Boris Sandler

אַז דער פֿידל שווײַגט, פּויקט די פּויק (אַכט טייל)

When the Fiddle's Silent, You Can Hear the Drums (Part 8)

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

8. אַ באַזונדערס געפֿערלעכע פּערזאָן

נאָך אונדזער לעצטער טרעפֿונג מיט זינאָטשקען האָב איך מער קיין אָפּלאָז־שײַן נישט באַקומען. נישט, חלילה, ווײַל פּראָפּאָרשטשיק קריוואָמאַז האָט איבערצײַגט דעם מאַיאָר, אַז עס קומט מיר נישט אַזאַ סטימוליר־באַלוינונג, צוליב מײַן נישט אויסטויגערישקייט בײַם וואַשן דילן; דער באַפֿעל אָפּצושטעלן דאָס אַרויסגעבן מיר די זונטיקדיקע אָפּלאָז־שײַנען איז געקומען פֿון דעם זעלבן מקור, פֿון וועלכן ס’איז פֿריִער אַרויסגעקומען די קאָמאַנדע זיי מיר אויסצושרײַבן, פֿון דעם אַלמעכטיקן “פֿימקע־דעפֿיציט”. ווי ס’האָט גלײַך באַמערקט סטאַרשינאַ גובײַדולין: די ליבע איז אַוועק, די אוגערקעס פֿאַרוועלקט! אייגנטלעך, איז דאָך קיין ליבע דאָ נישט געווען: יעדער צד האָט דערוואַרט צו האָבן דערפֿון זײַן ביסל נוץ; חבֿר זעלצער — סײַ “אָפּרײַסן” זײַן איינציקע טאָכטער פֿון דעם נישט־געוווּנטשענעם חתן אירן, סײַ צונויפֿפֿירן זי מיט אַ “באַלעבאַטישן חבֿרה־מאַן”. זינאָטשקע, ווי זי האָט עס מיר דערקלערט, האָט דורך מיר געוואָלט ווייכער מאַכן איר טאַטנס האַרץ, איידער זי אַנטפּלעקט אים “אירע פּלענער”. און כאָטש איך אַליין האָב אין דעם “וואָדעוויל” געשפּילט די ראָלע פֿון אַ לעמישקע, האָב איך מײַן חלק פֿון נוץ זיך אויך פֿאַרדינט. קודם־כּל, האָב איך פֿאַרבראַכט צוויי זונטיק־אָוונטן צוזאַמען מיט אַ סימפּאַטיש און פּראַקטיש מיידל; און צווייטנס, בין איך געוואָרן אַ “נאַשבראַט” מיט זייער אַ וויכטיקער פּערזאָן אינעם גאַרניזאָן ХУ 7631, מיט “פֿימקע־דעפֿיציט”. 

ווי אַ מיליטערישע דיוויזיע, האָט דער גאַרניזאָן ХУ 7631 געדאַרפֿט זײַן שטענדיק גרייט אָפּצושלאָגן די אַטאַקעס פֿונעם פֿײַנט. “ערשט אין די פֿרידלעכע צײַטן מוז מען האַלטן די אויערן אָנגעשפּיצט און די אויגן אָפֿן”, — האָט דעם אָרקעסטער דערקלערט קאַפּיטאָן כאָריאָק, אַ מיטלוווּקסיקער פּאַרשוין מיט שמאָלע ליפּן און צוויי קליינע קנעפּל־קײַלעכדיקע אויגן פֿון אַ טכויר, וואָס מיינט טאַקע אויף רוסיש דאָס חיהלע “כאָריאָק”, פֿון וועלכן עס קומט אַרויס דעם קאַפּיטאַנס פֿאַמיליע־נאָמען. קאַפּיטאַן כאָריאָק איז געווען נישט סתּם אַן אָפֿיצער; ער איז געווען דער הויפּט פֿון דעם “באַזונדערן אָפּטייל” בײַם דיוויזיע־שטאַב, וואָס האָט געהאַלטן אַן אויג אויף יעדן און אויף אַלץ. וועגן אים אַליין פֿלעגט מען שטילערהייט זאָגן, אַז צום שטינק פֿון דעם “כאָריאָק־טכויר” שמעקט זיך צו אַפֿילו דער קאָמאַנדיר פֿון דער דיוויזיע.

