Boris Sandler

אַז דער פֿידל שווײַגט, פּויקט די פּויק (פֿיר טייל)

When the Fiddle's Silent, You Can Hear the Drums (Part 4)

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

4. פּערזענלעכער באַשטאַנד

Yehuda Blum

אויף צוויי וויכטיקע באַגריפֿן האָט זיך געהאַלטן די ביוראָקראַטישע סטאַטיסטיק פֿון דער רוסישער אימפּעריע: „פּערזענלעכער באַשטאַנד” און „קאָפּ־באַשטאַנד”; און אויב דער ערשטער באַגריף האָט געהאַט צו טאָן מיט דער צאָל צוויי־פֿיסיקע באַשעפֿענישן, האָט דער צווייטער — געפֿירט דעם חשבון פֿון בהמות. דער ערשטער באַגריף האָט זיך אײַנגעוואָרצלט אין דעם מיליטערישן פֿעלד פֿון דעם אימפּערישן לעבן, און דער צווייטער — אינעם ווירטשאַפֿטלעכן. לויט אַלע היסטאָרישע פֿאַקטן האָבן אין רוסלאַנד די בהמישע קעפּ זיך העכער געשאַצט, ווי די מענטשלעכע. די תּקופֿות האָבן זיך געביטן, אָבער די צוויי גרינטלעכע סטאַטיסטישע קריטעריעס זײַנען געבליבן. דער „פּערזענלעכער באַשטאַנד” פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי האָט אַרויסגעוויזן איר שטאַרקייט פֿאַרן שׂונא; און דער „קאָפּ־באַשטאַנד” — האָט געזאָלט באַשטעטיקן אין דער נײַער אימפּעריע איר הויכן ניוואָ פֿון וווילזײַן און זאַטקייט.

אין יענעם ערשטן אינדערפֿרי פֿון זײַן דינסט האָט דער סאָלדאַט אײַזיק כײַמאָוויטש זיך דערוווּסט, אַז ער געהערט צו דעם פּערזענלעכן באַשטאַנד פֿונעם מיליטערישן אָרקעסטער; ער האָט קיין מאָל פֿריִער זיך נישט אַרײַנגעטראַכט אינעם זין פֿון דעם באַגריף — „פּערזענלעכער באַשטאַנד”; פּונקט ווי ס׳האָט אים ווייניק געאַרט, וואָס עס מיינט, „קאָפּ־באַשטאַנד”; שוין אָפּגערעדט פֿון קלערן, אַז ער אַליין קאָן אַ מאָל ווערן אַן איינצל פֿון אַזאַ מין „פּערזענלעכן באַשטאַנד”. דערהערט אָבער די קאָמאַנדע פֿון זײַן קאָמאַנדיר, יעפֿרייטאָר פּאָפּאָוו: „פּערזענלעכער באַשטאַנד — אין סטרוי!” — האָט ער זיך צוגעשאַרט צום עק פֿון דער שיטערער שורה סאָלדאַטן, וואָס זײַנען ערשט מיט אַ מינוט צוריק אַרײַנגעקומען אין דער קאַזאַרמע.

נאָכן וואַשן זיך, מיט די האַנטעכער אויפֿן אַקסל, האָבן זיי אַרײַנגעבראַכט אין דעם האַלב־פֿינצטערן צימער אַ שטיק דערפֿרישנדיקע האָפֿענונג. די נעכטיקע אָפּעראַציע „רובטשיק”, האָט נאָך דערמאָנט אין זיך מיטן שווערן גערוך; די לופֿט האָט מען געקאָנט שנײַדן מיט אַ מעסער. עס האָט אויסגעזען, אַז אין יעדן ווינקל האָט מען די גאַנצע נאַכט געזײַער קרויט. דער דאָזיקער קאַזאַרמע־גערוך איז שוין נאָכגעגאַנגען אונדזער „גרינעם” סאָלדאַט, וווּ ער זאָל נישט געווען זײַן, ווי צוגעבונדן אים צו זײַן נײַער ווירקלעכקייט.

שטייענדיק אינעם סטרוי, צוזאַמען מיט די דרײַ סאָלדאַטן און די צוויי דערצוילינגען, האָט אײַזיק פּלוצעם אַ טראַכט געטאָן, אַז ער איז מער נישט ער; דאָס הייסט, ער איז טאַקע אײַזיק נאָכן וואַשן זיך, מיט די האַנטעכער אויפֿן אַקסל, האָבן זיי אַרײַנגעבראַכט אין דעם האַלב־פֿינצטערן צימער אַ שטיק דערפֿרישנדיקע האָפֿענונג. די נעכטיקע אָפּעראַציע „רובטשיק” האָט נאָך דערמאָנט אין זיך מיטן שווערן גערוך; די לופֿט האָט מען געקאָנט שנײַדן מיט אַ מעסער. עס האָט אויסגעזען, אַז אין יעדן ווינקל האָט מען די גאַנצע נאַכט געזײַערט קרויט. דער דאָזיקער קאַזאַרמע־גערוך איז שוין נאָכגעגאַנגען אונדזער „גרינעם” סאָלדאַט, וווּ ער זאָל נישט געווען זײַן, ווי צוגעבונדן אים צו זײַן נײַער ווירקלעכקייט.

