Boris Sandler

אַז דער פֿידל שווײַגט, פּויקט די פּויק (זיבעטער טייל)

When the Fiddle's Silent, You Can Hear the Drums (Part 7)

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

7. די קאַפּריזן פֿון וועסנע־צײַט

ווי הויך דער צאָם אַרום דעם שטח פֿונעם מיליטעריש שטעטל זאָל נישט געווען זײַן, און ווי שטרענג האָט דער אוסטאַוו פֿון דעם סאָלדאַטסקיע רעזשים נישט באַגרענעצט דאָס לעבן פֿון די יונגע לײַט, האָט די נאַטור — סײַ די מענטשלעכע און סײַ די געטלעכע — זיך געריסן, אויסער די אײַנגעפֿירטע קאַזיאָנע דלת אמותן, אויף דער פֿרײַ; אַ קיצור, ס’איז געקומען וועסנע, און קיין שום פּריקאַז — אַפֿילו, ווען ס’וואָלט אים אַרויסגעלאָזט דער שוץ־מיניסטער, מאַרשאַל גרעטשקאָ, — איז נישט מסוגל געווען אָפּצושטעלן דעם קנאָספּן־קנאַק אויף די ביימער אינעם שטאָטישן פּאַרק, אָדער צו פֿאַרלייגן די געהיימע לעכער און שפּאַרונעס אינעם צאָם אַרום דעם גאַרניזאָן. דאָרט, אינעם פּאַרק, האָט געעפֿנט דעם סעזאָן דער אָפֿענער טאַנץ־פּלאַץ, באַקאַנט ווי „סקאָוורעדע”, צוליב זײַן קײַלעכדיקער פֿלאַכער פֿאָרעם. אַהין, אויף די קלאַנגען פֿון די פּאָפּולערע לידער און טענץ, זײַנען זיך אין די פֿאַרנאַכטן צונויפֿגעקומען ייִנגלעך און מיידלעך, אַרויסצולאָזן די היץ און פּאַרע, אָנגעזאַמלט פֿאַרן ווינטער.

דאָס נאָך קילבלעכע אַפּריל־ווינטל פֿלעגט אַרײַנוואָרפֿן דורך די אָפֿענע פֿענצטער־פֿאָרטקעס פֿון די קאַזאַרמעס שטיקער קלאַנגען פֿון יענע סענטימענטאַלע מעלאָדיעס, אָדער ריטמישער מוזיק, געבראַכט פֿון דער „סקאָוורעדע”, ווי רייצנדיקע ליבע־קוויטלעך פֿון דער פֿרײַער וועלט, און צעשטערן דעם אײַנגעשטעלטן רעזשים, לויט וועלכן, נאָכן ענד־סיגנאַל, מוזן די סאָלדאַטן גיין שלאָפֿן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די שטיקער מוזיקאַלישע גרוסן האָבן נישט אויסגעמיטן אויך אונדזערע אָפֿענע פֿאָרטקעס; באַזונדערס האָט זיך צו זיי צוגעהערט קיריל סירבו, וואָס האָט נאָר געוואַרט, אַז פֿון דעם בעטל, וווּ עס ליגט אונדזער קאָמאַנדיר, יעפֿרייטאָר פּאָפּאָוו, זאָל זיך דערהערן זײַן שטילער פֿײַף, אַ סימן, אַז ער איז אײַנגעשלאָפֿן. צוריק גערעדט, האָט קיריל אַליין געפֿײַפֿט אויף זײַן קאָמאַנדיר, און פֿלעגט עס אַרויסווײַזן בײַ יעדער געלעגנהייט; פֿון דעסטוועגן, האָט ער נישט געוואָלט מיט אים זיך פֿאַרפֿירן, בפֿרט אין אַזאַ פֿאַל, ווען עס גייט די רייד וועגן אַ טרעפֿונג מיט אַ מיידל. צו פֿאַרלאָזן דעם גאַרניזאָן אָן אַ דערלויבעניש פֿון דער נאַטשאַלסטווע, פֿלעגט שטרענג באַשטראָפֿט ווערן — ביזן פֿאַרשפּאַרן אויף עטלעכע מעת־לעת אין קאַרצער. אַרויסצוגעבן אַזאַ אָפּלאָז־שײַן האָט געקאָנט נאָר דער מאַיאָר אָדער דער פּראַפּאָרשטשיק קריוואָמאַז. וואָס יאָ, פּאָפּאָוו, וואָס האָט שטענדיק געזוכט אַרויסצוּווײַזן זײַן מאַכט, כאָטש אַ נעבעכדיקע, אָבער פֿאָרט אַ מאַכט, האָט געקאָנט צוטראָגן אויף זײַן לאַנדסלײַט און בכלל אים לאָזן אָן אַ דערלויבעניש אַרויסצוגיין פֿון דעם גאַרניזאָן אויף עטלעכע שעה.

