Boris Sandler

אַז דער פֿידל שווײַגט, פּויקט די פּויק (פֿיפֿטער טייל)

When the Fiddle's Silent, You Can Hear the Drums (Part 5)

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

5. דער ערשטער אויספּרוּוו

ווי נעבעכדיק די מוזיקאַלישע קלאַנגען, געהערט פֿון די אָפֿענע פֿענצטער, זאָלן נישט געווען זײַן, האָבן זיי פֿון דעסטוועגן אַרײַנגעבראַכט אין דעם קאַזיאָנעם מיליטערישן שטייגער אַן אָפּקלאַנג פֿון אײַזיק כײַמאָוויטשס אַמאָליקער מוזיקאַלישער טאָג־טעגלעכקייט; ער האָט זיך אַפֿילו אַ כאַפּ געטאָן: „מײַן פֿידל!” — און זיך דערמאָנט, ווי נעכטן האָט מאַיאָר פּאָסעסאָר באַהאַלטן דעם פֿוטליאַר מיטן פֿידל אין זײַן אײַזערנער שאַפֿע. דאָרט האָט ער אויך געהאַלטן די נאָטן און פּאַרטיטורעס פֿונעם אָרקעסטער־רעפּערטואַר, פּאַפּקעס מיט דאָקומענטן און צוויי פֿלעשלעך מאָלדאַווישן קאָניאַק „ווײַסער בושל” — דער אַזוי גערופֿענער “אומגערירלעכער זאַפּאַס” פֿאַר אַן עקסטרע־פֿאַל. „נו, אָט, — האָט צוגעגעבן דער מאַיאָר, פֿאַרשליסנדיק צוריק די שאַפֿע, — דאָ איז דײַן פֿידל פֿאַרזיכערט!” — און ווי זײַן שטייגער איז, זיך אויסגעדריקט אויף אַן אַפֿאָריסטישן אופֿן: “ווען עס קלאַפּט דער פּויק, שווײַגט דער פֿידל!” בײַ אײַזיקן האָט זיך אָבער דאָס פֿאַרשפּאַרן דעם פֿידל אינעם סייף אָפּגערופֿן מיט אַ ביטערן קלעם „אונטערן לעפֿעלע”, ווי מע וואָלט אים אַליין באַשטראָפֿט און פֿאַרשפּאַרט אין אַ פֿינצטערער קאַמער.

כּמעט דער גאַנצער באַשטאַנד פֿונעם גאַרניזאָן־אָרקעסטער איז שוין געווען גרייט צו טראָגן זײַן דינסט; יעדער פֿון די פֿינף און צוואַנציק מיליטער־מוזיקער האָט געהאַט זײַן אָרט און זיך שטרענג געהאַלטן בײַ די אָנגענומענע כּללים פֿון די מוזיקאַלישע געזעצן. דאָ, אין דער רעפּעטיציע־סטודיע, האָט יעדער „געשאָסן” פֿון זײַן געווער, און די קאָמאַנדעס האָט אָפּגעגעבן דער דיריגענט, אַרײַנקוקנדיק אין זײַן „שלאַכט־מאַפּע” — די פּאַרטיטור. „כּל־זמן די רעפּעטיציע גייט אָן, זײַנען אַלע גלײַך — נישטאָ קיין שטערנדלעך און ליטשקעס אויף די עפּאָלעטן; יעדער שיסט פֿון זײַן געווער, און אויב ער טרעפֿט נישט אין די פּאַסיקע נאָטן, וועט ער האָבן בײַ מיר אַ וויסט לעבן…” — די קורצע אינטראָדוקציע פֿאַרן אָנהייבן די פֿרימאָרגנדיקע רעפּעטיציעס פֿלעגט מאַיאָר פּאָסעסאָר אַרויסברענגען, שוין שטייענדיק אויף זײַן דיריגיר־פּאָסטאַמענט, מיט זײַן „געווער”, מיטן שטעקעלע אין דער האַנט; און איידער ער האָט עס אויפֿגעהויבן, פֿלעג ער פֿון זײַן קאָמאַנדיר־פּונקט צוגעבן: „אַלע זײַנען גלײַך, אָבער איך בין דער גלײַכסטער!”

ווער עס מיינט, אַז אין אַ פּויק פּויקט מען, האָט אַ טעות. אויף אַ גרויסן פּויק — שפּילט מען, ווי מע שפּילט פֿידל, אָדער אַן אַנדער מוזיקאַלישן אינסטרומענט. פּונקט ווי כ׳געדענק מײַן ערשטן פֿידל־לערער, האָב איך אויף מײַן גאַנץ לעבן פֿאַרגעדענקט מײַן ערשטן און איינציקן פּויק־לערער. געהייסן האָט ער סטעפּאַן און געשפּילט האָט סטעפּאַן אויף אַ קליין פּײַקל. צו אים האָט מיך אין יענעם אינדערפֿרי פֿון מײַן ערשטער רעפּעטיציע צוגעפֿירט מאַיאָר פּאָסעסאָר און געהייסן מאַכן פֿון מיר „אַן עכטן פּײַקלער”. דערבײַ האָט ער צוגעגעבן, אַז אַלע אַרום זאָלן הערן: „דער פּויק איז דאָס האַרץ פֿונעם פּאַראַד־מאַרש. ווי עס פּויקט זיך, אַזוי מאַרשירט זיך!”