קאַפּיטאַן כאָריאָק האָט דורכגעפֿירט זײַן אינסטרוקטאַזש ערנסט און דײַטלעך, ווײַל אויף די פּלייצעס פֿונעם אָרקעסטערס פּערזענלעכן באַשטאַנד איז געפֿאַלן אַ שווער, נאָר אַחריותדיק שליחות, דהײַנו, שטיין אין קאַראַול בײַם הויפּט־טויער 24 שעה און קאָנטראָלירן יעדן, ווער עס וויל אַרײַנגיין אָדער אַרײַנפֿאָרן אויף דער טעריטאָריע פֿון דעם גאַרניזאָן. ווי קומען די מוזיקאַנטן פֿונעם בלאָז־אָרקעסטער צו אַזאַ שליחות? “ערשטנס, — האָט געצויגן זײַן אינסטרוקציע־פֿאָדעם דער קאַפּיטאַן, — זײַט איר פּונקט אַזעלכע סאָלדאַטן ווי אַלע אַנדערע אין אונדזערע סאָוועטישע מיליטער־קראַפֿטן, און ערשט דערנאָך — מוזיקאַנטן. צווייטנס, ווייסט איר דאָך, אַז אונדזער דיוויזיע געפֿינט זיך איצט אין פֿעלד אויף די שלאַכט־געניטונגען; און דריטנס, אויב אונדזער פֿאָטערלאַנד וועט האַלטן פֿאַר נייטיק אײַך צו שיקן רייניקן טואַלעטן, וועט איר עס דאַרפֿן אויפֿנעמען מיט שטאָלץ!” זײַנע אייגעלעך האָבן זיך אײַנגעשרויפֿט אין פּנים פֿון יעדן פֿון די פֿיר סאָלדאַטן, וואָס זײַנען געשטאַנען פֿאַר אים אויסגעצויגן אין איין שורה און זיך אָפּגעשטעלט אויפֿן לעצטן. “איר האָט פֿאַרשטאַנען, סאָלדאַט כײַמאָוויטש?” — האָט דער קאַפּיטאַן געפֿרעגט בײַ אײַזיקן, ווי ער וואָלט געווען דער טיפּשסטער צווישן זײַנע חבֿרים. “פּונקט אַזוי, חבֿר קאַפּיטאַן!” — האָט אויסגעשאָסן אײַזיק.

שוין פֿונעם אַנדערן טאָג אָן, גאַנץ קאַיאָר, האָט יעדער פֿון אונדז געדאַרפֿט אָפּשטיין אין קאַראַול 4 שעה, בײַטנדיק איינער דעם אַנדערן, אויף דעם “קאָנטראָל־דורכלאָזפּונקט”. אייגנטלעך, זײַנען מיר צוגעשטעלט געוואָרן צו אַ דעזשור־אָפֿיצער, וואָס האָט אין משך פֿונעם טאָג געהאַלטן אַן אויג אויפֿן טויער. אונדזער אויפֿגאַבע איז געווען דעם טויער אויפֿעפֿענען און פֿאַרמאַכן. קיין געווער האָבן מיר נישט געהאַט, אַזוי אַז אין אַ פֿאַל, אויב אַ גרופּע דיווערסאַנטן וואָלט זיך פֿאַרגלוסט אָנפֿאַלן אויף אונדזער “קאָנטראָל־דורכלאָזפּונקט”, וואָלטן מיר געקאָנט זיי קעגנשטעלן נאָר איין, אָבער דעם שטאַרקסטן וואָפֿן — דעם פּאַטריאָטישן גײַסט.

נאָכן ענד־סיגנאַל, פֿלעגט דער דעזשור־אָפֿיצער אָפּגעבן זײַן וואַך און אַהיימגיין שלאָפֿן. פֿון דער מינוט אָן ביז 6 אין דער פֿרי איז די טעריטאָריע פֿונעם גאַרניזאָן מיטן גאַנצן האָב־און־גוטס און לעבעדיקע באַשעפֿענישן בתוכם געפֿאַלן אויף די שוואַכע פּלייצעס פֿון די מוזיקאַנטן. אויף דער בײַנאַכטיקער וואַך האָט יעדער געדאַרפֿט אָפּשטיין נישט פֿיר, נאָר דרײַ שעה. פֿאַרשטייט זיך, אַז עס רעדט זיך נאָר אַזוי, “אָפּשטיין”; אין דער אמתן האָט מען זיך קיין אָרט נישט געפֿונען; דער שלאָף פֿלעגט פֿאַרשיכּורן, בפֿרט אין דער צווייטער העלפֿט נאַכט, נאָכן ערשטן דרעמל.

דער “קאָנטראָל־דורכלאָזפּונקט” האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ געראַמע בודע מיט אַ ברייטן פֿענצטער, וואָס קוקט אַרויס אויף דער גאַס, אַקוראַט לעבן דעם אײַזערנעם טויער. אין דער בודע איז געשטאַנען אַ טיש און איין בענקל. לייענען אָדער שרײַבן איז געווען שטרענג פֿאַרווערט, בפֿרט בײַ נאַכט. די איינציקע זאַך, וואָס ס’האָט זיך געפֿונען אויפֿן טיש, איז געווען דער זשורנאַל, וווּ דער וואַכמאַן האָט אַרײַנגעשריבן, וואָס איז אַרײַנגעפֿאָרן אינעם גאַרניזאָן און װען, אָדער אים פֿאַרלאָזט. אָנצינדן ליכט האָט מען אויך נישט געטאָרט, צוליב זיכערקייט, אַז דער “פּאָטענציעלער דיווערסאַנט” זאָל, חלילה, נישט זען אין וועמען צו שיסן.

