Boris Sandler

אַז דער פֿידל שווײַגט, פּויקט די פּויק (דריטער טייל)

When the Fiddle's Silent, You Can Hear the Drums (Part 3)

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

3. אין קאַזאַרמע

Yehuda Blum

די קאַזאַרמעס פֿון דער דיוויזיע, אָדער ווי מ׳האָט עס גערופֿן, גאַרניזאָן, האָבן זיך געפֿונעם אויף אַן אַנדער אָרט, נענטער צום צענטער פֿון דער שטאָט N, און אַהין זײַנען מאָיאָר פּאָסעסאָר, דער קאָמאַנדיר און דיריגענט פֿונעם בלאָז־אָרקעסטער מיטן פּריזיווניק אײַזיק כײַמאָוויטש געגאַנגען צופֿוס. דער מאַיאָר איז געווען נישט פֿון די שווײַגערס. ווי נאָר זיי האָבן פֿאַרלאָזט דעם שטאַב־טויער, האָט ער זיך אַ רײַב געטאָן בײַ אײַזיקס אַקסל און שטיל געזאָגט:

— איך ווייס, אַז דער פּאָלקאָווניק האָט וועגן דיר באַקומען אַ ספּעציעלן קלונג פֿון דאָרטן… — און פֿון זײַן פֿויסט איז אַרויסגעשפּרונגען און געבליבן אַ רגע שטעקן אין דער לופֿט זײַן קורצער אָנווײַז־פֿינגער, — קיין פּראָבלעמען וועסטו בײַ מיר נישט האָבן. בײַ אונדז זאָגט מען אַזוי: דער סאָלדאַט שלאָפֿט און זײַן דינסט גייט ווײַטער. אָבער דו דאַרפֿסט אויך נעמען אין באַטראַכט אונדזער ווירקלעכקייט. אַ פֿידל איז אין אַ בלאָז־אָרקעסטער דאָס זעלבע, וואָס אַ פֿליג אין אַ טאָפּ קאַשע. האָב איך אַ טראַכט געטאָן: אויפֿן פּלאַץ, בעת דער צעשטעלונג, וועסטו קלאַפּן אין גרויסן פּויק, אָבער אויף די עפֿנטלעכע קאָנצערטן, וואָס מיר געבן פֿון צײַט צו צײַט, וועסטו שפּילן אויף דײַן פֿידעלע סאָלאָ. ווי געפֿעלט דיר מײַן פּלאַן?

אײַזיק האָט אַרומגעכאַפּט זײַן פֿידל, אים צוגעדריקט צו אַ זײַט און איז נאָכגעלאָפֿן דעם מאַיאָר, אונטערשטעלנדיק אַן אויער, עפּעס זאָל, חלילה, נישט פֿאַרהערט ווערן. נישט געקוקט אויף זײַן הויכער בילדונג און אָנגעלייענטקייט, האָט אײַזיק פֿאָרט נישט אַלץ פֿאַרשטאַנען פֿון זײַן קאָמאַנדירס רייד, אָבער איבערצופֿרעגן אים האָט ער נישט געוואַגט. ער האָט אַוודאי געוווּסט, אַז אַ פּויק איז פּונקט אַזאַ וויכטיקער מוזיקאַלישער אינסטרומענט, ווי פֿידל, אָבער וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט ער, אײַזיק, צו אַ פּויק, אין וועלכן ער דאַרף קלאַפּן בעת דער „צעשטעלונג”, האָט ער דערװײַל נישט פֿאַרשטאַנען. פּונקט ווי ער האָט נישט פֿאַרשטאַנען, וואָס עס מיינט, דאָס וואָרט „צע­שטעלונג”. אויף אַ קול האָט ער געזאָגט:

— איר ווייסט בעסער, וואָס צו טאָן, חבֿר מאַיאָר.