סטעפּאַן, אַ הויכער און דאַרער פּאַרשוין, וואָס ס’וואָלט אים מער געפּאַסט צו שפּילן אויף אַ פֿאַגאָט, למשל, האָט סקוטשנע אַ קוק געטאָן אויף מיר, און אויסגעשטרעקט די האַנט מיטן פּויק־שלאָגלערל.

— כ׳האָב געהערט, ביסט אַ פֿידלער? — האָט ער פֿוילעך געפֿרעגט, — וועט איצט דאָס שלאָגלערל זײַן דײַן סמיטשיק.

כ׳האָב אַרײַנגעקוקט אין זײַנע גרויע אויגן, האָפֿנטלעך, צו געפֿינען דאָרט דעם טײַטש פֿון זײַנע ווערטער. זיי זײַנען געווען פֿאַרצויגן מיטן זעלבן נעפּל, אין וועלכן ס׳האָט פֿריִער געשוועבט דער טרומייטער פֿעדיאַ זשוק. סטעפּאַן, זעט אויס, האָט זיך אויך גענייטיקט אין אַ פֿלעשל ביר, און יעדער ריר מיט די טרוקענע ליפּן, האָט אים געקאָסט אַ שטיק געזונט.

כ׳האָב אָבער אומזיסט געוואַרט פֿון אים די ווײַטערדיקע אינסטרוקציעס; אויף דעם האָט זיך דער „טעאָרעטישער טייל” פֿון זײַן לעקציע פֿאַרענדיקט, און סטעפּאַן איז אַריבער צו פּראַקטישע געניטונגען. ער האָט זיך צונויפֿגעלייגט אין צווייען איבערן פּויק, זיך אָנגעכאַפּט אין אים מיט דער לינקער האַנט און מיט דער רעכטער — מײַסטעריש אַ שלאָג געטאָן עטלעכע מאָל אין דער גוט־אָנגעצויגענער ווײַסער פֿעל. יעדער „שלאָג” איז געמאַכט געווען אויף אַן אַנדער אופֿן און האָט געלאָזט נאָך זיך אַן אַנדער מין טאָן.

— פֿאַרשטאַנען? — האָט ער שטיל געפֿרעגט, ווי ער וואָלט אין דעם קלאַפּן אַרײַנגעלייגט זײַנע לעצטע כּוחות.

כ׳האָב אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ אויף „יאָ”, כאָטש ריכטיקער וואָלט געווען — „ניין”; און איבערגענומען די פּאָזיציע, צוזאַמען מיט מײַן „שלאָגלערל־סמיטשיק”.

סטעפּאַן איז געווען פֿון דעם סאָרט לערער, וואָס האָט דערקלערט זײַן מעטאָדע נישט מיט ווערטער, נאָר מיט מעשׂים; און שוין גאָר אין גיכן האָב איך נאָכגעמאַכט מײַן לערער ווי אַזוי אַרויסצושלאָגן פֿונעם פּויק דעם ריכטיקן טאָן. ס׳איז אָבער געווען דערווײַל נאָר אַ נאָכמאַכעניש. ס׳האָט געפֿאָדערט נישט ווייניק מי, געדולד און פֿעיִקייט, ביז איך האָב אָנגעהבוין פֿאַרשטיין דעם אונטערשייד צווישן פּויקן אין אַ פּויק, און שפּילן פּויק.

אַ גרינער סאָלדאַט, אַ „סאַלאַגע”, איז אַ שטענדיק כּפּרה־הינדל. ער איז אַ מין צילברעט פֿאַר אַלע אָפּקומענישן. ער איז אַ קליין לעכעלע אינעם ריזיקן קעסל פֿון דער מיליטערישער מאַשין, וואָס דורך אים לאָזט מען אַרויס די פּאַרע פֿון דער שווערער סאָלדאַטסקער טאָג־טעגלעכקייט. ער איז אויך דאָס פֿאַרשטעקל, מיט וועלכן מע פּרוּווט צו פֿאַרשטעקן אַלע לעכער אין דעם מיליטער־קעסל, וואָס פֿעלן קיין מאָל נישט אויס. אַ „סאַלאַגע” — איז אַ צוואָק, וואָס מע קאָן אויף אים אַרויפֿהענגען אַלע שווערע און שמוציקע אַרבעטן און זיך אויפֿפֿירן מיט אים, ווי מיט אַ פֿאַרשטונקענער אָנעטשע. אַ „סאַלאַגע” איז אַ שיק־ייִנגל אין די הענט פֿון די „זיידעס” — סאָלדאַטן שוין פֿונעם צווייטן דינסט־יאָר, וואָס נאָך נעכטן האָבן זיי אַליין געכליעבטשעט די ביטערע קאַשע פֿונעם „סאַלאַגע”־מאכל.