צו זיצן בײַם טיש אָדער זיך אומדרייען אין דער פֿינצטערער בודע — דרײַ שפּאַן הין־און־קריק, — די האַלב־פֿאַרשלאָפֿענע אויגן אויסגעגלאָצט אויף דעם שטיק גאַס, ווי אַרויסגעריסן פֿונעם בײַנאַכטיקן רוים און באַלויכטן פֿונעם עלעקטרישן לאַמטערן אויפֿן סלופּ, שאַפֿט אַן אײַנדרוק, אַז דו ביסט אין גאַנצן אָפּגעזונדערט און איזאָלירט פֿון דער וועלט. נאָך מער: ביסט פֿאַרטראָגן געוואָרן ערגעץ אין קאָסמישן תּהום, אָן אַ האָפֿענונג אַמאָל זיך אומקערן צוריק אַהיים צו דײַנע ליבע מענטשן און סבֿיבֿה. דײַן מוח צעשמעלצט זיך און פֿילט אָן דעם שאַרבן מיט אַ שלעפֿעריקער מאַסע, וואָס הייבט זיך אָן צערינען איבערן גאַנצן לײַב, פֿאַרוואַנדלענדיק אויך די ביינער און דאָס לײַב אין אַ ווייכן, שלאַבעריקן שטאָף… “פּאַ־ראַ־פֿין…”

דאָס וואָרט האָט זיך אַרויסגעריסן פֿון אײַזיקס צעווייקטן מוח, ווי אַ ווידערקול פֿון זײַנע קינדער־יאָרן. זײַן טאַטע ליגט אויפֿן בויך, די פּלייצע אַנטבלויזט. ער קרעכץ, נעבעך, פֿאַר ווייטיק, קאָן זיך נישט רירן פֿון אָרט, און נאָר איין מאָדנע וואָרט הערט זיך קוים פֿון זײַן פֿאַרקרימט מויל: “אוי־מײַנע־קרי־זשעס…” דער קליינער אײַזיק דרייט זיך לעבן דעם דיוואַן, וווּ דער טאַטע ליגט, און נעמט נישט אַראָפּ קיין אויג פֿון דעם, וואָס די מאַמע טוט. זי רופֿט עס מיט אַן אַנדער לאַנג וואָרט: “פּאַ־ראַ־פֿינאָ־טע־ראַ־פּיע”. נאָך פֿריִער האָט זי אין אַ טעפּל צעשמאָלצן איבערן פֿײַער ווײַסע שטיקער פּאַראַפֿין, און איצט צעשמירט עס איבער דעם טאַטנס קריזשעס. זעליג לײַדט אויף ראַדיקוליט, מאַכט אים מאַניע אַזעלכע פּאַראַפֿין־קאָמפּרעסן. די קאַלעמוטנע, געדיכטע פֿליסיקייט ווערט גיך פֿאַרקילט אויף זעליגס קריזשעס, און מאַניע דעקט דעם מאַן צו מיט איר וואַרעמער שאַל. אַזוי ליגט ער שוין אָפּ אַ היפּש ביסל צײַט, ביז די פֿרוי נעמט פֿון אים נישט אַראָפּ “דעם פּאַראַפֿין־קאָמפּרעס”. איצט קומט טאַקע אײַזיקס צײַט, וואָס ער האָט אַזוי אויף דעם אַרויסגעקוקט. ער רײַסט אָפּ פֿון דעם ווייכן נאָך וואַרעמען פּאַראַפֿין אַ שטיקל און קלעפּט פֿון דעם אויס עפּעס אַ חיהלע, וואָס דערווײַל ווייסט ער נאָך אַליין נישט אויף וועמען עס איז ענלעך און ווי אַזוי עס אָנצורופֿן. ער טוט עס פֿלינק מיט זײַנע קליינע, דינע פֿינגערלעך, אַז דאָס גליטשיקע שטיקל פּאַראַפֿין זאָל זיך, חלילה, נישט אַרויסגליטשן… דווקא אין דעם מאָמענט האָט אײַזיק דערהערט אַן אויסגעשריי. ער האָט אויפֿגעציטערט און דאָס שטיקל פּאַראַפֿין איז נעלם געוואָרן, צוזאַמען מיטן חלום…

אין די אויגן האָט אַ שלאָג געטאָן די שײַן פֿונעם אָנגעצונדענעם לעמפּעלע אין דער בודע. קאַפּיטאַן כאָריאָק איז געשטאַנען בײַם טיש, און פֿון הינטער זײַן פּלייצע האָבן אַרויסגעקוקט צוויי פּאָר אויגן — די פּאַטרול־סאָלדאַטן.

— סמירנאָ, סאָלדאַט כײַמאָוויטש! — האָט אויסגעשריִען דער קאַפּיטאַן, — אַזוי פֿאַרטיידיקט איר די רו פֿון אײַערע חבֿרים? זיי האָבן דאָך אײַך פֿאַרטרויט זייערע לעבנס!

אײַזיק איז געבליבן שטיין, נישט בכּוח אָפּצוכאַפּן דעם אָטעם. דער קאָפּ איז פּוסט, נאָר אין די פּויקהײַטלעך פֿון די אויערן, האָט אָפּגעקלונגען יעדעס וואָרט, ווי אַרײַנגעקלאַפּט מיט אַ קלאַפּערל.

— וואָס זשע שווײַגט איר, סאָלדאַט כײַמאָוויטש? אַרמיי איז אײַך נישט קיין קאָנסערוואַטאָריע!

זײַן האַלדז האָט זיך אויסגעצויגן און זיך דערנענטערט צו אײַזיקס פּנים. אַ האַרבער בראָנפֿן־גערוך האָט אַ שלאָג געטאָן אײַזיקן אין פּנים. ער האָט דערפֿילט, ווי דעם קאַפּיטאַנס קנעפּל־אייגעלעך שרויפֿן זיך ממש אַרײַן אין זײַן מוח. יענער איז אַריבער אויף “דו” און ווײַטער שוין גערעדט צווישן די ציין, ווי זיך אײַנגעביסן אין יעדן וואָרט:

— איך קוק זיך צו דיר צו, כײַמאָוויטש, נישט איין טאָג! דו ביסט בײַ מיר אָט דאָ־אָ… — און ער האָט אונטערגעטראָגן צו אײַזיקס נאָז זײַן אָפֿיצערסקיע פֿויסט. — גיב באַלד איבער דעם קאַראַול, און מאַרש נאָך מיר!