— איך מיין אויך אַזוי: צוויי קעפּ איז גוט, נאָר מײַן קאָפּ איז בעסער. אַגבֿ, אויסער דער קאַזאַרמע קאָנסטו מיך רופֿן פּשוט יעפֿים אַרקאַדיעוויטש; מיר זײַנען דאָך קאָלעגן, איך האָב זיך געלערנט אויפֿן פֿאַקולטעט פֿון מיליטער־דיריגענטן בײַ דער מאָסקווער קאָנ­סער­וואַטאָריע. צו מאַכן אַ קאַריערע אין מילי­טער איז גאָר נישט קיין לײַכטער ענין, בפֿרט אַ מוזיקער — דעם העכסטן טשין וואָס איך קאָן דאָ באַקומען, האָב איך שוין דערגרייכט; ציט מען די ליאַמקע ביז דער פּענסיע… — ער האָט זיך ווידער אַ רײַב געטאָן בײַ אײַזיקס אַקסל און מיט אַ שטים, וואָס ס׳וואָלט געפּאַסט בײַם פֿאַרטרויען אַ סוד, אַ זאָג געטאָן: — דערצו בין איך אויך ווי דו… מײַן טאַטע איז געווען אַ ייִד, און די מאַמע אַ רוסישע. זי איז פֿרי גע­שטאָרבן, און דערצויגן האָט מיך מײַן שטיף־מוטער, יעלענאַ איזראַיִלאָוונאַ, פֿאַרשטייסט? אָבער דאָס דאַרף אויך בלײַבן צווישן אונדז, אויסער דער קאַזאַרמע…

מיט די ווערטער זײַנען זיי צוגעקומען צו אַ גרינעם אײַזערנעם טויער, וואָס איז באַשטאַנען פֿון צוויי טיילן. אויף יעדן פֿון די טיילן האָט זיך בולט אָנגעזען אַ רויטער פֿינף־שפּיציקער שטערן. דער דאָזיקער טויער אין מיטן דער גאַס „28סטער יוני” — די דאַטע, ווען די רויטע אַרמיי האָט אָפּגעכאַפּט בײַ רומעניע די פּראָווינץ בעסאַראַביע — האָט דערמאָנט מיט זײַן קעמפֿערישער פֿאַרשלאָסנקייט, אַז דער שליסל פֿון אים געפֿינט זיך אין זיכערע הענט.

אַרײַנגעגאַנגען זײַנען זיי דורך דעם קאָנ­טראָל־דורכלאָזפּונקט, וווּ דער סאָלדאַט מיט אַ רויט בענדל אויף דער לינקער האַנט האָט סאַ­לוטירט דעם מאַיאָר און אויף אײַזיקן גע­פֿרעגט, ווער איז דער פּאַרשוין.

— נישט סתּם אַ פּאַרשוין, נאָר אונדזער נײַער מוזיקאַנט, — האָט קורץ געענטפֿערט דער מאַיאָר.

דעמאָלט האָב איך נאָך, אַוודאי, נישט געקאָנט וויסן, אַז אין דער בודע, מיטן לאַנגן נאָמען „קאָנטראָל־דורכלאָזפּונקט נומער 1” וועט מיר אויסקומען צו שטיין אין קאַראַול נישט איין נאַכט. — די חבֿרה זײַנען אין אָרקעסטער פּשוטע, — האָט דער מאַיאָר אויסגענוצט די לעצטע מינוטן פֿון דעם וועג צו דער קאַזאַרמע, — קיין קאָנסערוואַטאָריעס האָבן זיי נישט פֿאַרענדיקט, דאַרפֿסטו פֿאַרשטיין, אַז ס׳וועט פֿאַר דיר זײַן בעסער זיך אויפֿצופֿירן באַשיידן… דאָ איז נישט דאָרט, — און ער האָט אַ וווּנק געטאָן מיטן קאָפּ צו יענער זײַט אײַזערנעם טויער, ווי באַשטעטיקט דערמיט דעם גרויסן אונטערשייד. דער מאַיאָר האָט מיט אַ מאָל פֿאַרגיכערט זײַן שפּאַן און זיך אָפּגעטיילט פֿונעם פּריזיווניק כײַמאָוויטש, האַלטנדיק אַ דיסטאַנץ; אַזוי זײַנען זיי אַרײַנגעגאַנגען אינעם בנין. כּמעט גלײַך פֿון דער טיר האָבן געפֿירט אַרויף שטײַלע טרעפּ, קוים באַלויכטן מיט אַ שוואַך עלעקטריש לעמפּעלע אויף דער סטעליע. דער מאַיאָר איז נאָך געהאַט געווען אין מיטן די טרעפּ, ווען פֿון אויבן האָט זיך שוין געהערט די קאָמאַנדע „סמירנאָ!” — אַ הייזעריקע שטים האָט אָנגעהויבן ראַפּאָרטירן, אָבער דעם מאַיאָרס קאָמאַנדע „וואָלנאָ! פֿרײַ!” — האָט עס איבערגעריסן.