די געשרייען, וואָס האָבן זיך געטראָגן בײַ נאַכט פֿון דער שכנישער קאַזאַרמע, אָפּגעטיילט פֿון דער „אָרקעסטער־טעריטאָריע” מיט אַ פֿאַרהאַקטער טיר, זײַנען געווען האַרצרײַסנדיקע סיגנאַלן פֿון איזדיעווקעווען זיך איבער די שלי־מזלדיקע „סאַלאַגעס”. דעם סאָלדאַט כײַמאָוויטש, פּונקט אַזאַ „סאַלאַגע”, האָבן זיי געוועקט נאָר די ערשטע עטלעכע נעכט פֿון זײַן דינסט; שוין אין אַ צוויי וואָכן אַרום האָט ער זיי ווי נישט געהערט; נישט ווײַל די „זיידעס” פֿון יענער זײַט וואַנט האָבן, סוף־כּל־סוף, געלאָזט צו רו זייערע כּפּרה־הינדלעך, נאָר ווײַל דאָס קוויטשען פֿון קלעפּ האָט ער אָנגעהויבן אויפֿנעמען ווי אַ טייל פֿון זײַן אַרמיייִשער טאָג־טעגלעכקייט, ווי דאָס קוביקל פּוטער בײַם פֿרישטיק. זײַן אוניפֿאָרמע, מיט די סאָלדאַטסקיע שטיוול און אָנעטשעס, און דעם אַרמיייִש היטל מיטן גלאַנציקן דאַשיק און גאָלדענער קאָקאַרדע אין מיטן, האָבן פֿון אים אויסגעפֿורעמט אַ סאָלדאַט, וואָס טוט נאָר דאָס, וואָס זײַן קאָמאַנדיר הייסט אים. נישט טראַכטן און נישט באַטראַכטן די באַפֿעלן — איז דער הויפּט־פּונקט אינעם אַרמיייִשן אוסטאַוו.

כײַמאָוויטש האָט אַפֿילו באַמערקט, אַז דאָס בײַטן דעם פֿידל אויף אַ פּויק, האָט אַרײַנגעבראַכט אויך געוויסע ענדערונגען אין זײַן אויפֿפֿירונג. ער האָט אויפֿגעהערט צו פֿאָכען מיט די הענט בײַם רעדן, און בכלל אויסגעמיטן צו רעדן אַ סך, זיך מער צוגעהערט וואָס אַנדערע דערציילן. דער פּויק מיט זײַן ריטמישן, האַרטן און פֿעסטן גאַנג האָט צוביסלעך, ווי אַרויסגעקלאַפּט פֿון זײַן קאָפּ אַלץ, אָדער כּמעט אַלץ, וואָס האָט געהאַט אַ שײַכות מיט זײַן ביז־אַרמיייִש לעבן — די סטודענטישע דערמאָנונגען, פּנימער פֿון פֿרײַנד, מיידלעך, וויצן און שטותים… אײַזיק האָט אַפֿילו אָנגעהויבן גיין אַנדערש, נישט שלעפּן זיך ווי עס לאָזט זיך, נאָר שפּאַנען גלײַך און זיכער, פֿילנדיק אונטער די האַרטע שטיוול-פּאָדעשוועס אַ זיכערן באָדן. גערעכט איז געווען מאַיאָר פּאָסעסאָר — „ווי עס פּויקט זיך, אַזוי מאַרשירט זיך!”. וואָס ווײַטער, אַלץ מער האָט דער פּײַקלער אײַזיקאָוויטש זיך געפֿילט היימישער אין דער נײַער סבֿיבֿה.

סײַדן אין די פֿאַרנאַכטן, נאָך דער צעשטעלונג אויפֿן פּלאַץ, ווען ער מיט סטעפּאַנען פֿלעגן באַגלייטן דעם קאַראַול־ווזוואָד צו זייערע פּאָסטן, פֿלעגט ער אַרויסשלעפּן פֿונעם פֿוטליאַר זײַן פֿידל און מיט אַ סורדינקע, צוגעהלושעט דעם קלאַנג, געצויגן די גאַמעס, לאַנגזאַם און מאָנאָטאָניש, האַלטנדיק דעם טאָן־באַלאַנס, כּדי נישט צו פֿאַרלירן די פֿאַרבינדונג צווישן אים און דעם פֿידל. אין דער האַלבער שעה פֿון די פֿידל־געניטונגען פֿלעגט אָפּגיין זײַן טאָגיקע אָנגעצויגנקייט און געשפּאַנטקייט; זײַן מוח האָט זיך ביסלעכווײַז באַפֿרײַט פֿון די קאָמאַנדעס און באַפֿעלן, אַרויסגעבראַכט הויך און קוויטשיק; פֿון די גראָבע וויצן און הירזשענדיקן געלעכטער, פֿון דעם זשום און רעש, וואָס דער „פּערזענלעכער באַשטאַנד” פֿונעם אָרקעסטער פֿלעגט „אַרויסשיסן” פֿון זייער מוזיקאַלישן וואָפֿן. די דינע פֿידל־סטרונע האָט פֿאַרבונדן דעם איצטיקן סאָלדאַט אײַזיק כײַמאָוויטשן מיט אַן אַנדער אײַזיק כײַמאָוויטש, שוין אַן אויסגעדינטן, וואָס קוקט דערווײַל אויף אים געדולדיק אַרויס פֿון יענער זײַט גאַרניזאָן־טויער, אָנצוגיין ווײַטער אינעם לעבן…