אַזוי איז דער סאָלדאַט אײַזיק כײַמאָוויטש פֿון זײַן קאַראַול־וואַכטע געטראָפֿן גלײַך אין קאַרצער אַרײַן; אָדער פּראָסט גערעדט, פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין אַ תּפֿיסה־קאַמער פֿאַר באַשטראָפֿטע מיליטער־לײַט. צווישן די סאָלדאַטן איז פֿאַרשפּרייט געווען אַ ווערטל, אַז ווער ס’איז נישט געזעסן אין קאַרצער כאָטש איין טאָג, ווייסט נישט וואָס אַרמיי איז. פֿאַרשטייט זיך, אַז די ידיעה איז תּיכּף דערגאַנגען צום מאַיאָר פּאָסעסאָר. פֿאַרן גאַרניזאָן־אָרקעסטער, אין שפּיץ מיטן דיריגענט, איז עס געווען אַ שטאַרקער קלאַפּ — אַן אויסעראָרדנטלעכע סיטואַציע. ס’איז קיין סוד נישט געווען, אַז קאַפּיטאַן כאָריאָק און זײַן “באַזונדערער אָפּטייל” האָט געהאַלטן אַ שטרענג אויג נישט בלויז אויף דעם “גרינעם פּויקער” כײַמאָוויטש, נאָר אויפֿן גאַנצן אָרקעסטער בכלל, ווי אַ וואָפֿן פֿון “פּאָליטישער און אידעאָלאָגישער פּראָפּאַגאַנדע” בײַם גאַרניזאָן־שטאַב. דערצו איז פֿונעם “שטרענגן אויג” געווען נישט אויסצובאַהאַלטן דעם וויכטיקן פּונקט פֿון מאַיאָרס ייִחוס, וואָס דער “טכויר” פֿונעם “באַזונדערן אָפּטייל” האָט זיך צו אים באַזונדערס צוגעשמעקט. נאָך מער, ס’איז אויך באַוווּסט געווען, אַז קאַפּיטאַן כאָריאָק־טכויר האָט זײַנע “טכוירלעך־אַגענטן” איבערן גאַנצן גאַרניזאָן, וואָס טראָגן אים כּסדר צו אינפֿאָרמאַציע. מיט איין וואָרט, דער מסירה־שטינק האָט זיך געטראָגן פֿון אַלע גאַרניזאָן־לעכער, און זיך צונויפֿגעקומען אינעם “באַזונדערן אָפּטייל”.

אייגנטלעך, האָט אײַזיק, זיצנדיק אויף די הוילע ברעטער פֿון זײַן נײַעם געלעגער, נישט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז זײַן בײַנאַכטיקער דורכפֿאַל בעתן שטיין אין קאַראַול, איז בלויז אַ תּירוץ אים צו פֿאַרשפּאַרן אין קאַרצער. וועט ער דאָ אָפּזײַן אַ טאָג־צוויי, ביז דער מאַיאָר וועט אים אַרויסשלעפּן. אַזוי האָט ער געטראַכט, אָבער די אמתע סיבה איז געווען גאָר אַן אַנדערע, וואָס אין זײַן פֿאַל האָט זי געקאָנט ברענגען צו ערנסטע צרות — צו אַ טריבונאַל, פֿאַר קיינעם נישט געזאָגט געוואָרן!

איצט לאָמיר אויסהערן דעם באַשטראָפֿטן אײַזיק כײַמאָוויטש אַליין. ער האָט געהאַט גענוג צײַט, בשעתן זיצן פֿאַרשפּאַרט אינעם קאַרצער, זיך צו דערמאָנען אין פֿאַרשידענע זאַכן, פֿאַרבונדן מיט דעם ענין, וואָס קאַפּיטאַן כאָריאָק האָט שוין אַזוי האַסטיק אָנגעהויבן צונויפֿצושטוקעווען, אַרײַנשלעפּנדיק אין דעם באַקאַנטע פּערסאָנאַזשן…

מיט אַ צוויי חדשים פֿאַר דעם, וואָס קאַפּיטאַן כאָריאָק האָט מיך געכאַפּט, ווי מע זאָגט, בײַם זען דעם ערשטן חלום, שטייענדיק אין קאַראַול, האָב איך זיך באַקענט מיטן לייטענאַנט פֿונעם בוי־באַטאַליאָן, איליאַ גאָרדאָן. מיר האָבן “דערקענט” איינער דעם אַנדערן נאָך פֿריִער, ווײַל אויסבאַהאַלטן אונדזער אייגנאַרטיקן ייִדישן אויסזען, איז נישט מסוגל געווען אַפֿילו די מיליטערישע אוניפֿאָרעם. דאָס ערשטע מאָל, געדענקט זיך, האָבן מיר ביידע פֿאַרהאַלטן אונדזער בליק איינער אויפֿן צווייטן, וואָס האָט, אַפּנים, געזאָלט אויסדריקן די זעלבע פֿראַגע: “ביסט אַ ייִד?” — און דערמיט האָט זיך עס פֿאַרענדיקט. ס’האָט גענומען אַ היפּש ביסל צײַט, איידער איליאַ, מעגלעך, צוליב זײַן אָפֿיצער־טשין, איז צו מיר צוגעגאַנגען און געזאָגט:

“כ’האָב געהערט, דו ביסט דאָ נאָך דער קאָנסערוואַטאָריע?”