איך האָב זיך דערווײַל אויפֿגעהויבן אויף די טרעפּ, אומקוקנדיק זיך אויף די פֿאַרשמוציקטע ווענט, נישט אויסצושמירן מײַן מאַנטל, און זיך צוגעהערט צו די קורצע קאָמאַנדעס, וואָס האָבן געקלונגען פֿאַר מיר פֿרעמד, אַפֿילו אָפּשרעקעוודיק. ס׳האָט זיך געוואָלט זיך לאָזן צוריק, טרעפּ־אַראָפּ. נאָר מײַנע פֿיס… זיי האָבן מיך עקשנותדיק געפֿירט אַרויף. אויבן, אויפֿן לעצטן טרעפּל, צו וועלכן עס איז מיר גע­בליבן צו מאַכן נאָך דרײַ־פֿיר שפּאַן, האָבן מיר פֿאַרשטעלט דעם וועג צוויי סאָלדאַטן. אין איין מאָמענט האָבן זיי זיך אויסגעדרייט צו מיר מיט דער פּלייצע, זיך אָנגעבויגן, אָנשטעלנדיק אויף מיר זייערע מאָגערע הינטנס, און נאָך דער קאָמאַנדע „פּלי!” — האָט זיך דערהערט אַ טאָפּלטער פֿאָרץ. אַ רגע האָט זיך אין דער שטיל געטראָגן אַן אָפּהילך, באַגלייט מיט קנוילן טאַבאַק־רויך, און תּיכּף נאָך דעם האָט אויסגעבראָכן אַ הירזשענדיקער געלעכטער. עמעצער האָט אויסגעשריִען: 

— נו, סאָנאַטשיק, קאָנסט אפֿשר אָנרופֿן די נאָטע?

— אין קאָנסערוואַטאָריע לערנט מען זיי לויט אַן אַנדער קאַמערטאָן! 

איך בין געשטאַנען, האַלטנדיק זיך בײַ דער פּאָרענטש, געפּלעפֿט פֿון דעם אומדערוואַרטן אויפֿנעם, און, מסתּמא מער אויטאָמאַטיש, ווי באַוווּסטזיניק געענטפֿערט:

— עס האָבן זיך געהערט צוויי נאָטן: סי בעמאָל און דאָ דיעז.

אַזאַ שיטה זיך צו פֿאַרווײַלן אין די איבער­רײַסן צווישן די רעפּעטיציעס איז געווען אַ טייל פֿונעם אָרקעסטערס טאָג־טעגלעכקייט. עס האָט געהייסן בײַ זיי, „פֿאָרץ־סאָלפֿעדזשיאָ”. די מוזיקער פֿלעגן זיך צונויפֿנעמען אויף דעם טרעפּ-פּלעצל צו רייכערן, און דאָרט איז שוין די אַטראַקציע פֿאָרגעקומען; עס האָט אַפֿילו אויסגעזען ווי אַ מין קאָנקורס — ווער ס׳וועט שטאַרקער אַרויסלאָזן דעם קלאַנג, און ווער ס׳וועט אים פּינקטלעכער אָנרופֿן. צום סוף פֿון דעם לאָקאַלן מוזיקאַלישן פֿאַרמעסט פֿלעגן אַלע באַטייליקטע זיך אויסשטעלן אין אַ שורה, פֿאַררײַסנדיק זייערע הינטנס, און אויסשיסן אַ „פֿײַערלעכן זאַלפּ”. צו מאָל האָט עמעצער פֿון די רייכערער גראָד אין דעם מאָמענט אַ וואָרף געטאָן אַנטקעגן דעם „זאַלפּ” אַן אָנגעצונדן שוועבעלע. אַ קורצער פֿלאַמבליץ האָט דורכ­געשניטן די שורה „קאָנקורסאַנטן” און זיי גע­צוווּנגען אויפֿצושפּרינגען. 

אָבער צו זײַן אַן עדות צו דעם און צו מאָל זיך אין דעם באַטייליקן איז מיר אויסגעקומען שפּעטער; אין יענעם ערשטן טאָג פֿון מײַן דינסט בין איך נאָך געשטאַנען אָנגעטאָן אין מײַנע ציווילע בגדים, און דער מאַיאָר פּאָסעסאָר האָט מיך פֿאָרגעשטעלט די מוזיקאַנטן פֿונעם בלאָז־אָרקעסטער. באַלד נאָך דעם האָט ער געהייסן דעם פּראַפּאָרשטשיק, מיטן נאָמען קריוואָמאַז, צוגיין אין „קאַפּטיאָרקע” און אָנטאָן מיך, לויטן אוסטאַוו.