שטייענדיק אינעם סטרוי, צוזאַמען מיט די דרײַ סאָלדאַטן און די צוויי דערצוילינגען, האָט אײַזיק פּלוצעם אַ טראַכט געטאָן, אַז ער איז מער נישט ער; דאָס הייסט, ער איז טאַקע אײַזיק כײַמאָוויטש, נאָר שוין עפּעס אַן אַנדערער, נישט אַזאַ ווי ער איז נאָך געווען נעכטן אין דער פֿרי. צי האָט עס אויף אים אַזוי געווירקט די קורצע לעקציע פֿון זײַן קאָמאַנדיר, צי די בײַנאַכטיקע אומדערקלערלעכע געשרייען פֿון יענער זײַט טיר, צי אפֿשר דער זעץ אין קאָפּ, וואָס ער האָט געכאַפּט אינעם בעטל. דער ווייטיק האָט זיך נאָך אַלץ געפֿילט, און ער האָט זיך אַ רײַב געטאָן דאָס אָרט. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט די „מאַנקאָליע”, ווי ס׳וואָלט געזאָגט זײַן טאַטע, זיך צעגאָסן אויף זײַן פּנים; און פּאָפּאָוו מיט זײַן שאַרפֿן קאָמאַנדירסקיע אויג האָט עס גלײַך באַמערקט. נאָך אַלץ האַלטנדיק די הענט הינטער דער פּלייצע, האָט ער פּאַמעלעך, הין־און־קריק, אָפּגעציילט די עטלעכע טריט לענג־אויס זײַן „פּערזענלעכן באַשטאַנד”.

— אין סטרוי, סאָלדאַט כײַמאָוויטש, קראַצט מען זיך נישט…

אַלע האָבן זיך צעלאַכט.

— מע דאַרף אים שיקן אין באָד!

— ניין, צום סאַניטאַר!

— בעסער צום פּאַרוק־מאַכער!

— ניט פּלאַפּלען אין סטרוי! — האָט דער יעפֿרייטאָר שטרענג אָפּגעהאַקט, — וואָס איז דאָ — אַ קאַזאַרמע, צי אַ צירק מיט חיות?

— קאָליאַ, הער אויף… — האָט אים גוטמוטיק איבערגעשלאָגן דער ערשטער אין דער שערענגע, סאָלדאַט מיטן נאָמען קיריל סירבו.

פּאָפּאָוו האָט זיך אָפּגעשטעלט אַקוראַט אַנטקעגן סירבו און אים אין פּנים אָפּגעענטפֿערט:

— איך וועל שוין אַליין באַשליסן, ווען אויפֿהערן און ווען רעדן!

קיריל סירבו איז אויך געווען אַ יעפֿרייטאָר. נאָך מער, ווי מ׳האָט מיר דערציילט, האָבן זיי באַקומען די געגאַרטע „ליטשקע” אין איין טאָג, אָבער דער מאַיאָר האָט באַשלאָסן, אַז קאָמאַנדעווען וועט מיטן „פּערזענלעכן באַשטאַנד” קאָליאַ פּאָפּאָוו. אַזוי האָט דאָס שמאָלע פּאַסיקל אויף די פּאָגאָנען זיך געלייגט צווישן זיי, ווי אַ שלאַבאַן אויפֿן אײַזנבאַן־אַריבערפֿאָר. זיי זײַנען געווען פֿון איין דאָרף, זיך געלערנט אין איין קלאַס, ביידע געשפּילט וואַלדהאָרן, אָבער דער שוואַרץ־חנעוודיקער קיריל האָט געשפּילט אין אָרקעסטער דעם ערשטן וואַלדהאָרן, און קאָליאַ — דעם צווייטן.

— וואָס זשומעט איר ווידער? — האָט זיך דערהערט אַ פֿאַרשלאָפֿן קול פֿונעם ווינקל, פֿאַרשטעלט מיט עטלעכע צוויי־יאַרוס־בעטלעך.

אַלע האָבן אויסגעדרייט דעם קאָפּ צו יענער זײַט. אַ פּאָר ווײַלעס האָט עמעצער זיך דאָרט געפּאָרעט, ווײַל די ספּרוזשינעס האָבן שווער געסקריפּעט, ביז ס׳האָט זיך באַוויזן אַ צעקנייטשט רויט פּנים.

— פֿעדיאַ?! — האָט פּאָפּאָוו אַרויסגעבראַכט דעם נאָמען, ווי ער האָט אין דעם געצווייפֿלט.