איך קאָן נישט זאָגן, אַז כ’האָב זיך פֿאַר אים אויסגעצויגן אין פֿרונט, ווי עס פֿאָדערט דער אוסטאַוו בײַ אַזאַ פֿאַל; פֿון דעסטוועגן, האָב איך זיך אויסגעגלײַכט, גרייט עס צו טאָן. דער לייטענאַנט האָט אַרויסגעשלעפּט פֿון זײַן שינעל אַ פּעקל סיגאַרעטן און עס אויסגעשטרעקט צו מיר. מיר האָבן פֿאַררייכערט און זיך צערעדט.

איליאַ גאָרדאַן האָט פֿאַרענדיקט דעם פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, און לויטן געזעץ פֿון מיליטער־פֿליכט, מאָביליזירט געוואָרן אויף צוויי יאָר. ווי כ’האָב שוין פֿריִער דערקלערט, איז אין זײַן אינסטיטוט יאָ געווען אַ מיליטערישע קאַטעדרע, דעריבער איז איליאַ געשטעלט געוואָרן צום פּריזיוו שוין ווי אַן אָפֿיצער. ווי ס’האָט זיך אַרויסגעוויזן, איז ער געווען אַ מעלאָמאַן און ליב געהאַט קלאַסישע מוזיק. אַזוי אַז אין די קורצע טרעפֿונגען, מערסטנס, צופֿעליקע, האָבן מיר געהאַט וועגן וואָס צו רעדן. די טעמע פֿון מוזיק איז געוואָרן דער קנופּ, וואָס האָט אונדז פֿאַרבונדן און דערמעגלעכט אין אונדזערע צײַטווײַליקע באַציִונגען צו זײַן אָפֿנהאַרציק.

איין מאָל האָב איך אים געפֿרעגט, פֿאַר וואָס קומט אַזוי פֿאָר, אַז די אָפֿיצערן, וויסנדיק וועגן די איזדיעווקענישן פֿון די “זיידעס” איבער די “גרינע” סאָלדאַטן, מאַכן זיך כּלא־ידע?

“נעם, למשל, מיך, — האָט ער באַלד געפֿונען אַ בײַשפּיל ווי אַן ענטפֿער, — ווען מע דאַרף עפּעס אויספֿירן, גיב איך די קאָמאַנדע דעם סערזשאַנט, און ער האַלט שוין אַן אויג אויף די סאָלדאַטן, זיי זאָלן מײַן קאָמאַנדע אויספֿירן. ער איז דאַך מיט זיי אַלע 24 שעה אין מעת־לעת. צי מיט גוטן, צי מיר שלעכטן — דאָס איז שוין נישט מײַן עסק, אַבי מײַן באַפֿעל זאָל זײַן אויסגעפֿירט. אויף דער ווערטיקאַל — פֿון אויבן אַראָפּ — האַלט זיך די גאַנצע מיליטערישע סיסטעם… און מסתּמא, נישט נאָר די מיליטערישע, נאָר די גאַנצע מאַכט אין אונדזער לאַנד.”

אייגנטלעך, זײַנען מיר געווען מיט איליאַ אין איין עלטער, אָבער וואָס שייך דעם קוק אויפֿן לעבן — סײַ דעם, וואָס האָט אונדז דאָ אַרומגערינגלט און סײַ אויסער דעם “קאָנטראָל־דורכלאָזפּונקט” — האָט איליאַ באַטראַכט עס רײַפֿער און טיפֿער. אין אַ טאָג, בעת אַזאַ רייכער־איבעררײַס, האָט ער מיך אַ פֿרעג געטאָן, וואָס טראַכט איך צו טאָן נאָכן “דעמבעל”, דאָס הייסט, נאָך מײַן דעמאָביליזאַציע? דערבײַ, נאָך איידער כ’האָב אים עפּעס געזאָגט, האָט ער אויף מיר כיטרע אַ קוק געטאָן און שטיל געפֿרעגט: “דו פּלאַנירסט נישט אַרויסצופֿאָרן?” אַוודאי, האָב איך פֿאַרשטאַנען, וואָס ער מיינט — צי אָנגעווייטיקט איז די פֿראַגע געווען; און שוין נישט מיט איין פֿרײַנד מײַנעם פֿון דער קאָנסערוואַטאָריע האָב איך זיך צו יענער צײַט געהאַט געזעגנט, ווי ס’האָט זיך געדאַכט — אויף שטענדיק! נאָר דאָס אָרט און די אומשטענדן, אין וועלכע מיר האָבן זיך אין דעם מאָמענט געפֿונען, האָבן צו אַזעלכע פֿראַגעס נישט געפּאַסט. זעט אויס, אַז מײַן פֿאַרלוירענער אויסזען האָט גערעדט פֿאַר זיך, אָן ווערטער, איז איליאַ באַלד אַריבער צו אַן אַנדער טעמע.