אײַזיק איז אויך נישט געשלאָפֿן, געלעגן אויף זײַן אייבערשטן בעטל, אײַנגעראָלט אין דער דינער טונקל־בלויער קאָלדרע, און זיך דערמאָנט אינעם שמועס, וואָס ער האָט בײַ טאָג געהאַט מיטן פֿאַרוואַלטער פֿון דער מיליטער־קראָם, יעפֿים נאַטאַנאָוויטש זעלצער. אינעם גאַרניזאָן האָט אים יעדער גערופֿן צווישן זיך „פֿימקע־דעפֿיציט”. די מיליטער־קראָם האָט זיך געפֿונען אין אַ באַזונדער הויז, כּמעט אין מיטן פֿונעם גאַרניזאָן־שטעטל, ווי אויף אַ נייטראַלער זאָנע; אַזאַ אומאָפּהענגיקע „דיסלאָקאַציע” האָט געמאַכט לײַכט יעדן איינעם דאָס צוצוקומען צו דעם. די סאָלדאַטן פֿלעגן, געוויינטלעך, אַרײַנקוקן אַהין צו קויפֿן אַ פּעקל ציגאַרעטן, שוועבעלעך אָדער אַ שטיקל זייף, אָדעקאָלאָן, פֿאַרשיידענע פּיטשעווקעס פֿון זייער פּראָסטן שטייגער, ווי אַ קלעצל באַוול, אַ פּעקעלע נאָדלען, אָדער אַ פּאָר גילדענע אויפֿגעבלאָזענע קנעפּלעך מיט אַ שטערנדל, צוצונייען עס אָנשטאָט דעם פֿאַרלוירענעם; אָדער אַ שאַכטל מיט ביליקן שוואַרצן שוכקרעם־גוטאַלין, „ליטשקעס” צו עפּאָלעטן, שנירלעך, צייכנס, אַ ציין־בערשטל, אָדער ציין־קרעם, אַ קיצור, קלייניקייטן, אָן וועלכע מע קאָן זיך נישט באַגיין, און וואָס מ’האָט געמוזט קויפֿן אַליין אויף די 3 רובל און 80 קאָפּיקעס, וואָס דער סאָלדאַט פֿלעגט באַקומען איין מאָל אין חודש, ווי אַ מין לוין.

אַן אַנדער זאַך, די אָפֿיצערן און באַזונדערס זייערע ווײַבער; פֿאַר דעם קאָנטינגענט האָט די מיליטער־קראָם געדינט ווי אַ מין אינדזל, וווּ עס ווערן פֿאַרווירקלעכט אַלע טרוימען — פֿון אַ דײַטשישן געפֿעס־סערוויז „מאַדאָנאַ” ביז אַ יוגאָסלאַווישן מעבל־גאַרניטור. ס’איז, דאַכט זיך, נישט געווען קיין זאַך, וואָס ווערט ערגעץ פּראָדוצירט און אינפּאַרטירט אינעם לאַנד, אַז „פֿימקע־דעפֿיציט” זאָל עס נישט געווען קריגן און צושטעלן דעם קונה. פֿאַרשטייט זיך, פֿאַר אַ געוויסן צוגאָב צום פּרײַז — „פֿון אויבן”.

אין אַזאַ וועסנע־טאָג, בעת אײַזיק האָט זיך אַרומגעדרייט אין דער מיליטער־קראָם, צו קויפֿן עפּעס אַ קלייניקייט פֿאַר זײַן סאָלדאַטסקיע שטייגער, איז צו אים צוגעגאַנגען חבֿר זעלצער, זיך אומגעקוקט, און שטיל געהייסן צו פֿאָלגן נאָך אים. אײַזיק האָט זיך אויך אַרומגעקוקט און דערזען, אַז אַחוץ אים און דעם פֿאַרוואַלטער, איז אין קראָם מער קיינער נישט געבליבן. אַרײַנגעפֿירט אײַזיקן אין זײַן „קאַבינעט”, אַ געראַמער צימער אָן פֿענצטער, פֿאַרשטעלט מיט כּלמיניי סחורות, וואָס האָט עס געמאַכט מער ענלעך צו אַ סקלאַד, האָט דער פֿאַרוואַלטער זיך אָנגערופֿן:

— שוין לאַנג געוואָלט זיך באַקענען מיט דיר. איין ייִד דערקענט דאָך אַ צווייטן, בפֿרט אַ סאָלדאַט אַ פֿידלער נאָך אַ קאָנסערוואַטאָריע — איין קלייניקייט!