פֿעדיאַ האָט נישט באַלד געענטפֿערט; זיך וואַקלענדיק, דורכגערוקט צווישן די בעטן, איז ער שטיין געבליבן בײַם מאַיאָרס טיש, אָנשפּאַרנדיק זיך אין אים מיט דער האַנט. ערשט דאָ, פֿילנדיק די פֿעסטקייט פֿונעם דריטן אָנשפּאַר־פּונקט, האָט פֿעדיאַ דערקלערט:

— וואָס זשע, ס׳איז שוין אַזוי שווער מיך צו דערקענען?

פֿעדיאַ זשוק, אַזוי האָט ער געהייסן, האָט מיט צוויי יאָר צוריק פֿאַרענדיקט זײַן טערמיניקע דינסט אינעם זעלבן אָרקעסטער, וווּ ער האָט געשפּילט טרומייט; זיך אומגעדרייט אַ קנאַפּ יאָר אין דער „ציווילער געזעלשאַפֿט”, האָט ער דאָרט קיין אָרט פֿאַר זיך נישט געפֿונען און זיך אומגעקערט צוריק אין מיליטער, שוין ווי אַן איבערטערמיניקער, אָדער ווי מ׳האָט דעם קאָנטינגענט גערופֿן, „אַ שטיק”. אויפֿן אַרמיייִשן זשאַרגאָן, האָט עס געמיינט, אַז נאָר אַ „שטיק־שלימזל” קאָן פֿאַרלאָזן דאָס ציווילע לעבן און זיך אומקערן צוריק צו דער מיליטערישער דינסט. די איינציקע זאַך, וואָס פֿעדיאַ זשוק האָט באַוויזן אָפּצוטאָן אין דעם ציווילן יאָר — ער האָט חתונה געהאַט. טאַקע אָט דער פֿאַקט פֿלעגט אים אָפֿט ברענגען צו נעכטיקן אין דער קאַזאַרמע. דאָ, אונטערן דאַך פֿון די סאָוועטישע באַוואָפֿנטע קראַפֿטן, האָט ער זיך געפֿילט באַשיצט און פֿאַרטיידיקט פֿון די ציווילע פּראָבלעמען און באַזונדערס פֿון זײַן ווײַב ניוראַ. זי האָט עס שוין געוווּסט, און נישט זעלטן, פֿלעגט זי קומען גאַנץ פֿרי אים „אָפּצונעמען אַהיים”.

איצט, פֿון זײַן אויסזען, איז נישט שווער געווען צו פֿאַרשטיין, אַז גענעכטיקט האָט ער, ווי געטאָגט, אין זײַן גאַנצער מונדירונג; מ׳האָט אים ווי אַרויסגעשלעפּט פֿון אונטער אַן אײַנגעפֿאַלענעם פּלויט. דערזען אין סטרוי שטיין אײַזיקן, מיט איין שטיוול אויפֿן פֿוס, און מיטן צווייטן אין דער האַנט, האָט ער געפֿרעגט:

— און ווער איז דער האַלבער סאָלדאַט?

און ווידער האָט דער פּערזענלעכער באַשטאַנד אויסגעשאָסן אַ געלעכטער. געענטפֿערט האָט אים יעפֿרייטאָר פּאָפּאָוו:

— אײַזיק כײַמאָוויטש איז אונדזער נײַער פּויקער, — און כּדי אומצוקערן פֿעדיאַן צו דער ווירקלעכקייט, האָט ער צוגעגעבן: — מ’האָט אים דאָך נעכטן „אַרומגעוואַשן”, פֿעדיאַ…

— איך האָב אויך געטרונקען? — האָט עראָנגעהויבן קומען צו זיך. — איצט פֿאַרשטיי איך, פֿאַר וואָס מײַן קאָפּ ווערט מיר צעזעצט?!

נאָך אָט דער אַנטפּלעקונג איז דער וועג פֿון זײַן דענקען געוואָרן קלאָרער, און ער האָט ערנסט געזאָגט:

— איך וואָלט איצט אַוועקגעגעבן דעם טאַטן מיט דער מאַמען, און מײַן ניוראַן, ווי אַ צוגאָב, פֿאַר איין פֿלעשל ביר.

ער האָט עס געזאָגט מיט אַזוי פֿיל לייד אין קול, אַז נישט גלייבן אין דעם וואָלט געקאָנט נאָר אַ פֿאַשיסט. דער געלעכטער איז אויסגעלאָשן געוואָרן. אַ רגע האָט דער עלטערער סערזשאַנט זשוק זיך געוואַרעמט אין די מיטפֿילנדיקע שטראַלן פֿונעם פּערזענלעכן באַשטאַנד; און דאָ איז געשען אַ זאַך, וואָס שפּעטער האָט אַפֿילו דער מאַיאָר פּאָסעסאָר עס אָפּגעשאַצט ווי אַ מוסטער פֿון אַן „עכטער סאָלדאַטסקיער ברודערשאַפֿט”.

— קען איך פֿאַרלאָזן דעם סטרוי? — האָט די שטילקייט צעשטערט דאָס אומזיכערע קול פֿונעם סאָלדאַט ניקיפֿאָר.