אָבער נאָך איידער אײַזיק כײַמאָוויטש האָט זיך אָנגעהויבן פֿילן אין זײַן סאָלדאַטסקיע אוניפֿאָרמע פֿרײַ, און די אוניפֿאָרמע אַליין האָט זיך פֿעסט צוגעפּאַסט מיט אַלע אירע קאַזיאָנע שטעפּן און שניטן צו זײַן לײַב, האָט ער געדאַרפֿט דורכמאַכן דעם טראַדיציאָנעלן ריטואַל פֿון אײַנגעבירגערט ווערן אין דעם מיליטערישן טייל, צו וועלכן ער איז צוגעשריבן געוואָרן.

יעדער מיליטערישער טייל האָט געהאַט זײַנע אייגענע אויספּרוּוו־ריטואַלן, וואָס האָבן זיך טיף אײַנגעוואָרצלט צווישן די ניט־געשריבענע קאַנאָנען פֿונעם סאָלדאַטסקיע לעבנס־שטייגער, און זיך פֿאַרשפּרייט איבערן גאַנצן שטח פֿונעם סאָוועטישן לאַנד, איבער די מיליטערישע קראַפֿטן; סײַדן, מיט אייניקע ניואַנסן דאָ און דאָרט, פֿאַרבונדן מיט לאָקאַלע באַדינגונגען.

צווישן די ראַדיאָלאַקאַציע־טיילן, למשל, האָט דער אופֿן פֿון חוזקן איבער די גרינע סאָלדאַטן־„סאַלאַגעס”, אויסגעזען אַן ערך אַזוי: שוין נאָכן ענד־סיגנאַל, וואָס יעדער סאָלדאַט קוקט אויף דער מינוט אַרויס דעם גאַנצן טאָג — ער זאָל זיך שוין קאָנען פֿרײַ אויסציִען אויף זײַן האַרטן מאַטראַץ און זיך פֿאַרגעסן אין שלאָף, — פֿלעגט זיך פּלוצעם דערהערן די קאָמאַנדע פֿונעם סערזשאַנט, אַז די „סאַלאַגעס” זאָלן זיך שטעלן אין סטרוי און אויסהערן דעם געהיים־באַפֿעל, וואָס ער האָט ערשט באַקומען פֿונעם שטאַב. און דער באַפֿעל איז געווען, אַז יעדער מוז נעמען אַ בעזעם, אַרויפֿקריכן אויפֿן דאַך פֿון דער קאַזאַרמע, און דאָרט, פֿאָכנדיק מיט זײַן „געווער” אין דער לופֿטן, צעטרײַבן די ראַדיאָ־שטערונגען, וועלכע ווערן געשיקט דירעקט פֿון „פּענטאַגאָן”.

אַן אַנדער מין ריטואַל, צוגעפּאַסט צו די „סאַלאַגעס” איז געווען זיי צו שיקן אין קיך מיט אַ וויכטיקן אויפֿטראָג — דורכצובלאָזן די מאַקאַראָנען פֿאַרן אָפּקאָכן, זיי זאָלן נישט זײַן, חלילה, „פֿאַרשטאָפּט מיט אַנטי־סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע”. אָדער אין מיטן דער נאַכט אויפֿוועקן די מידע חבֿרה און הייסן צו גיין אויפֿן הויפּט־פּלאַץ, וווּ עס קומען פֿאָר אַלע וויכטיקע צונויפֿרופֿענישן און אינערלעכע פּאַראַדן פֿונעם גאַרניזאָן, צו וואַשן דאָרט דעם אַספֿאַלט מיט זייף־וואַסער, אָפּרײַבנדיק די בלאָטע מיט ציין־בערשטלעך.

די, ווי אויך אַ סך אַנדערע אַרמיייִשע שטותים און קונצן זײַנען געווען פֿאַרשפּרייט צווישן די סאָלדאַטן, כאָטש מיט זיי פֿלעגן שטילערהייט זיך פּאַסמאַקעווען אויך די אָפֿיצערן — פֿון אַ לייטענאַנט ביז אַ גענעראַל. אַן אַנדער מין ריטואַל איז געווען צו פֿאַרבן דאָס גראָז. בכלל, די שיטה אין דער אַרמיי צו פֿאַרבלענדן דער נאַטשאַלסטווע די אויגן, זיך אויספֿײַנען און אַרויסווײַזן די איבערגעגעבנקייט דעם דינסט, שוין אָפּגערעדט פֿון חניפֿה, האָט זיך טיף אײַנגעוואָרצלט אין דער געשיכטע פֿון דער רוסישער אימפּעריע.