מיט אַ וואָך צוריק, האָט איליאַ מיך אַרויסגערופֿן פֿון אונדזער קאַזאַרמע. וואָס איז? ער איז געקומען זיך צו געזעגענען מיט מיר: מאָרגן פֿאַרלאָזט ער דעם גאַרניזאָן. זײַן טערמין איז אויסגעגאַנגען. זײַן חובֿ דער מלוכה האָט ער אָפּגעגעבן. מיר האָבן זיך אַרומגענומען און איידער זיך צעשיידן, האָט איליאַ אַרויסגעשלעפּט פֿון זײַן קעשענע אַ ביכל פֿון אַ קליינעם פֿאָרמאַט, אײַנגעוויקלט אין אַ צײַטונג, און עס מיר דערלאַנגט. “וואָס איז דאָס, — האָב איך זיך אַ וויצל געטאָן, — דײַנע נאָטיצן פֿון אַ ייִדישן אָפֿיצער?”

איליאַ האָט מײַן וויץ אָפּגעשאַצט מיט אַ פּויזע, ווי ער וואָלט אים בכלל נישט געהערט.

“דאָס איז מײַן קליינע מתּנה פֿאַר דיר — מאַקס דײַמאָנדס בוך ׳ייִדן, גאָט און געשיכטע’. כ’האָב בכּיוון אָפּגעריסן דעם טאָוול און די ערשטע צוויי זײַטלעך; דו ווייסט דאָך, אַז קאַפּיטאַן כאָריאָקס אויערן שטעקן אַרויס פֿון אַלע ווינקלען; און אַזוי וואַרפֿט זיך עס ווייניקער אין די אויגן. כ’מיין, אַז דאָס ביכל וועט דיר צוניץ קומען…”

אויפֿן ערשטן פֿאַרהער אין קאַפּיטאַן כאָריאַקס קאַבינעט האָט אײַזיק גלײַך דערזען גאָרדאָנס מתּנה ליגן אויפֿן טיש אויבן־אָן. דאָס לעצטע מאָל האָט אײַזיק עס באַהאַלטן אין דער אינעווייניקסטער קעשענע פֿון זײַן שינעל. קיין צווייפֿל נישט, אַז כאָריאַקס “טכוירל” אין אָרקעסטער האָט עס דאָרט דערשמעקט און געבראַכט צו זײַן באַלעבאָס.

דאָס פּנים קאַפּיטאַנס האָט געגלאַנצט, ווי די שטיוול פֿאַרן פּאַראַד; די פֿריִיִקע פּאָרציע בראָנפֿן האָט זיך צעגאָסן מיט רויטע פֿלעקן איבער זײַן קײַלעכדיק פּנים, און פֿון די וואַסערדיקע אייגעלעך האָט אַרויסגעשײַנט די פֿרייד פֿון כאַפּן אַן “אינערלעכן פֿײַנט”. ער האָט זיך שוין, אַפּנים, געמאָלט, אַז דער כײַמאָוויטש־ענין וועט אים זיכער ברענגען די פּאָגאָנעס פֿון אַ מאַיאָר. עס זײַנען בלויז געבליבן פֿאָרמעלע קלייניקייטן, וואָס ער, ווי אַ געניטער “טשעקיסט”* וועט עס דערליידיקן איינס־צוויי. ווי בײַ נאַכט, אין דער קאַראַול־בודע, האָט ער זיך צוגערוקט צו אײַזיקן, זיך צו אים צוגעשמעקט און שטיל געפֿרעגט:

“נו, ווי אַזוי איז צו דיר געקומען די פֿאַרווערטע ליטעראַטור? ווער האָט דיר דאָס ביכל געגעבן?..”

אײַזיק האָט זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק:

“וועגן וואָס רעדט איר, חבֿר קאַפּיטאַן? איך האָב נישט אַזעלכע ביכער…”

“ווייסטו דאָך, אַז אַזעלכע ביכער זײַנען פֿאַראַן?”

“אַוודאי, סאָלזשעניצין, צום בײַשפּיל… אָבער איך האָב זײַנע ביכער נישט געלייענט.”

קאַפּיטאַן האָט פֿאַרנומען זײַן אָרט בײַם טיש און, האַלטנדיק דעם קאָמפּראָמאַט אין דער האַנט, אַ טרייסל געטאָן מיטן ביכל איין דער לופֿטן.

“די זאַך האָט מען געפֿונען אין דײַן שינעל, — האָט ער באַטאָנט דאָס וואָרט “דײַן”. — ווילסטו זאָגן, אַז נישט דו האָסט עס דאָרט באַהאַלטן?”

“איר ווייסט דאָך, חבֿר קאַפּיטאַן, אַז נאָכן ווינטער בלײַבן די שינעלן הענגען פֿאַרשלאָסן אין ׳קאָפּטיאָרקע׳, וואָס נאָר דער פּראַפּאָרשטשיק קריוואָמאַז האָט דעם שליסל…”

קאַפּיטאַן כאָריאָק האָט זיך אונטערגעהויבן פֿונעם בענקל. אויף זײַן פּנים האָט זיך צערונען אַ שמייכל, און נאָר די אויגן זײַנען געבליבן קאַלט, ווי פֿאַרגליווערט.