פּאָפּאָוו, וואָס האָט זיך נאָך אַפּנים, געפֿונען אונטערן אײַנדרוק פֿון פֿעדיאַס ווערטער, האָט אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ. ניקיפֿאָר האָט זיך אויסגעדרייט און מיט פֿעסטע טריט צוגעגאַנגען צו דער טיר פֿונעם צווייטן צימער, וווּ דער אָרקעסטער פֿירט דורך די רעפּעטיציעס.

ניקיפֿאָר טאָסאָגלו האָט געהערט צו דער נאַציאָנאַלער מינאָריטעט פֿונעם פּערזענלעכן אָרקעסטער־באַשטאַנד, וווּ ס׳רובֿ זײַנען געווען פֿאָרשטייער פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם, אַרטגעזעסענעם מאָלדאַוואַנער. ער איז געווען אַ גאַגאַוזער, אַ באַפֿעלקערונג, וואָס האָט באַזעצט דעם דרום־טייל פֿון מאָלדאַוויע. לויט אַ פֿאַרשפּרייטן טײַטש, האָבן די גאַגאַוזער געשטאַמט פֿון טערקן, אָבער געהאַלטן זיך בײַם פּראָוואַסלאַוונעם גלויבן. טאַקע דערפֿאַר, האָט מען געטענהט, רופֿט מען זיי אַזוי „גאַגאַוז”, וואָס מיינט אויף טערקיש, „גלויבן־פֿאַררעטער”. ניקיפֿאָר טאָסאָגלו איז געוואַקסן אין אַ קליין דערפֿל, גערעדט גאַגאַוזיש און קוים פֿאַרשטאַנען רוסיש. רוסיש איז אויך בײַ אַנדערע מוזיקאַנטן אינעם אָרקעסטער געווען נישט די ערשטע שפּראַך, אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט ניקיפֿאָרן, וואָלטן זיי געקאָנט זײַן אַקאַדעמיקער פֿון רוסישער פֿילאָלאָגיע.

ניקיפֿאָר האָט זיך צוריק באַוויזן אין אַ פּאָר מינוט אַרום, אָבער אַפֿילו אָט די קורצע צײַט איז גענוג געווען, אַז דאָס וואַרטעניש זאָל ממש אָנהייבן פֿײַפֿן אין די אויערן. ער איז צוגעגאַנגען צו פֿעדיאַ זשוק און דערלאַנגט אים אַ פֿלעשל ביר. דאָס טונקל־גרינע גלאָז פֿונעם פֿלעשל האָט אַ שפּיל געטאָן אין די שטראַלן פֿון דער פֿרימאָרגנדיקער זון, ווי אַ פּלוצעמדיקער בליץ אויפֿן העלן הימל.

ווײַטער האָט שוין אַלץ אויסגעזען, ווי אויפֿן באַוווּסטן עוואַנגעלישן בילד „אַ דורשטיקער פֿאַלט צו צום אומאויסשעפּלעכן קופֿל”. מיט איין באַוועגונג האָט פֿעדיאַ אונטערגעכאַפּט דאָס פֿלעשל, צוגעטראָגן עס צום מויל, אָפּגעריסן מיט די ציין דאָס בלעכענע דעקל און אַרײַנגעגאָסן אין זיך די היילנדיקע פֿליסיקייט. זײַן גאָרגל־קנאָפּ האָט אַרויסגעשטעקט אויפֿן דאַרן האַלדז און גיך, אָפּ און אויף, אָפּגעציילט די שלונגען.

נאָך דער רעטונגס־פּראָצעדור האָט זײַן פּנים אויסגעזען, ווי נאָר פֿון דער באָד אַרויסגעשלעפּט — פֿריש, אויסגעגלעט, מיט אַ רויטלעכן גלאַנץ אויף די באַקן.

— נו, ניקיפֿאָר, — האָט זײַן קול געקלונגען ריין און קלינגעוודיק, — האָסט מיך הײַנט געראַטעוועט פֿון טויט!…

ווי ס׳האָט זיך שפּעטער צופֿעליק אַנטפּלעקט, האָט ניקיפֿאָר געהאַט אינעם רעפּעטיציע־קלאַס אַ „געהיים־ווינקעלע”, וווּ ער פֿלעגט צונויפֿשלעפּן „אויף זאַפּאַס” זאַכן, וואָס האָבן „נישט געהאַט קיין פֿעסט אָרט”.

און פֿון דרויסן האָט זיך געטראָגן דאָס פֿאַרשלעפּטע סטרוי־לידל „סאָלדאַט, עס רופֿט דיך דער טרומייט…”, וואָס האָט געגעבן צו וויסן, אַז ס׳איז געקומען די צײַט צו גיין עסן פֿרישטיק. זיך שוין אויף גיך אָנגעטאָן און פֿאַרשפּרייט דאָס בעטל, איז אײַזיק כײַמאָוויטש אַרויס פֿון דער קאַזאַרמע דער לעצטער. דעם פּערזענלעכן באַשטאַנד פֿונעם אָרקעסטער האָט ער אָנגעיאָגט שוין נישט ווײַט פֿון דער גאָרקיך.