אין די צײַטן פֿון עקאַטערינע די צווייטע, האָט איר פֿאַוואָריט, פֿירשט פּאָטיאָמקין, באַגלייט זי איבער קרים, וואָס האָט נאָך נישט לאַנג צוריק געהערט צו דער אָסמאַנישער אימפּעריע; און וואָס די רוסישע אַרמיי האָט דאָס האַלב־אינדזל בײַ זיי אָפּגעריסן פֿאַר זיך. אויפֿן וועג פֿון איר רײַזע, האָט יעקאַטערינע און איר סוויטע, צווישן וועלכער עס זײַנען אויך געווען הויכגעשטעלטע געסט פֿון אויסלאַנד, געזען שיינע געבײַדעס, בליִענדיקע סעדער און דערפֿער, מיט גליקלעכע פּויערים. די קייסערינע האָט געשײַנט פֿאַר פֿרייד — ווי גוט און גליקלעך עס לעבן אירע אונטערטאַנען! אין דער אמתן, זײַנען די אַלע דערפֿער און הײַזער, מיט ביימער אַרום, געווען בוטאַפֿאָרישע, געמאַכט אויף איין מאָל, ווי דעקאָראַציעס אין אַ טעאָטער־פֿאָרשטעלונג. אַזאַ שיטה צו פֿאַרבלענדן די אויגן דער הויך־געשטעלטער נאַטשאַלסטווע איז שוין אויף שטענדיק פֿאַרבליבן אין די אַרסענאַלן פֿון רוסישער קאַזיאַנשטשינע, אונטערן נאָמען „פּאָטיאָמקינס דערפֿער”.

די מוזיקאַנטן פֿונעם בלאָז־אָרקעסטער האָבן אויך געהאַט זייער אייגענע טראַדיציע צו לערנען די „סאַלאַגעס” שׂכל; און אויסצומײַדן זי האָט נישט געקאָנט קיין איין נײַ־געקומענער סאָלדאַט, אַפֿילו אַזאַ הויכגעבילדעטער „סאָנאַטשיק”, ווי אונדזער פּויקער אײַזיק כײַמאָוויטש.

נאָך אין די ערשטע טעג פֿון זײַן מיליטערישן דינסט, איז אינעם איבעררײַס צווישן די פּראָבעס צו אים צוגעגאַנגען זײַן קאָמאַנדיר, יעפֿרייטאָר פּאָפּאָוו. אויסגעזען האָט ער עפּעס מאָדנע: אין איין האַנט האָט ער געהאַלטן אַ ראָזיר־בעכער מיט זייף־מילינקעס, פֿון וועלכן ס׳האָט אַרויסגעשטעקט אַ שמירבערשטל; און אין דער צווייטער האַנט האָט ער געהאַלטן אַ גאָלמעסערל. ס׳האָט אים אויסגעפֿעלט אַ קלייניקייט, אַ ווײַסער כאַלאַט מיט אַ קעמעלע, וואָס שטעקט אַרויס פֿונעם אייבערשטן קעשענקעלע, ער זאָל האָבן דעם אויסזען פֿון אַן עכטן פּאַרוק־מאַכער.

אין דער רעפּעטיציע־סטודיע איז מיט אַ מאָל שטיל געוואָרן, בלויז דאָ און דאָרט האָט זיך געהערט, ווי עס רוקן זיך די בענקלעך, און די וואָס זײַנען אויף זיי געזעסן, שאַרן זיך נעענטער צו צו דעם אָרט, וווּ עס איז געשטאַנען אײַזיק, אָנכאַפּנדיק זיך אינעם פּויק מיט ביידע הענט, ווי אין אַ זאַך, וואָס קאָן אים איצט ראַטעווען פֿון אַן אומגליק.

קאָליאַ האָט מיט זײַן קאָמאַנדיר־שטים פֿעסט אַ זאָג געטאָן:

— דו דאַרפֿסט אָפּגאָלן די פֿעל אויפֿן פּויק.

אַוודאי, האָט אונדזער סאָלדאַט אײַזיקאָוויטש שוין גוט אײַנגעחזרט דעם הויפּט־פּונקט פֿונעם מיליטערישן אוסטאַוו, אַז קיין באַפֿעלן באַהאַנדלט מען נישט, מע פֿירט זיי אויס, אָבער דאָס טיפּשות פֿון דעם באַפֿעל האָט אים ממש פּריטשמעליעט, ווי עמעצער וואָלט אים אַ שלאָג געטאָן מיטן פּויק־קלאַפּערל איבערן קאָפּ. די ווערטער, וואָס ער האָט ווײַטער אַרויסגעבראַכט אויף דער צונג, האָבן עס באַשטעטיקט:

— פֿון ביידע זײַטן?