בשעת־מעשׂה האָט דער באַלעבאָס פֿונעם קאַבינעט אויפֿגעזאָטן וואַסער אינעם עלעקטרישן טשײַניק און אַרויסגעשלעפּט פֿון אַ שאַפֿקעלע אַ ברוינע קײַלעכיקע בלעכענע פּושקע. איידער ער האָט זי אַוועקגעשטעלט אויפֿן טיש און אויפֿגעעפֿנט, האָט ער אויף דער פּושקע אָנגעוויזן מיטן פֿינגער, ווי באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון דעם מאָמענט, און אַ זאָג געטאָן מיט פֿאַרשטאַנד: „עקסטרע טערקישע קאַווע — אַ גרויסער דעפֿיציט!” צעפֿירט און צעמישט מיט הייסער וואַסער דעם קאַווע־פּראָשעק, האָט ער צוגערוקט די פּאָרצעלײַענע צוקערניצע, זעט אויס, געבליבן פֿון אַ טײַערן געפֿעס־סערוויז, צוליב אַ דעפֿעקט. אײַזיק האָט באַלד דערפֿילט דעם דופֿטיקן קאַווע־ריח, שוין געהאַט פֿאַרגעסן פֿאַר דעם האַלב־יאָר דינען, ווי אַ גרוס פֿון אַ ווײַטער פּלאַנעט מיטן נאָמען „פֿרײַהייט”. ער האָט אַפֿילו צעשפּיליעט דאָס אייבערשטע קנעפּל אויף דער גימנאַסטיאָרקע, וואָס איז געווען שטרענג פֿאַרווערט עס צו טאָן בײַ טאָג.

דאָס שאַרפֿע אויג פֿון חבֿר זעלצער האָט עס אַוודאי באַלד באַמערקט און אַ צופֿרידענער, האָט ער עס באַשטעטיקט אויף אַ קול:

— כ’וויל ד’זאָלסט וויסן, אַז דו וועסט עפּעס דאַרפֿן, איז יעפֿים נאַטאַנאָוויטש שטענדיק דאָ, אויף דער וואַך, ווי מע זאָגט בײַ אונדז.

ער האָט אויך צוגעשאַרט צו אײַזיקן אַ פּעקל ביסקוויטן, וואָס אויף די פּאָליצעס פֿון דער קראָם האָט מען זיי נישט געזען. ער האָט גערעדט ווײַטער:

— כ’וויל ד’זאָלסט וויסן… איך האָב אַ טאָכטער, זינאָטשקע, הייסט זי. זי לערנט זיך דאָ אינעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, צו זײַן אַ לערערין פֿון ענגליש… — ער האָט דערנענטערט זײַן פּנים צו אײַזיקן און אים פֿאַרטרוילעך געזאָגט: — כ’וואָלט זייער געוואָלט, אײַזיק, דו זאָלסט זיך מיט איר באַקענען…

אונדזער סאָלדאַט האָט דערווײַל געשעפּט דאָס ביסל פֿאַרגעניגן, אָפּזופּנדיק פֿון דער גלאָז דאָס מחיהדיקע הייסע געטראַנק, און אָפּגעצופּט שטיקלעך ביסקוויט פֿון דעם פֿאַרשיידנקאָליריקן פּעקל. גיי ווייס, ווען ס’וועט אים נאָך אויספֿאַלן אין מיטן אַ פּשוטן טאָג, געניסן פֿון אַזעלכע נאַשערײַען. ווי אַן אינטעליגענטער יונגער־מאַן, נאָר גאָר אַן אומדערפֿאַרענער, וואַס שייך שדכנות, האָט ער זיך צוגעהערט צו די אָפֿנהאַרציקע רייד פֿון דעם גאַסטפֿרײַנדלעכן פֿאַרוואַלטער און געטרײַען פֿאָטער.