דער גערוך פֿון דעם ספּעציפֿישן געמיש פֿון יאָלקעדיקן פֿעטס און צוגעברענטן טאָמאַטן־סאָוס, וואָס פֿלעגט באַלד אַרויסרופֿן אַ ברען אין האַרצן, האָט זיך געטראָגן איבער דער ריזיקער טעריטאָריע פֿונעם גאַרניזאָן ХУ 7631 און צעטראָגן דעם סוד פֿון דער אַרמיייִשער קיך שיִער נישט איבערן גאַנצן שטעטל N. גלײַך בײַ דער שוועל פֿון דער סאָלדאַטסקיע גאָרגיך האָט מײַן ציווילע נאָז, שוין צוגעוווינט צו די איבלדיקע ריחות פֿון די געזעלשאַפֿטלעכע גאָרקיכן, דערשמעקט אין דעם קאַזיאָנע געמיש אַ נײַעם אינגרעדיענט, וואָס האָט מיר אומדערוואַרט דערמאָנט מײַן ווײַטע קינדהייט, און אַרויסגערופֿן כּמעט אַ פֿאַרגעסן בילד. אָט זע איך שטיין מײַן מאַמע לעבן דער הרובע. אין אַ גרויסן צינקענעם עמער קאָכט זיך דאָס בעטוועש. פֿריִער האָט די מאַמע אינעם עמער אָנגעשיילט מיטן מעסער געקרײַזלטע סטרוזשקעס פֿון אַ ברוינעם קלעצל זייף. זי פֿלעגט די האַרטע קלעצלעך האַלטן אויסגעשטעלט, ווי קוביקעס, אויף אַ פּאָליצע אין דער קיכשאַפֿע, און גערופֿן טריף־זייף. די וואַסער בולקעט און שטויסט פֿונעם עמער אַרויס ווײַסע אָנגעבלאָזענע שפּיצן פֿון אַ קאָלדרע־ציך, אָדער ציכלעך; אָבער די מאַמע, מיט אַ קאַטשלקע אין דער האַנט, שטופּט זיי צוריק אַרײַן… און איבער דער שטוב טראָגט זיך אַ הייסע פּאַרע, אָנגעזעטיקט מיטן שטינקענדיקן טריף־זייף.

שוין זשע לייגט מען דאָ אינעם עסן אַרײַן זייף? באַזאָרגט מיט דער פֿראַגע, האָב איך בײַם איבערטרעטן די שוועל פֿון דער גאָרגיך, זיך אויסגעגליטשט, און ווען ניקיפֿאָר כאַפּט מיך נישט אָן פֿאַרן אָרעם, וואָלט איך זיך זיכער צעצויגן אויפֿן צעמענטענעם דיל. לאָזט זיך אויס, אַז צוליב היגיענע, וואַשט מען דאָ דעם דיל מיט הייסער וואַסער, געדיכט פֿאַרפּראַוועט מיט „טריף־זייף”.

ווי עס זאָל אָבער נישט זײַן, וואָלט מײַן מאַמע איצט געזאָגט, אַז ניקיפֿאָר טאָסאָגלו האָט שוין הײַנט פֿאַרדינט צוויי מיצוות.

פֿון ביידע זײַטן לאַנגע טישן און בענק האָט געווירבלט. איבער די קײַלעכדיקע קעפּ פֿון די פֿריש אָפּגעבאַקענע האַרבס־פּריזיווניקעס, נאַקעט, ביז אַ ווײַסן בלישטש, אָפּגעשוירן, האָט זיך געהויבן צו דער סטעליע אַ פֿריילעכע לעפֿל־קלאַפּערײַ. זיך אָפּגעריסן פֿון די אַלומיניענע שיסעלעך, אָנגעפֿילט מיט פּיסנער הרעטשענער קאַשע, האָט זייער קלאַנג זיך צונויפֿגעגאָסן אין אַ מין לויב־געזאַנג דעם שוץ־מיניסטער, מאַרשאַל אַנדריי הרעטשקאָ. נישט אומזיסט איז אין יענע יאָרן פֿאַרשפּרייט געווען אַ וויץ: וויפֿל פּוד הרעטשענער קאַשע דאַרף אַ סאָלדאַט אויפֿעסן צו ווערן אַ מאַרשאַל?