ס׳האָט אויסגעפּלאַצט אַ געלעכטער, וואָס האָט דווקא אויפֿגעמונטערט אונדזער סאָלדאַט און אַפֿילו אים צוגעגעבן קוראַזש. ס׳איז געוואָרן פֿריילעך; דאָס לאַכן האָט זיך איבערגעמישט מיט גראָבע סאָלדאַטסקיע שפּיצלעך, עצות דעם „סאַלאַגע”, ער זאָל, חלילה, נישט דורכלאָזן קיין האָרעלע אויף דער חזיר־פֿעל… נישט קאַרגן קיין מילינקעס, און נישט וויי מאַכן דעם פּויק… זײַן פֿאָרזיכטיק, חלילה, נישט צעשנײַדן דעם קליענט, און צולייגן אַ קאָמפּרעס נאָכן אָפּראַזיר…

אײַזיק האָט זיך אין דער שפּיל אָנגעשלאָסן. צוריק גערעדט, האָט ער דאָך קיין אַנדער ברירה נישט געהאַט: אַז דער קאָמאַנדיר הייסט, מוז מען טאָן. ער האָט זיך צוגעזעצט אויף די קאָרטעטשקעס, שוין גרייט זיך נעמען צו דער אַרבעט. אין דעם מאָמענט האָט זיך פֿון דעם אָרט, וווּ ס’איז געזעסן דער פּײַקלער סטעפּאַן, דערהערט זײַן שטימע:

— אַנו, בלײַב שטיין, סאַלאַגע!..

ער האָט זיך אויפֿגעהויבן פֿון זײַן בענקל און אויסגעשריִען:

— איין שפּאַן פֿונעם אינסטרומענט — מאַרש!

דער לעבעדיקער קרײַז, וואָס האָט אַרומגערינגלט דעם פּויק מיט אײַזיקן, האָט זיך פֿאַרברייטערט און אָפּגעטראָטן. סטעפּאַן איז צוגעגאַנגען צו אײַזיקן, אַרויסגעריסן בײַ אים פֿון דער האַנט דעם ראָזירבעכער און אויסגעגאָסן דאָס זייפֿוואַסער אים אויפֿן קאָפּ.

— אידיאָט, דו וועסט דאָך קאַליע מאַכן דעם אינסטרומענט! — איז סטעפּאַן אַרויס פֿון די כּלים, — גיי, ראָזיר אָפּ דײַן ייִדיש פֿידעלע, סאָנאַטשיק!

דאָס געלעכטער האָט ווידער אויסגעזעצט, און ס׳איז טאַקע שווער געווען זיך אײַנצוהאַלטן דערפֿון. אויפֿן שפּיץ־קאָפּ אײַזיקס האָט געשטעקט אַ ווײַס בערגל זייפֿנבלעזלעך און איבערן פּנים האָבן זיך געשלענגלט דינע קאַלעמוטנע פֿעדעמער, גיך אַרײַנגעפּויזעט אין די אויגן, געצופּט און געבריט, אַרויסרופֿנדיק שטרעמלעך טרערן. אָבער איצט האָט מען געלאַכט נישט סתּם פֿון אַ „סאַלאַגע”; די לעצטע ווערטער פֿון סטעפּאַן האָבן אין דעם נאַרישן אַרמיייִשן ריטואַל, אַרײַנגעבראַכט אַ פּערזענלעכע באַציִונג פֿון יעדן איינעם — נישט פּשוט צו אַ „סאַלאַגע”, נאָר צו אַ ייִדישער „סאַלאַגע”, אײַזיק כײַמאָוויטש.

אײַזיק האָט געריבן מיט איין האַנט די אויגן, און מיט דער צווייטער — געטאַפּט די לופֿט, ווי געזוכט אַ האַנטעך זיך אָפּצוּווישן דאָס פּנים. גראָד אין דעם מאָמענט איז אין סטודיע אַרײַנגעקומען דער מאַיאָר פּאָסעסאָר. די מוזיקאַנטן האָבן גיך פֿאַרנומען זייערע ערטער. אײַזיק האָט זיך אומגעלומפּערט פֿאַרטשעפּעט מיט אַ פֿוס פֿאַרן אונטערשטעל, אויף וועלכן דער פּויק איז געשטאַנען, און אויפֿן פּויק אומגעפֿאַלן. דער דיריגענט האָט פֿון זײַן קאָמאַנדיר־פּונקט באַלד אָפּגעשאַצט די סיטואַציע און הויך אויף אַ קול געמאָלדן אויף זײַן פֿאַרדרייטן אופֿן:

— לעאָן קאָוואַדלע, הירזשעט פּאַיאַצן!*— און די רעפּעטיציע איז אָנגעגאַנגען ווײַטער.