— אַניט וועט מען נאָך מיינען, — האָט ער ערנסט צוגעגעבן, — אַז מיר באַהאַלטן דאָ אויס אַן אַמעריקאַנער שפּיאָן.

אַלע האָבן זיך צעלאַכט; נאָר דער פּראַפּאָר­שטשיק קריוואָמאַז האָט מיך שטרענג אָפּגע­מאָסטן מיט זײַן בליק פֿון קאָפּ ביז די פֿיס און געפֿרעגט:

— איין און פֿערציק?

איך האָב נישט פֿאַרשטאַנען זײַן פֿראַגע און אַ צעמישטער איבערגעפֿרעגט: „וואָס, איין און פֿערציק?”

— שטיוול — איין און פֿערציק?

אין מײַן לעבן האָב איך קיין שטיוול נישט געטראָגן, אָבער דאָך — אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ אויף „יאָ”.

— הייסט עס, צוויי און פֿערציק! — האָט געמאַכט זײַן חשבון דער פּראַפּאָרשטשיק קרי­וואָמאַז, און זיך געלאָזט אין דער „קאַפּטיאָרקע”…

דער וואָקאַבולאַר פֿונעם פּריזיווניק כײַ­מאָוויטש האָט געהאַלטן אין איין באַרײַכערן זיך, אָבער די נײַע ווערטער האָבן זיך דערווײַל אָפּגעזעצט אין זײַן זכּרון אָן אַ דערקלערונג. נאָכן הויך־סאַלוטירנדיקן אויפֿנעם האָט ער געפֿילט, אַז דערווײַל איז נאָך נישט געקומען די צײַט פֿון שטעלן פֿראַגעס און זוכן ענטפֿערס. זײַן מוזיקאַלישע דערפֿאַרונג האָט אים געלערנט, אַז בײַם שפּילן אין אַן אָרקעסטער, מוז מען פֿאַרגעסן, אַז דו ביסט אַ סאָליסט. דער הויפּט־פּרינציפּ איז — זיך צונויפֿגיסן מיט אַנדערע אינסטרומענטן אין איין אַנסאַמבל — נישט אויסטיילן זיך.

כּל־זמן דער פּראָפּאָרשטשיק קריוואָמאַז האָט אויסגעפֿירט דעם מאַיאָרס באַפֿעל, האָט זיך אינעם געראַמען צימער, וווּ ס׳איז פֿאָרגעקומען די ערשטע באַקאַנטשאַפֿט מיטן נײַעם מוזיקאַנט, באַמערקט אַ מאָדנע וואַקלעניש, וואָס האָט זיך אויסגעדריקט מיט שטילע וווּנקען איינער צום אַנדערן און איבערשושקעניש, צושאָקלען מיטן קאָפּ, זיך גריבלען אין די קעשענעס, זיך רײַבן צופֿרידן די הענט, און יעדעס מאָל וואַרפֿן וואַרטנדיקע בליקן צום טיש, וווּ ס׳איז געזעסן דער מאַיאָר איבער אַ פּאַק פּאַפּירן. ער האָט עפּעס איבערגעקוקט, עפּעס אונטערגעשריבן, אַוועקגעלייגט אין אַ זײַט און דערנאָך עס באַ­האַלטן אינעם טישקעסטל. ענדלעך, האָט דער מאַיאָר דעם גאַנצן פּאַק אַרײַנגעשטופּט אין דער אײַזערנער שאַפֿע, וואָס איז געשטאַנען צוגערוקט צו דער וואַנט הינטער זײַן פּלייצע, פֿאַרשלאָסן דאָס טירל און אַ קוק געטאָן אַרום זיך, ווי ביז אַהער וואָלט דאָ קיינער נישט געווען.

— וואָס זשע וואַרט איר? — האָט ער געפֿרעגט מיט אַ פֿאַרוווּנדערונג, — מע דאַרף דאָך דעם גרינעם אַרומוואַשן, אָפּשווענקען פֿון אים די ציוויל־בלאָטע.