דער פּערזענלעכער באַשטאַנד פֿונעם אָרקעסטער האָט געהאַט אַ באַזונדערן טיש. יעפֿרייטאָר פּאָפּאָוו, ווי עס פֿאָדערט זײַן ראַנג, איז שוין געשטאַנען בײַם טאָפּ מיט קאַשע און אין יעדן שיסעלע אַרײַנגעוואָרפֿן צו צוויי שעפּ קאַשע. דער צווייטער יעפֿרייטאָר, קיריל סירבו, האָט אויך געהאַט זײַן אויפֿגאַבע, צו ברענגען פֿונעם צעטייל־פּונקט — אַ פֿענצטערל אין דער וואַנט פֿון קיך — די טאָגיקע נאָרמע פּוטער — 20 גראַם. ס’איז גוט צו וויסן, אַז דאָס קוביקל פּוטער יעדן אין דער פֿרי איז געווען פֿאַרן סאָלדאַט נישט בלויז אַ טייל פֿון זײַן ראַציאָן־נערונג; צווישן די ניט־אָנגעשריבענע געזעצן אינעם אַרמיייִשן אוסטאַוו איז אויך געווען אַזאַ פּונקט: „אויפֿגעגעסן דאָס שטיקל פּוטער — געוואָרן מיט אַ טאָג נענטער צום דעמבעל*.”

דאָס קוביקל פּוטער האָט מען אין קאַשע נישט אַרײַנגעלייגט — ווער וועט עס דאָרט דערפֿילן? דערצו איז די קאַשע פֿאַרפּראַוועט געווען מיט „קאָמביזשיר” — אַזאַ קאָמבינירטע פֿעטקייט, וואָס ס׳איז שווער געווען פֿעסט צו שטעלן פֿון וואַסער מין פֿעטקייט איז עס „קאָמבינירט” געוואָרן? אַן אַנדער זאַך, צעשמירן דאָס שטיקל פּוטער אויפֿן ריפֿטל שוואַרץ ברויט און שטיקלעכווײַז, זיך פּאַסמאַקעווען, אָפּזיפּנדיק פֿון דער אַלומיניענער קוואָרט, אַ שלוק נאָך אַ שלוק זיסע טיי. נאָכן אַראָפּשלונגען דעם לעצטן ביסן, קומט בפֿירוש דער פֿאַרשטאַנד, אַז דער שווערער טאָג, וואָס וואַרט שוין אויפֿן סטרוי־פּלאַץ פֿונעם גאַרניזאָן, וועט דורכגיין גיכער, ווי „געשמירט מיט פּוטער”.

— ווי געפֿעלט דיר אונדזער סאָלדאַטסקיע קאַשע? — האָט זיך דערהערט פֿונעם אַנדערן עק טיש דאָס קול פֿון פֿעדיאַ טשעבאַן. — בײַ אײַך עסט מען אַוודאי נישט קיין הרעטשקע…

וואַסיאַ טשעבאַן, אַ קורנאָסער יאַט מיט גרויסע, בלויע מיידלשע אויגן אויפֿן ברייטן פּנים, געדיכט באַזעצט מיט רויטע פּרישטשיקלעך, האָט געשפּילט אינעם אָרקעסטער אויף אַ טראָמבאָן. ער איז געווען אַ יתום און געוואַקסן אין אַ קינדער־הויז, וווּ ער האָט פֿרי אַרויסגעוויזן זײַן נטיה צו מוזיק. דהײַנו: וואַסיאַ איז געכאַפּט געוואָרן אויף אַ גנבֿה פֿון דעם „פּיאָנערן־צימער”; ער האָט פֿון דאָרט געפּרוּווט אַוועקשלעפּן עפּעס אַ מוזיקאַלישן אינסטרומענט, פֿאַרקויפֿן אים אין מאַרק און אויף דעם געלט זיך צו זאַט אָנעסן מיט זיסוואַרג. דער פּלאַן איז אָבער דורכגעפֿאַלן, און וואַסיאַ אַליין, ווי אַ שטראָף, האָט געמוזט זיך לערנען שפּילן טראָמבאָן אינעם בלאָז־אָרקעסטער פֿונעם קינדער־הויז. שפּעטער, ווען וואַסיאַ איז געשטעלט געוואָרן צום פּריזיוו, איז עס אים צו נוץ געקומען.

אײַזיק, דערהערט די פֿראַגע, מיט אַ בולטן קוועטש אויף „אײַך”, האָט אויף אַ רגע זיך פֿאַרהאַלטן מיטן ענטפֿער. ס׳איז קלאָר געווען, אַז געמיינט האָט וואַסיאַ נישט די גאַנצע ציווילע סאָוועטישע געזעלשאַפֿט, און אַפֿילו נישט די שאַפֿערישע אינטעליגענץ, נאָר בפֿירוש כײַמאָוויטשס פּערזענלעכן ייִדישן ייִחוס.

— אויב דו מיינסט, וואַסיאַ, מיט דײַן „אײַך” בײַ אונדז אין דער היים, — האָט ער געענטפֿערט מיט אַ בכּיוונדיקן קוועטש אויף „אונדז”, — עסט מען אַוודאי הרעטשענע קאַשע. אָבער אַ טעם האָט זי גאָר אַן אַנדערן…

— אַ ייִדישן? — האָט וואַסיאַ שוין פֿאַרפּינקטלעכט זײַן פֿראַגע.