צווישן די פֿאַרשפּרייטסטע קונצן, וועלכע זײַנען דירעקט אַרויס פֿון יענע „פּאָטיאָמקינס דערפֿער”, איז געווען דער קונץ „אָפּצופֿרישן” דאָס גראָז צו עפּעס אַ וויכטיקן באַזוך פֿון אַ הויכגעשטעלטער נאַטשאַלסטווע. דאָס מאָל האָט געזאָלט קומען פֿון מאָסקווע אַ וויכטיקער גענעראַל צו אינספּעקטירן דעם גאַרניזאָן ХУ 7631. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער דיוויזיע־שטאַב, האָט במשך פֿון עטלעכע וואָכן נישט גערוט און נישט געלאָזט רוען קיינעם נישט, ביזן לעצטן „סאַלאַגע”.

די טעריטאָריע, וווּ ס’האָט זיך קוואַרטירט די דיוויזיע, מיט איר גאַנצן האָב־און־גוטס, האָט געטרייסלט, ווי בעת אַ לאָקאַלער ערדציטערניש. אַלץ וואָס האָט זיך געלאָזט פֿאַרבן, האָט מען געפֿאַרבט און אָפּגעפֿרישט, פֿאַרלאַטעוועט און פֿאַרלייגט אַלע לעכער; דאָרט וווּ עס איז שוין אוממעגלעך געווען עפּעס צו פֿאַרריכטן, האָט מען עס פֿאַרהאָנגען מיט ריזיקע פּאָרטרעטן פֿון די מלוכה־פֿירער, באַפּוצט מיט קומאַטש־לײַוונטן — אַ מין רויטער באָוולצײַג, אַ קינסטלערישער עלעמענט פֿון רעוואָלוציע־גײַסט און סאָוועטישער עסטעטיק. דאָס גראָז אַרום דעם פּלאַץ, וווּ ס׳האָבן געזאָלט דורכמאַרשירן אינעם פֿײַערלעכן פּאַראַד־מאַרש אַלע מיליטערישע טיילן פֿונעם גאַרניזאָן, איז אויך געווען צווישן די וויכטיקע וויזועלע אָביעקטן, וועלכע האָבן געמוזט אָפּגעפֿרישט ווערן, בפֿרט אַז סוף־אָסען, ווען מ’האָט דערוואַרט די מאָסקווער געסט, איז געווען נישט די בעסטע צײַט, וואָס שייך גראָז.

אייגנטלעך, האָט דאָס גראָז אַליין אויסגעזען, ווי עס דאַרף אין דער צײַט אויסזען — געל, אויסגעברענט פֿאַרן זומער, כּמעט אין גאַנצן פֿאַרוועלקט. אַזוי טראַכטן נאָר די ציווילע־לײַט; אָבער אין די אויגן פֿון דער גאַרניזאָן־נאַטשאַלסטווע, באַזונדערס, ווען מע דאַרף זיך אַרויסשטעלן פֿאַר דער הויכגעשטעלטער קאָמיסיע מיטן פֿולן גלאַנץ און ברען, מוז דאָס גראָז זײַן תּמיד גרין און דער הימל — בלוי.

איז דער בלאָז־אָרקעסטער געפֿאַלן אַ קרבן פֿון דער „פּאָטיאָמקין־אַפֿערע”. וויפֿל דער מאַיאָר פּאָסעסאָר זאָל נישט געווען דערקלערן אין שטאַב, אַז דער אָרקעסטער האָט אויך זײַן וויכטיקע אויפֿגאַבע — בעת דעם פּאַראַד־מאַרש צו „דונערן מיטן גאַנצן מעש און טראַסק” — האָט עס נישט געהאָלפֿן. דעם „פּערזענלעכן באַשטאַנד” פֿונעם אָרקעסטער איז אויסגעפֿאַלן דער פֿאַראַנטוואָרטלעכער אויפֿטראָג אומצוקערן דעם גראָז זײַן נאַטירלעכע גרינע פֿאַרב.

עטלעכע טעג האָבן מיר געפֿאַרבט דאָס גראָז מיט די צעשויבערטע בערשט, וואָס אונדזער קאָמאַנדיר, יעפֿרייטאָר פּאָפּאָוו, האָט פֿון ערגעץ געבראַכט צו שלעפּן, צוזאַמען מיט די צוויי עמער גרינער קאַלך־פֿאַרב. נישט אומזיסט האָט מײַן טאַטע אײַנגעטענהט דער מאַמען, אַז „די אַרמיי איז די בעסטע לעבנס־שול פֿאַר אַ יונגערמאַן”; איצט האָב איך געהאַט די גוטע געלעגנהייט זיך אין דעם איבערצײַגן: פֿאַר אַ קורצער צײַט האָב איך זיך אויסגעלערנט אַרומצוּוויקלען די פֿיס מיט אָנעטשעס, סאַלוטירן מיט אַ „פֿאַרץ־פֿײַערווערק”, אָפּצוראַזירן די פֿעל פֿון אַ פּויק, און איצט אויך פֿאַרבן דאָס גראָז… כ׳רעד שוין נישט וועגן אַ סך אַנדערע נוצלעכע טועכצן, וואָס האָבן נאָך געוויס געוואַרט אויף מיר ביז מײַן „דעמבעל”־צײַט.