— זיך באַקענען?… — האָט אײַזיק אויף אַ רגע אויפֿגעהערט צו זופּן און קײַען, — פֿאַר וואָס נישט, אָבער איר ווייסט דאָך, אַז איך בין נישט בײַ זיך אין די הענט…

— נישט דײַן זאָרג, אײַזיק! — איז חבֿר זעלצער לעבעדיקער געוואָרן. צוגעשאַרט נענטער צום גאַסט דאָס פּעקל ביסקוויטן, האָט ער גערעדט ווײַטער, שוין באַגײַסטערט: — דערפֿאַר זײַנען זיי אַלע בײַ מיר אין די הענט! וואָס איז מאָרגן, שבת? זונטיק וועסטו באַקומען אַן אָפּלאָז־שײַן…

שפּעט בײַ נאַכט, ליגנדיק אויף זײַן האַרטן מאַטראַץ, האָט אײַזיק אָנגעשטעלט זײַן בליק אין דער סטעליע, און ווי אויף אַן עקראַן געדרייט די טאַשמע פֿון זײַן הײַנטיקער טרעפֿונג מיטן פֿאַרוואַלטער פֿון דער מיליטער־קראָם אויף צוריק. ערשט איצט איז צו אים דערגאַנגען, אַז דאָס קאַווע טרינקען מיט ביסקוויט, איז נישט אַנדערש, ווי אַ „סטראַטעגישער מאַנעווער”, ווי ס’וואָלט געזאָגט דער פּראַפּאָרשטשיק קריוואָמאַז, „מיט ווײַט־פֿאָלגנדיקע צוועקן!”. צוזאַמען מיט די בילדער פֿון דער אַנומלטיקער טרעפֿונג, זײַנען אויפֿגעשוווּמען באַקאַנטע פּנימער פֿון די מיידלעך און פֿרויען, וועלכע האָבן אין אים אַרויסגערופֿן פֿאַרבאָרגענע געפֿילן פֿון נאָעטשאַפֿט; ס’רובֿ פֿון זיי זײַנען טאַקע פֿאַרבליבן אין זײַן אויפֿגערייצטער פֿאַנטאַזיע, און בלויז געציילטע, וועלכע ער וואָלט זיי געקאָנט פֿאַרשרײַבן אין דער מאָגערער ליסטע פֿון זײַנע „מענערישע נצחאָנות”. פֿאַרשטייט זיך, אַז זײַן ערשטע דערפֿאַרונג אין דעם געביט האָט זיך אײַנגעשניטן אין זײַן זכּרון, אָנגעשטאָפּט, מערסטנס, מיט נאָטן און קלאַנגען פֿון זײַן גרויסן פֿידל־רעפּערטואַר, — זייער בולט, מיט אַלע פּרטים.

זי איז געווען די פֿרוי פֿון זײַנעם אַ באַקאַנטן, פֿיליפּ, אויך אַ מוזיקער, אַ טרומייטער. זיי האָבן געהאַט אַ קינד און געוווינט אין אַ געדונגענער דירה. קיין סטאַבילע אַרבעט האָט פֿיליפּ נישט געהאַט, האָט ער געמוזט זיך דרייען פֿון איין פֿאַרדינסטל צו אַן אַנדערס, ווי אַ סך סטודענטן האָבן עס געטאָן.

אין אַ פֿאַרנאַכט האָט אים זײַן פֿרײַנד פֿאַרבעטן צו זיך, סתּם אַזוי, אָן אַ ספּעציעלער סיבֿה, פֿאַרברענגען צוזאַמען דעם אָוונט. אויסגעמאַטערט פֿאַרן גאַנצן טאָג, האָט פֿיליפּ אַ סך נישט געדאַרפֿט, און נאָכן דריטן גלעזל בראָנפֿן האָט אים זײַן ווײַב אַוועקגעפֿירט פֿון קיך אין שלאָף־צימער. אײַזיק איז שוין אויך גרייט געווען זיך לאָזן אַהיים, בפֿרט, אַז ס’איז טאַקע געווען שפּעטלעך. די באַלעבאָסטע האָט אים אָבער אָפּגעשטעלט און פֿאָרגעלייגט אויסצובעטן אינעם פֿאָדערשטן צימער אויפֿן דיוואַן. אײַזיק האָט זיך נישט געאַמפּערט; ס’האָט זיך אים בפֿירוש געוואָלט בלײַבן אין דער שטילער וואַרעמער היימישקייט, וואָס האָט אים אָפֿט אויסגעפֿעלט צווישן דעם זשום און רעש אין דער צוזאַמענוווינונג, וווּ ער האָט געוווינט אין אַ צימער מיט נאָך דרײַ סטודענטן.