אײַזיק, נישט אָפּרײַסנדיק דעם קאָפּ פֿון זײַן שיסעלע, האָט מיטן לעפֿל אַרויסגעקאַלופּעט פֿון דער קאַשע שוואַרצע פֿאַרקוילטע שטיקלעך גרויפּן.

— פֿאַרשטייט זיך. באַזונדערס האָב איך ליב מײַן מאַמעס וואַרניטשקעס מיט הרעטשענער קאַשע. באמת, אַן עכט ייִדיש מאכל.

זעט אויס, אַז וואַסיאַ האָט עפּעס נאָך געוואָלט זאָגן, אָבער פּאָפּאָוו האָט זיך אַרײַנגעמישט:

— גענוג צו פּלאַפּלען. שוין צײַט צו גיין אין קאַזאַרמע.

דאָס שטיקל פּוטער פֿונעם מאָגערן אַרמיייִשן ראַציאָן איז אַראָפּגעשלונגען געוואָרן, און דער ערשטער טאָג פֿון אײַזיק כײַמאָוויטשס מיליטער־פֿליכט האָט זיך אָנגעהויבן. צו זײַן „דעמבעל” איז אים געבליבן נאָך 364 טעג. דער ווערטער־אויסטויש אַרום דער „סאָלדאַטסקיע קאַשע” און דאָס דערמאָנען דער מאַמעס וואַרניטשקעס האָט פּלוצעם אויפֿגעוועקט אַ בענקשאַפֿט נאָך דער היים.

פֿאַר די כּמעט צען יאָר פֿון זײַן סטודענטשאַפֿט — צו ערשט אינעם מוזיק־טעכניקום, דערנאָך אין דער קאָנסערוואַטאָריע — האָט אײַזיק זיך שוין געהאַט צוגעוווינט צו זײַן זעלבשטענדיקן לעבנס־שטייגער. צי האָט ער געבענקט אַהיים? אפֿשר די ערשטע צײַט, נאָך גאָר אַ בחורל פֿון קנאַפּע פֿופֿצן יאָר; דאָס יוגנטווירבל, די טאָג־טעגלעכע לימודים און כּסדרדיקע אַקאַדעמישע קאָנצערטן און עקזאַמענס, און דער עיקר, שוין נאָך אַלע לעקציעס — דאָס פֿאַרשפּאַרן זיך אַליין אין אַ קלאַס און דרײַ־פֿיר שעה, ביז שפּעט אין אָוונט, „פֿידלען” און אײַנחזרן די נײַע פּראָגראַם, — האָבן נישט געלאָזט קיין אָרט פֿאַר בענקשאַפֿט. מיינט נישט, חלילה, אַז ס׳האָט נישט געקלעקט אויך צײַט און כּוח פֿאַר פֿריילעכע קערמישלעך, פֿרײַנד און מיידלעך. צוריק גערעדט, זײַנען די טאַטע־מאַמע אויך געווען נישט ווײַט, און פֿון מאָל צו מאָל, צי אויף סוף־וואָך, צי אויף די חגאָות פֿלעגט אײַזיק זיך אַרײַנכאַפּן אַהיים.

איצט, נאָך זײַן ערשטן סאָלדאַטסקיע פֿרישטיק, האָט אײַזיק פּלוצעם דערפֿילט ווי אָפּגעריסן ער איז געוואָרן פֿון יענעם לעבן, וואָס האָט נאָך מיט אַ וואָך פֿריִער אויסגעזען רוטיניש און סטאַביל, אָן שום אומדערוואַרטע ענדערונגען; ווען ס’האָט זיך געדאַכט, אַז אַלץ, וואָס עס קומט פֿאָר אַרום אים, וועט שוין אַזוי אָנגיין ווײַטער — טאָג אײַן, טאָג אויס, אַ יאָר נאָר אַ יאָר; און נאָר דאָס געפֿיל פֿון האַוועניש, האָט געטריבן צו רירן זיך, זיך באַוועגן אין דעם דאָזיקן אַרום… און נאָך: פֿון זײַן טאַטע־מאַמע, פֿון דער היים האָט ער שטענדיק געהערט, אַז ער, אײַזיק כײַמאָוויטש, „מוז אויף אַ קאָפּ זײַן העכער פֿון אַנדערע, כּדי צו זײַן מיט זיי גלײַך”. אָט די פּאַראַדאָקסאַלע פֿאָרמל פֿון „ייִדישער הצלחה”, אַרײַנגעקלאַפּט אים אין קאָפּ, האָט אײַזיקן געפֿירט פֿון קינדווײַז אָן און אים געבראַכט צו זײַן סאָלאָ־קאָנצערט בײַם פֿאַרענדיקן די קאָנסערוואַטאָריע.