אין די ווערטער פֿונעם מאַיאָר האָט זיך נישט געהערט קיין קאָמאַנדע, אָבער זיי זײַנען קלאָר און פֿאַרשטענדלעך געווען יעדן איינעם. די שטילע אומזיכערע וואַקלעניש האָט זיך באַלד אויסגעלאָזט אין קאָנקרעטע מעשׂים, ווי ס׳פּאַסט פֿאַר אַ גוט צונויפֿגעשפּילטן אָר­קעסטער נאָך דעם, ווי דער דיריגענט הייבט אויף זײַן שטעקעלע. יעדער ווייסט, וואָס ער דאַרף שפּילן און טוט עס מיט לײַב־און־נפֿש. דעם אַלגעמיינעם טאָן האָבן די מיליטער־מוזיקאַנטן אויפֿגעכאַפּט ריכטיק — איינער האָט איבערגעגעבן דעם אַנדערן: „רובטשיק… רובטשיק… רובטשיק…” ווען ס׳איז געקומען צו אײַזיקן, האָט ער אַרויסגעשלעפּט פֿון זײַן מאַנטל די פֿינף רובל, אָפּגעשפּאָרטע פֿון דער יאַזדע, און זיי שעמעוודיק דערלאַנגט דעם סטאַרשינאַ גובײַדולין. 

— אַ גוטער פּאָטשאַטיק פֿאַר אַ גרינעם! — האָבן זײַנע קאָסע צעשטעלטע אויגן אויפֿן ברייטן פּנים אַ גלאַנץ געטאָן, — צוויי פֿלעשלעך האַלב־ליטראָווקעס, ווי איך בין אַ טאָטער!

דער סיגנאַל „רובטשיק” — אַ רובל, האָט ווי אַ שלאַכט־פּאַראָל, געלאָזט וויסן, אַז ס׳איז געקומען די שעה, ווען יעדער איינער אינעם אָרקעסטער דאַרף זיך מאָביליזירן און זיך צושליסן צו דעם אַלגעמיינעם ענין, וואָס פֿאַראייניקט זיי אַלעמען אין איין וויכטיקן באַגריף — מיליטערישע ברודערשאַפֿט. ווי ס׳איז געווען צו זען, איז די געאייניקייט און איבערגעגעבנקייט דעם אַלגעמיינעם ענין, געווען אַזוי פֿעסט צונויפֿגעשלאָגן, אַז ס׳האָט נישט גענומען קיין פֿינף מינוט, ווי צום שפּײַזקראָם, פֿון יענער זײַן טויער, אַקוראַט אַנטקעגן די קאַזאַרמעס, איז געשיקט געוואָרן אַ סאָלדאַט מיט אַ גרויסן ליידיקן פֿוטליאָר פֿון אַ טובע. דער מוזיקאַלישער אינסטרומענט, טובע, שוין צוגעוווינט, אַפּנים, צו איר בידנער דאָליע, איז געשטאַנען, עלנט פֿאַררוקט אין אַ ווינקל פֿונעם רעפּעטיציע־זאַל, ווי אַ געשטראָפֿטע פֿאַר איר מגושמדיקייט און אומגעלומפּערטקייט.

בראָנפֿן, האָט מען אין דער אַרמיי געוווּסט, איז דער גרעסטער שׂונא פֿונעם סאָלדאַט; אָבער אַ רוסישער סאָלדאַט האָט נישט מורא פֿאַרן שׂונא. אין יענעם אָוונט איז דער פּריזיווניק אײַזיק כײַמאָוויטש „אַרומגעוואַשן” געוואָרן פֿון קאָפּ ביז די פֿיס. ווי גרויס דער טובע־פֿוטליאַר זאָל נישט געווען זײַן פֿאַר דעם טוץ פֿלעשער בראָנפֿן, האָט עס דאָך נישט געקאָנט לעשן דעם דורשט פֿונעם צונויפֿגעשפּילטן קאָלעקטיוו פֿון מיליטערישע מוזיקאַנטן. גאָר אין גיכן האָט זיך נאָכאַמאָל דערהערט דער באַקאַנטער פּאַראָל — „רובטשיק!..” — און אַ סאָלדאַט איז ווידער געשיקט געוואָרן אויפֿן זעלבן אַדרעס, קוים שלעפּנדיק נאָך זיך דעם שוואַרצן טובע־פֿוטליאַר. אויפֿן קאָנטראָלפּונקט האָט דער דעזשור־אָפֿיצער באַמערקט צו אים מיט אַ שמייכל:

— הײַנט, זע איך, האָט איר אַ שווערע רעפּע­טיציע.