אײַזיק האָט שוין, דאַכט זיך, געכאַפּט אַ דרעמל, ווען ער האָט דערפֿילט לעבן זיך איר הייסן קערפּער. ס’האָט אויסגעזען ווי ער וואָלט געשלאָפֿן ווײַטער, און אַלץ פֿון דעם מאָמענט אָן איז געווען אַ חלום, פֿון די זיסע חלומות, וואָס ביז אַהער האָט ער געזען און געפֿילט נאָר בשעתן אָנאַנירן. ער האָט זי אַרומגעכאַפּט, אײַנגראָבנדיק זיך מיטן פּנים אין איר אַקסל. ער האָט געפֿילט מיט דער באַק, ווי אָפֿט עס קלאַפּט איר אָדער אויפֿן האַלדז. האַלטנדיק די אויגן פֿאַרמאַכט, האָט זײַן בליק געזונקען אין דער פֿינצטערניש אָן האָפֿענונג צו דערזען אַ ליכטיק פֿײַערל. ס’האָט זיך אים געדאַכט, אַז ער אָטעמט נישט; אַז זײַנע לונגען האָבן אויפֿגעהערט צו פֿיבערן… נאָך אַ רגע וועט ער דערשטיקט ווערן אָדער פּלאַצן… אײַזיק האָט דערפֿילט, ווי זי האָט אים פּלוצעם פֿון זיך אָפּגעשטויסן און זיך אַרויסגעגליטשט… ער האָט קורץ אויסגעשריִען. זי האָט אים לײַכט פֿאַרקוועטשט דאָס מויל מיט דער דלאָניע… דער דערשטיקטער קלאַנג, וואָס האָט נאָך געהערט צום חלום, האָט אים אומגעקערט צו דער ווירקלעכקייט און צו דעם, וואָס עס איז ערשט געשען…

חבֿר זעלצער האָט געוווּסט דעם פּרײַז פֿון זײַנע ווערטער, אַנדערש וואָלט ער נישט געווען „פֿימקע־דעפֿיציט”. זונטיק האָט מיך אַרײַנגערופֿן אין זײַן אַלקער פּראַפּאָרשטשיק קריוואָמאַז און געזאָגט, אַז דער מאַיאָר האָט אים געקלונגען און געהייסן אויסשרײַבן פֿאַר מיר אַן אָפּלאָז־שײַן אויפֿן הײַנטיקן אָוונט. דערבײַ האָט ער שוין פֿון זײַן נאָמען צוגעגעבן: „איך וואָלט עס דיר נישט געגעבן. דעם דיל האָסטו אין דײַן דעזשור אָפּגעוואַשן שלעכט!”

7 אַזייגער האָבן מיר זיך געטראָפֿן אונטערן גרויסן שטאָטישן זייגער — זינאָטשקע און איך. אייגנטלעך, האָט דאָך די ראָמאַנטישע טרעפֿונג אויספּלאַנירט איר טאַטע; מיר זײַנען אין זײַן „אָפּעראַציע” געווען בלויז סטאַטיסטן. זינאָטשקען האָב איך אין מײַנע אויגן קיין מאָל פֿריִער נישט געזען, און דערווײַל קיין אַנונג נישט געהאַט, ווי אַזוי מיר וועלן זיך דערקענען. זעט אויס, אַז זינאָטשקען אַליין האָט עס נישט געאַרט, ווײַל זי איז באַלד צו מיר צוגעגאַנגען און אָן קווענקלעניש זיך באַגריסט מיט מיר. אַ ביסל פֿאַרחידושט האָב איך זי געפֿרעגט, ווי אַזוי האָט זי געוווּסט, אַז איך בין איך? זי האָט זיך צעשמייכלט:

— ס’איז גענוג זיך אַרומצוקוקן, — האָט זי געזאָגט, — ווערט קלאָר, אַז, אַחוץ דיר, זעט מען נישט אין די נאָענטסטע פֿופֿציק מעטער קיין איין סאָלדאַט… בפֿרט מיטן נאָמען — אײַזיק.