“הייסט עס, אַז דאָס ביכל געהערט צום פּראַפּאָרשטשיק, ציוניסט קריוואָמאַז?!” — דער שטילער שמייכל איז מיטאַמאָל אַריבער אין אַ האַווקענדיקן געלעכטער, — בראַוואָ, ׳סאָנאַטשיק׳ — אַזוי רופֿט מען דיך, דאַכט זיך, אין אָרקעסטער…”

ער האָט אויפֿגעבלעטערט דאָס ביכל, אַ דריי געטאָן מיט די אייגעלעך און אָנגעהויבן לייענען: “דאָס אויפֿקומען אין 19טן־20סטן יאָרהונדערט פֿון נאַציאָנאַליזם, קאַפּיטאַליזם, קאָמוניזם און פֿאַשיזם האָט געשאַפֿן אַ באַזונדער געפֿאַר פֿאַר די ייִדן…”

ער האָט אַ וואָרף געטאָן דאָס ביכל אויפֿן טיש און זיך אָנגערופֿן:

“ווי געפֿעלט עס דיר, סאָלדאַט כײַמאָוויטש, קאָמוניזם איז אַ געפֿאַר פֿאַר די ייִדן?”

“עס געפֿעלט מיר נישט אין גאַנצן, חבֿר קאַפּיטאַן…” — האָט אויסגעשטאַמלט אײַזיק.

דער קאַפּיטאַן האָט שוין אָבער געצויגן זײַן פֿאָדעם ווײַטער, וואָס האָט בולט באַצייכנט זײַן באַהאַוונטקייט; זי האָט פֿון אים געשפּרודלט, און ער האָט זיך אין איר ממש געבאָדן.

“און אפֿשר האָט עס דיר געגעבן צו לייענען דער פֿאַרוואַלטער פֿון אונדזער מיליטער־קראָם, חבֿר זעלצער, האַ? כ’האָב געהערט, אַז דו דרייסט מיט זײַן טעכטערל אַ ליבע?

מיטאַמאָל איז זײַן שטים געוואָרן שטילער, און די אויערן האָבן זיך אָנגעשפּיצט, — און אפֿשר האָט עס דיר געגעבן מאַיאָר פּאָסעסאָר. ער האָט אויך זיך געלערנט אין אַ קאָנסערוואַטאָריע?…”

נאָכן ערשטן פֿאַרהער, האָט אײַזיק פֿאַרשטאַנען, אַז קאַפּיטאַן כאָריאָק שטוקעוועט צונויף אַ “ציוניסטישן ענין”, וואָס אין זײַן יסוד ליגט דער אָרטיקער “ייִדישער דרײַעק” — מאַיאָר פּאָסעסאָר, דער קראָם־פֿאַרוואַלטער זעלצער און ער, סאָלדאַט אײַזיק כײַמאָוויטש. אַ פֿלינקער מײַסטער, אויפֿגעכאָוועט אויף די אומשטערבלעכע טראַדיציעס פֿונעם “אײַזערנעם פֿעליקס”.** נישט אומזיסט איז אינעם קאַפּיטאַנס קאַבינעט געהאָנגען אויף דער וואַנט איבער זײַן קאָפּ דער פּאָרטרעט פֿון דעם ערשטן טשעקיסט, פֿעליקס דזשערזשינסקי.

ס’איז שווער צו זאָגן, ווער נאָך וואָלט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין דער “ציוניסטישער נעץ” בײַם גאַרניזאָן ХУ 7631, ווען אין דעם ענין וואָלט זיך נישט אַרײַנגעמישט אײַזיקס טאַטע, דער מלחמה־וועטעראַן זעליג־זאַכאַר כײַמאָוויטש. ער האָט ווידער זיך אַ גריבל געטאָן אין זײַן “נאָטיץ־ביכעלע” פֿון אַ געניטן עקספּעדיטאָר און אַרויסגעשלעפּט פֿון דאָרט דאָס אויסגעפּרוּווטע “גאָלדענע שליסעלע”, דהײַנו, דעם דאַמסקי שנײַדער רפֿואל פּריבלודע. מיט יאָרן שפּעטער האָט אײַזיק זיך דערוווּסט, אַז ווען דער טאַטע האָט דערציילט דעם שנײַדער, וואָס ס’איז געשען מיט זײַן זון, האָט יענער פֿאַרראָכטן די ברילן אויף דער נאָז און געזאָגט: “אַזוי ווי דער קאַפּיטאַנטשיק האָט דעם ענין צונויפֿגעשטעפּט, אַזוי וועל איך אים אויפֿטרענען!”

אין אַ וואָך אַרום האָט דער סאָלדאַט אײַזיק כײַמאָוויטש ממשיך געווען זײַן דינסט אינעם מיליטערישן בלאָז־אָרקעסטער שוין ביזן טאָג פֿון זײַן “דעמבעל”. לויט דער טראַדיציע, האָט ער אַליין, מיטן פּויק אויף דער זײַט, דורכמאַרשירט פֿונעם פּאַראַד־פּלאַץ ביזן טויער פֿונעם “קאָנטראָל־דורכלאָזפּונקט”, קלאַפּנדיק זיך אונטער צום טאַקט פֿון זײַן שפּאַן. בײַם טויער האָט אײַזיקן געוואַרט דער גאַנצער אָרקעסטער־באַשטאַנד, וואָס האָט אים אָפּגעשפּילט דעם באַרימטן אַלטן מאַרש, “די סלאַוויאַנקע־געזעגענונג”… 


אַחרון־אַחרון־חבֿיבֿ

איר ווילט, אַוודאי, וויסן, וואָס ס’איז געשען ווײַטער מיט אונדזער פֿידלער אײַזיק כײַמאָוויטש נאָך דעם, ווי ער האָט אויפֿגעהערט צו קלאַפּן אין פּויק, און זיך ווידער גענומען צום פֿידל. דער בעסטער אופֿן זיך וועגן דעם צו דערוויסן, איז אויסצוהערן אונדזער העלד אַליין.