דאָס אַלץ איז פֿאַרבליבן דאָרט, פֿון יענער זײַט שטיינערנעם צוים, אָדער ווי מע רופֿט עס פֿון דער זײַט — „ציווילקע”. וואָס וואַרט אים איצט? דאָ דאַרף ער אויך זײַן „אויף אַ קאָפּ העכער”? פֿון וועמען, פֿון זײַן קאָמאַנדיר, יעפֿרייטאָר פּאָפּאָוו? צי אפֿשר — פֿון וואַסיאַ טשעבאַן?.. יאָ, דער טאַטע וואָלט מסתּמא געשעפּט נחת פֿון זײַן זונס „סאָלדאַטסקיע אויסזען”. און די מאַמע? זי וואָלט אַוודאי געזיפֿצט: „”פֿון דעם עסן קאָן מען דען האָבן כּוח?”

די קלאַנגען פֿון אַ קלאַרנעט און וואַלדהאָרן האָבן זיך געטראָגן פֿון די דרײַ אָפֿענע פֿענצטער אויפֿן צווייטן שטאָק; פּונקט דאָרט האָט זיך געפֿונען די רעפּעטיציע־סטודיע פֿונעם בלאָז־אָרקעסטער. דער געניטער סטאַרשינאַ גובײַדולין פֿלעגט אין דער פֿרי זיך ביטער וויצלען: „אַז ס׳איז נישטאָ מיט וואָס זיך אויסניכטערן, בלײַבט נאָר צו בלאָזן”. זײַן פֿרײַנד און „פֿלעשל־שותּף”, סטאַרשינאַ קיצענקאָ, האָט דערבײַ נישט פֿאַרגעסן צוצוגעבן: „וויפֿל כ’זאָל אין מײַן קלאַרנעטל נישט בלאָזן, וועט קיין זויערע אוגערקע סײַ־ווי נישט אַרויס!”

די צוויי פֿרײַנד, גובײַדולין און קיצענקאָ, זײַנען געווען די עלטסטע צווישן די צען איבערטערמיניקע מוזיקאַנטן פֿון דעם בלאָז־אָרקעסטער בײַם N־סקי גאַרניזאָן ХУ 7631. שוין צעביטן דעם פֿופֿציקער, האָבן זיי געשטופּט די טעג און וואָכן, דערנענטערנדיק זיך צו זייער דעמיסיע. זייער גאַנץ לעבן האָבן זיי אָפּגעגעבן דער אַרמיי, אָנהייבנדיק דעם וועג ווי דערצויגלינגען, דערנאָך — טערמיניקע סאָלדאַטן און, נישט געפֿינענדיק זיך קיין אָרט אויף דער „ציווילקע”, ווי פֿעדיאַ זשוק, אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך צו דינען אינעם בלאָז־אָרקעסטער. יעדנפֿאַלס, האָט דער „אָפּמאַך” פֿאַרזיכערט יעדן פֿון זיי און זייערע פֿאַמיליעס מיט אַן „אַרמיייִשן פּאַיאָק”. אויף די עפּאָלעטן האָט זייער סטאַטוס פֿון אַן איבערטערמיניקן סאָלדאַט זיך אויסגעטיילט מיט אַ ברייטער געלער „ליטשקע” אין דער לענג — סטאַרשינאַ. דער גורל פֿון ס’רובֿ איבערטערמיניקע אינעם אָרקעסטער איז געווען אַן ענלעכער — זיי האָבן זיך פֿאַרלוירן אין די אומשטענדן פֿון אַ ציוויל לעבן.

דער מיליטערישער אָרקעסטער־רעפּערטואַר, וואָס איז באַשטאַנען פֿון אַ צענדליק מאַרשן, עטלעכע פּאָפּולערע וואַלסן און מאַזורקעס נאָך פֿון קייסערס צײַטן, האָט זיך אָפּגעזעצט אויפֿן סאַמע דנאָ פֿון זייער שאַרבן, און זיי האָבן אים אָפּגעהיט און געטראָגן איבערן גאַנצן לעבן ביז דער סאַמע פּענסיע. שפּעטער, שוין אינעם ציווילן לעבן, האָט מען די געוועזענע איבערטערמיניקע מוזיקאַנטן געקאָנט זען שפּילן אין די נעבעכדיקע גרופּקעס פֿון פֿיר־פֿינף מוזיקער, וואָס מע פֿלעגט זיי פֿאַרבעטן צו „באַדינען” די באַערדיקונג פֿון אַ פֿאַרשטאָרבענעם מלחמה־וועטעראַן, אָדער אַן אָפֿיצער אויף דעמיסיע פֿון אַן נידעריקן ראַנג. די פּאָר רובל, וואָס מע פֿלעגט זיי באַצאָלן פֿלעגן זיי בדרך־כּלל צוהאַלטן „אויף מאָרגן”, צו קויפֿן אַ פֿלעשל בראָנפֿן זיך אויצוניכטערן, ווײַל אויף די הזכּרה־מאָלצײַטן, די אַזוי גערופֿענע „פּאָמינקעס””, האָט קיין ביטערער טראָפּן נישט אויסגעפֿעלט.


  • דעמבעל — דעמאָביליזאַציע

המשך קומט