מיר האָבן זיך ביידע צעלאַכט. וואָס שייך הומאָר, האָט ער דעם מיידל נישט אויסגעפֿעלט. ווי אַזוי האָט זי אויסגעזען? וועדליק מײַן געשמאַק, וואָלט זינאָטשקע געקאָנט זײַן אַ ביסל העכער און די טאַליע — דינער. זעט אויס, אַז דאָס שפּײַזן זיך אויף דעפֿיציט־פּראָדוקטן, מיט וועלכע איר טאַטע האָט באַוואָרנט זײַן משפּחה, האָט געלאָזט אַ דירעקטן שפּור אויף זינאָטשקעס פֿיגור. דער ייִדישער חן האָט זיך געשפּירט אין אירע גרויסע שוואַרצע אויגן און אין דעם קורצן נעזל, אַ היפּוך צו די קורנאָסע נעז פֿון שיקסעס.

— דער טאַטע האָט געזאָגט, אַז דו ביסט אַ פֿידלער, — האָט זי אָנגעטאַפּט דעם טאָן פֿון אונדזערע ערשטע קאָנטאַקטן, — איך האָב אויך אָנגעהויבן שפּילן פּיאַנע, ווײַל מײַן טאַטע האָט אַזוי פֿאַרלאַנגט; כ’בין אָבער פֿון קליינערהייט אָן געווען אַ גרויסע עקשנטע… אַ קיצור, צו מײַנע פּיאָנע־לימודים איז גיך געקומען אַ סוף…

איך האָב אומגעלומפּערט געפּרוּווט איר צו דערקלערן, אַז זעלטן טרעפֿט זיך, ווען קינדער ווילן זיך פֿאַרנעמען מיט מוזיק; ס’איז דאָך אַ זאַך נישט בלויז פֿון טאַלאַנט, נאָר קודם־כּל, „אַ סך געדולד פֿון אַלע זײַטן — קינד, עלטערן, פּעדאַגאָג” — האָב איך אַרײַנגעבראָקט אינעם שמועס די ווערטער פֿון דעם גרויסן פֿידל־לערער סטאָליאַרסקי. אויף זינאָטשקען האָט עס, אַ פּנים, נישט געמאַכט קיין גוואַלדיקן רושם, זי האָט שוין געהאַט איבערגעפֿירט דעם שמועס אין אַן אַנדער ריכטונג, אַ מער אַקטועלן:

— ווייסטו וואָס, לאָמיר זיך אַרײַנכאַפּן אין אַן אײַזקרעם־קאַפֿע, טאַקע אָט־דאָ, לעבן דעם קינאָטעאַטער, ס’הייסט, „נאַשוואַרג”, פּונקט צו מיר צוגעמאָסטן, כ’בין דאָך אַ גרויסע נאַשערין.

כ’בין, אַוודאי, נישט געווען קעגן; כ’בין געווען זיכער, אַז אויף אײַזקרעם וועט מיר קלעקן געלט. נאָר זינאָטשקע האָט באַלד צוגעגעבן: „איין באַדינג: איך האָב עס פֿאָרגעלייגט, און איך פֿאַרבעט דיך…”

אַפֿילו אַ מיליטערישער סוד, ווי באַוווּסט, האָט לאַנגע פֿיס. שוין גאָר אין גיכן האָט מען וועגן אײַזיקס „ראָמאַנטישע אַוואַנטורעס” געפּויקט סײַ אינעם אָרקעסטער און סײַ אויסער זײַנע ווענט. מאַיאָר פּאָסעסאָר האָט געשײַנט; בפֿרהסיא האָט ער זיך טאַקע באַמיט אויסצובאַהאַלטן זײַן ייִדישן ייִחוס, נאָר בשטיקה האָט ער, ווי אַ ייִד, אָנגעקוועלט דערפֿון. בײַ דער ערשטער געלעגנהייט, אַרײַנקומענדיק אין דער מיליטער־קראָם, האָט ער אַ וווּנק געטאָן מיט זײַן קאַסאָקע אויג צום פֿאַרוואַלטער, און שטילערהייט אַ זאָג געטאָן אויף ייִדיש: „מזל־טובֿ!” דער כיטרע „פֿימקע־דעפֿיציט” האָט זיך געמאַכט כּלא־ידע; פֿון דעסטוועגן, האָט ער אויף אַ פּאַרעווע אופֿן געענטפֿערט: „כ’ווייס נישט, וואָס איר מיינט, חבֿר מאַיאָר, כ’בין אָבער נישט קעגן…”