מײַן טאַטע, ווי שטענדיק, איז געווען גערעכט: די אַרמיי מאַכט פֿון אַ גרינעם יונגערמאַנטשיק אַן אויסגערײַפֿטן מאַנספּאַרשוין. דאָס יאָר אינעם N־סקי גאַרניזאָן ХУ 7631, האָט פֿון מיר אַרויסגעשלאָגן כּמעט אַלע אילוזיעס, מכּוח מײַן ווײַטערדיקער קאַריערע אינעם לאַנד, וואָס האָט נאָך דעמאָלט געהייסן, סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין אַ יאָר אַרום איז אונדזער קליינע משפּחה אָנגעקומען קיין ישׂראל.

אַ היפּש ביסל צײַט האָב איך זיך אַרומגעדרייט, זוכנדיק אַ סטאַבילע אַרבעט. אין דער צײַט פֿון אונדזער עליה זײַנען נאָך נישט געווען אַזויפֿיל אָרקעסטערס ווי שפּעטער, אין די 1990ער, וואָס זײַנען געוואַקסן, ווי שוועמלעך נאָך אַ רעגן. כ’האָב שוין אָנגעהויבן צו טראַכטן זיך לאָזן אין וועג אַרײַן ווײַטער, אין אייראָפּע אָדער אין דרום־אַפֿריקע, וווּ ס’האָבן אויסגעפֿעלט פֿידלערס אינעם קייפּטאַונער סימפֿאָנישן אָרקעסטער. אָפּגעהאַלטן האָבן מיך פֿון דעם באַשלוס, קודם־כּל, מײַנע עלטערן, וואָס לאָזן זיי אַליין אין אַ נײַ לאַנדשׂשׂ, וווּ אַלץ איז פֿאַר זיי געווען פֿרעמד און אומפֿאַרשטענדלעך, האָב איך אויך נישט געקאָנט.

איין טרעפֿונג האָט אָבער געלייזט מײַן ווײַטערדיק לעבן און מוזיקאַלישע קאַריערע אין ישׂראל. מײַן פֿרײַנד לעאָ שולמאַן, מיט וועלכן מיר האָבן זיך געלערנט אין דער קאָנסערוואַטאָריע, איז געקומען קיין ישׂראל מיט צוויי יאָר פֿריִער פֿון מיר. אַ קלאַרנעטיסט, האָט אים בפֿירוש אָפּגעגליקט; ער האָט גיך געפֿונען אַן אַרבעט אינעם בלאָז־אָרקעסטער פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליציי. ווען כ’האָב אים דערציילט וועגן מײַן דערפֿאַרונג ווי אַ פּויקער, האָט ער מיר באַלד פֿאָרגעלייגט צו קומען צו זיי אין אָרקעסטער, וווּ כ’וואָלט געקאָנט שפּילן סײַ אויפֿן פֿידל און סײַ אויפֿן פּויק. נאָך געוויסע קווענקלענישן, האָב איך טאַקע אַזוי געטאָן. דער פּויק האָט מיך שפּעטער געבראַכט אויף אַרבעט אינעם מיליטערישן בלאָז־אָרקעסטער פֿון דער ישׂראל־אַרמיי, וווּ איך בין שוין געבליבן ביז מײַן דעמיסיע.

מײַן טאַטע איז נישט לאַנג צוריק געשטאָרבן. ער האָט בפֿירוש ליב געהאַט זיך צו באַרימט צווישן זײַנע חבֿרים־וועטעראַנען, אַז זײַן זון איז סײַ אַ מוזיקער און סײַ אַ מיליטער־מאַן, און פֿלעגט תּמיד צוגעבן: “ווי עס פּאַסט פֿאַר אַן עכטן ישׂראלי!”. מײַן מאַמע, איר אויף לאַנגע יאָר, האָט קיינמאָל אַזוי נישט געהאַלטן. ביז הײַנט, ווען עס קומט איר אַ מאָל אויס צו הערן סען־סאַנס’ “אינטראָדוקציע און ראָנדאָ קאַפּריטשיאָזאָ”, כאַפּ איך אירע שווערע זיפֿצן; מעגלעך, צוליב איר פֿאַרלוירענער האָפֿענונג, אַז איר זון וועט טאַקע ווערן אַ באַקאַנטער פֿידלער און שפּילן דאָס ווערק מיט אַ גרויסן אָרקעסטער; און מעגלעך, צוליב איר איצטיקן שיינעם טרוים, צו דערלעבן צו הערן שפּילן דאָס אומשטערבלעכע ווערק פֿון איר אייניקל, וואָס לערנט זיך פֿידל אין דער ירושלימער מוזיק־אַקאַדעמיע.

*”טשעקיסט” — אַגענט פֿון די זיכערהייט־אָרגאַנען (קאַגעבע)

**”אײַזערנער פֿעליקס” — פֿאָלקס־נאָמען פֿון פֿעליקס דזערזשינסקי (1877־1926), גרונטלייגער פֿון “קאַגעבע”