די אינספּעקציע איז אָנגעגאַנגען אַ גאַנצע וואָך. די געניטונגען אין פֿעלד זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן אויסגעצייכנט; אַלע טיילן האָבן אַרויסגעוויזן זייער גרייטקייט צו פֿאַרטיידיקן דאָס פֿאָטערלאַנד אויפֿן בעסטן אופֿן. דער מיליטער־אָרקעסטער האָט אויך אויסגעהאַלטן דעם עקזאַמען: לכּבֿוד דער מאָסקווער קאָמיסיע, האָבן מיר געגעבן אַ פֿולע קאָנצערט־פּראָגראַם אינעם אָפֿיציר־הויז; און חוץ דעם, שוין אין אַ קלענערן באַשטאַנד, געשפּילט אויף די דרײַ באַנקעטן, דערלאַנגט במשך פֿון דער וואָך מיט דער ברייטער האַנט פֿון דער שטאָטישער מאַכט, פּאַרטיי־פֿירערשאַפֿט און דעוויזיע־שטאַב.

און אָט איז געקומען דער טאָג פֿונעם פֿײַערלעכן פּאַראַד־מאַרש אויף אונדזער גאַרניזאָן־פּלאַץ. ווי עס זאָגט מאַיאָר פּאָסעסאָר, יעדער מאַנספּאַרשוין לערנט זיך גיין צוויי מאָל — איין מאָל נאָכן געבוירן ווערן, און דאָס צווייטע מאָל אויפֿן אַרמיייִשן פּלאַץ. אויף דער טריבונע האָט זיך אויסגעשטעלט די גאַנצע מאָסקווער קאָמיסיע, אין שפּיץ מיטן הויפּט־אינספּעקטאָר, אַ וואַזשנער אַלטער גענעראַל מיט גאָלדענע עפּאָלעטן, ווי אויך אונדזערע שטאַב־קאָמאַנדירן, אין שפּיץ מיטן דיוויזיע־קאָמאַנדיר, גענעראַל־מאַיאָר זײַצעוו. דער מאָסקווער גענעראַל האָט לאַנג נישט גערעדט — באַדאַנקט אַלע אָפֿיצירן און סאָלדאַטן פֿאַר זייער געטרײַ דינסט לטובֿת דעם סאָוועטישן פֿאָלק, און באַלד נאָך דער קאָמאַנדע פֿון אונדזער גענעראַל האָט דער אָרקעסטער, ווי עס פֿירט זיך בײַ אַזעלכע פּאַראַדן, פֿאַרנומען זײַן פּאָזיציע אַקוראַט אַנטקעגן דער טריבונע.

אַלץ איז געגאַנגען ווי געשמירט, און קיין שום אומאָנגענעמע סורפּריזן האָט קיינער נישט דערוואַרט, כאָטש אין דער גאַנצער דערהויבענער אַטמאָספֿער האָט זיך פֿאָרט געפֿילט אַ שטילע האַוועניש, אַ מין אָנגעצויגנקייט, וואָס טרעפֿט זיך, ווען מע האַלט, אַז דאָס שווערסטע איז שוין פֿאַרבײַ, אָבער דער לעצטער פּונקט איז נאָך נישט געשטעלט געוואָרן. מעגלעך, אַז צו אָט דער אומזיכערקייט האָבן אויך צוגעגעבן זייער חלק די כמאַרעס, וואָס האָבן זיך געשפּרייט איבער אַלעמענס קעפּ, ווי בייזע מחשבֿות פֿון געהיימע שׂונאים. „אָפּצופֿרישן׳ דעם האַרבסטיקן הימל מיט בלויער פֿאַרב האָט זיך אונדזער שטאַב נישט אײַנגעגעבן.

דער שלאַקרעגן האָט אַ שלאָג געטאָן, צוזאַמען מיטן ערשטן אַקאָרד פֿון אונדזער פּאַראַד־מאַרש „גרענאַדיר”. די סאָלדאַטן האָבן בראַווע מאַרשירט, פּליעסקענדיק מיט די אָנגעפּוצטע שטיוול איבער די גרינע ריטשקעס און טײַכלעך, וועלכע האָבן זיך צעפּויזעט איבערן שוואַרצן אָפּגעזייפֿטן אַספֿאַלט, ווי אָנגעשראָקענע גליטשיקע שלאַנגען — גיפֿטיקע שרצים פֿון מיליטאַנטישן איפּעריאַליזם.


*לעאָן קאָוואַדלע, הירזשעט פּאַיאַצן! — געמיינט דאָ: די אָפּערע „פּאַיאַצן” פֿון רודזשעראָ לעאָנקאַוואַלאָ (1857־1919), איטאַליענישער קאָמפּאָזיטאָר