דער פּראָפּאָרשטשיק קריוואָמאַז האָט אין אַן איבעררײַס צווישן די רעפּעטיציעס געפֿונען אַ מינוט, אַז אַלע זאָלן הערן און זיך אָנגערופֿן: „סאָלדאַט כײַמאָוויטש, אַז דו וועסט דאַרפֿן אַן עצה פֿון אַ געניטן מאַנספּאַרשוין, שעם זיך נישט!” ער האָט נישט פֿאַרפּינקטלעכט, וואָס פֿאַר אַ מין עצות מיינט ער, נאָר אַלע האָבן עס פֿאַרשטאַנען און באַשטעטיקט מיט אַ געלעכטער. במשך פֿון עטלעכע טעג נאָך זײַן ערשטן ראַנדעוווּ איז אײַזיקן מיטאַמאָל אויסגעקומען אויסצוהערן נישט ווייניק „גוטע עצות”; איין קלייניקייט: כּמעט אַלע, כּלומרשט חבֿרישע, קאַטאָוועסלעך האָבן געטראָגן אַ פּאַסקודנעם בײַטעם. זיי האָבן זיך געדרייט, קודם־כּל, אַרום דעם, וואָס דער ייִדישער סאָלדאַד כײַמאָוויטש שפּילט אַ ליבע מיט דער טאָכטער פֿונעם ייִדישן קראָם־פֿאַרוואַלטער. אײַזיק האָט פּלוצעם פֿאַרשטאַנען, אַז נישט געקוקט דערויף, וואָס די מיליטערישע אוניפֿאָרעם מאַכט צו גלײַך אַלע סאָלדאַטן, פֿאַרוואַנדלט זיי אין איין אוניפֿיצירטע מאַסע, וואָס הייסט, „סאָוועטישע אַרמיי”, איז דאָס „פּינטעלע ייִד” נישט צו באַהאַלטן און אויסצומײַדן. עס קומט אַ מאָמענט קריכט עס אַרויס פֿונעם „אוניפֿיצירטן אַרום”, און ווי אַ האָנעכל גיט אַ קרייע אויס: „קו־קו־ריקו, כ’בין דאָ!”

באַזונדערס הויך האָט דאָס „ייִדישע האָנעכל” דערמאָנט אין זיך אין אַ פּאָר חדשים אַרום. לאָמיר אָבער נישט אונטערטרײַבן די טעגלעכע וואָכעדיקייט פֿון דעם שטרענגן אַרמיייִשן טאָג־סדר…

אין אַ וואָך אַרום, אין אַ צווייטן זונטיק, האָב איך ווידער באַקומען פֿונעם פּראָפּאָרשטשיק אַן אָפּלאָז־שײַן. חבֿר זעלצערס וואָרט האָט געטאָן ניסים. דעם אמת געזאָגט, האָב איך קיין ערנסטע פּלענער צו פֿאַרבינדן מײַן לעבן מיט זינאָטשקען נישט געמאַכט. זינאָטשקע, פֿון איר זײַט, האָט מיט אונדזערע ראַנדקעס געוואָלט יוצא זײַן פֿאַר איר טאַטן, נישט אויפֿצורייצן אים נאָך מער קעגן איר. זינאָטשקע האָט, לאָזט זיך אויס, אויך געהאַט אירע אייגענע פּלענער, וואָס זי האָט זיי פֿון מיר נישט אויסבאַהאַלטן און אַנטפּלעקט.

זי איז געווען פֿאַרליבט אין אַ מענטש עלטער פֿון איר, אַ געגטער, וואָס וווינט דערווײַל אין אַן אַנדער שטאָט. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער טאַטע זינאָטשקעס איז געווען קאַטעגאָריש קעגן דעם שידוך. נאָך מער: ער וועט זיך „לייגן פּאָפּערעק צווישן יענעם פּאַסקודניאַק” און זײַן בת־יחידה, אַבי צו קיין שידוך נישט דערלאָזן. זינאָטשקע האָט זיך מיט דעם נישט איבערגענומען; פֿון דעסטוועגן, האָט זי דעם טאַטן נישט דערווידערט, ווען ער האָט איר פֿאָרגעלייגט זיך צו באַקענען מיט אײַזיקן, „אַן אינטעליגענטער יונגער־מאַן מיט אַ קאָנסערוואַטאָריע…”. זינאָטשקע האָט מיר אויך פֿאַרטרויט, אַז גלײַך נאָכן פֿאַרענדיקן איר לערע, גיבן זיי אײַן די פּאַפּירן סײַ צו רעגיסטרירן זייער שידוך און סײַ אַרויסצופֿאָרן קיין אַמעריקע…

