאַל Pediatrics, אין וועלכער עלף שפּיטאָלן האָבן זיך באַטייליקט. בעת די טעראַפּעפֿטן האָבן געשפּילט באַרויִקנדיקע ריטמען, וואָס מאַכן נאָך די קלאַנגען פֿון דער מוטערטראַכט, האָבן די הערצעלעך בײַ די זיבעלעך אָנגעהויבן קלאַפּן פּאַמעלעכער; זייער אָטעמען האָט זיך באַרויִקט; זיי האָבן בעסער געסמאָטשקעט און גיכער אײַנגעשלאָפֿן.