די לעצטע ווערטער האָט זי אַזוי גרינג אַרויסגעבראַכט אויף די ליפּן, ווי ס’וואָלט געגאַנגען די רייד וועגן אַ האָניק־חודש ערגעץ בײַם ים אין אָדעס. ווען כ’האָב איר געזאָגט וועגן דעם, האָט זי זיך צעלאַכט:

— אַ האָניק־חודש? און פֿאַר וואָס נישט קייןש האָניק־לעבן, ס’איז דאָך אַמעריקע!

— און דו וועסט קענען אַוועקפֿאָרן, און לאָזן דאָ די עלטערן? גיי ווייס, צי איר וועט זיך נאָך אַ מאָל זען…

— זיי וועלן פֿאָרן מיט אונדז… קיין אַנדער ברירה האָבן זיי נישט.

אַ ווײַלע האָבן מיר געשוויגן. אַ קאַלט ווינטל האָט צעטראָגן איבערן פּאַרק, וווּ מיר האָבן שפּאַצירט, אָפּגעריסענע שטיקער פֿון אַ „ביטלז”־ליד, וואָס ס’האָט געשפּילט אויפֿן טאַנץ־פּלאַץ דער אַמאַטאָרישער אַנסאַמבל „מערעדיאַן”. דער אָרטיקער דזשאָן לענאָן האָט געריסן זײַן גאָרגל. דווקא אין אָט דער ווײַלע האָט זיך אין מײַן מוח אָנגעמאָלט אַ סצענע, וואָס וואָלט געפּאַסט פֿאַר אַ פּראָווינציעלן וואָדעוויל: ער — אַ ייִדישער סאָלדאַט, אַ פֿידלער, וואָס מוז שפּילט פּויק; זי — אַ טאַטנס אַ טאָכטער, אָן פֿינף מינוט אַן ענגליש־לערערקע אין אַ סאָוועטישער שול; איר טאַטע „מאָביליזירט” דעם בחור צו אוכאַזשעווען פֿאַר זײַן ספּריטנער טאָכטער, און זי טרעפֿט זיך מיט אים, האָבנדיק אַ געליבטן, מיט וועלכן זי קלײַבט זיך צו אַנטלויפֿן קיין אַמעריקע…

איך ווייס נישט, ווי ס’וואָלט מיך פֿאַרפֿירט מײַן פֿאַנטאַזיע, ווען נישט זינאָטשקעס פֿראַגע, וואָס האָט געקלונגען ווי אַ המשך צו מײַן פֿאַנטאַסמאַגאָרישן סוזשעט:

— און דו, — האָט זי געפֿרעגט, — האָסט נישט בדעה אַרויסצופֿאָרן קיין אַמעריקע? גוטע פֿידלערס דאַרף מען דאָרט האָבן אויך…

כ’האָב לאַנג נישט געטראַכט. מײַן צעהיצוטע פֿאַנטאַזיע האָט מיך געפֿירט:

— ניין, — האָב איך געענטפֿערט. מײַן טאַטע האָט פֿײַנט אַמעריקע בכלל און דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט בפֿרט!

— איז אפֿשר — קיין ישׂראל? — האָט זיך נישט אָפּגעטשעפּעט זינאָטשקע, — אַ סך ייִדן זיצן איצט אויף טשעמאָדאַנען.

— ניין, קיין ישׂראל וועט מײַן טאַטע זיכער נישט פֿאָרן? — האָט נאָך אַלץ פֿעסט געקלונגען מײַן שטים.

— אָבער פֿאַר וואָס?

כ’האָב אַ קוק געטאָן אויפֿן פֿאַרחידושטן פּנים פֿון דעם סימפּאַטיש מיידל, און קוים אײַנהאַלטנדיק דעם געלעכטער, געענטפֿערט:

— ווײַל דאָרטן וווינט איצט מײַן טאַטנס געוועזענער קאָמיסאַר, חבֿר בראָנשטיין…