— יאָ, — האָט זיך דער סאָלדאַט נישט פֿאַרלוירן, — מע באַקענט דעם נײַעם מוזיקאַנט מיטן רעפּערטואַר פֿונעם אָרקעסטער…

אויפֿגעכאַפּט האָב איך זיך אין מיטן דער נאַכט פֿון אַ האַרצרײַסנדיקן געשריי, וואָס האָט זיך געטראָגן פֿון יענער זײַט טיר. פֿאַרקלאַפּט און פֿאַרשמירט די שויבן מיט ווײַסער פֿאַרב, האָט די דאָזיקע טיר אָפּגעטיילט דעם שטח, וווּ ס׳האָט זיך געפֿונען דער אָרקעסטער פֿון דער „גרויסער קאַזאַרמע”. אַ קאַלעמוטנע, בלייכע שײַן האָט אַרײַנגעקוקט אינעם צימער, וואָס די לופֿט איז דאָ אָנגעזעטיקט געווען מיט אַ האַרבן גערוך פֿון זויערע גרעפּצן, הילכיק אַרויסגעבראַכט פֿון די מאָגן־טיפֿענישן, צעבלאָזן פֿון בראָנפֿן און אָנגעשטאָפּט מיט ביליקע פּאָטראַוועס. זיי האָבן זיך אָפּגערופֿן אין מײַן מוח, ווי אַ דערמאָנונג פֿון דער נעכטיקער הוליאַנקע, וווּ פֿאַר יעדער זאַך פֿון מײַן נײַעם אַרמיייִשן גאַרדעראָב, אַרײַנגערעכנט די אָני­טשעס, האָט געמוזט אויסגעטרונקען ווערן אַ באַזונדער גלעזל.

איך האָב געפּרוּווט זיך אונטערהייבן, זיך אַרומקוקן און אפֿשר פֿאַרשטיין, וווּ איך געפֿין זיך איצט; אָבער דער קאָפּ האָט זיך מיר פֿאַרדרייט, אַרויסוואַרפֿנדיק פֿונעם זכּרון, ווי שפּילקאָרטן פֿונעם טעשל, בילדלעך פֿונעם איבערגעלעבטן טאָג: דער פּלאַץ מיט די פּריזיווניקעס, דאָס צו­געפּלעטשט פּנימל פֿונעם בייזן יעפֿרייטאָר, דער קאַפּיטאַן מיטן אויסגעשטרעקטן ברוינעם קאָנ­ווערט, דער טאַקסיסט, פּאָלקאָווניק, מאַיאָר, סטאַרטשענדיקע הינטנס, רויטע צורות, פֿאַר­גאָסענע אויגן, צעפֿלאָסענע ליפּן… דאָס אַלץ האָט זיך משונה־ווילד געדרייט אין אַ ווירבל, פֿאַר­שלעפּט מיך אַלץ גיכער און גיכער און, סוף־כּל־סוף, אַרײַנגעוואָרפֿן מיט כּוח אין אַ מין שוואַרצן קאַסטן, וואָס אין לעצטן מאָמענט האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז דער באַקאַנטער פֿוטליאַר פֿון דער טובע… אַ קלאַפּ… דאָס דעקל פֿונעם פֿוטליאָר האָט זיך פֿאַרמאַכט… און דאָ האָב איך ווידער דערהערט אַ געשריי, אָבער שוין בײַם סאַמע אויער: „פּאַד־יאָם!”

די קאָמאַנדע „פּאַדיאָם”, וואָס מיינט, „אויפֿ­שטיין”, איז מיר בפֿירוש באַקאַנט געווען נאָך פֿון מײַנע קינדער־יאָרן. מײַן טאַטע, ווי אַן עכטער מלחמה־וועטעראַן, האָט עס צו מאָל געלאָזט אין גאַנג פֿאַר דעם זעלבן צוועק — מיך אויפֿצוהייבן פֿונעם געלעגער, בפֿרט אין די זונטיקן, ווען מ׳האָט געקאָנט זיך וואַלגערן אין בעט אַ ביסל מער. נישט געקוקט דערויף, וואָס דעם טאַטנס „פּאַדיאָם” האָט געקלונגען ווייך, אַפֿילו מיט אַ באַהאַלטענעם שמייכל אין קול, ווי אַ ווײַטער עכאָ פֿון זײַנע שטורמישע צײַטן, איז עס דער מאַמען גענוג געווען, זי זאָל אים באַלד אָפּהאַקן: — פֿאַרגעס שוין אין דײַנע סאָלדאַטסקיע שטיק! 

— וואָס איז?! — האָט דער טאַטע זיך תּיכּף אָנגעצונדן, ווי מע וואָלט, חלילה, אָנגערירט זײַן כּבֿוד, — אַ בחור איז נישט קיין מויד, ער דאַרף פֿאַרשטיין מיליטערישע קאָמאַנדעס!

דאָס אומבאַקאַנט קול, אַ שטאַרקס און אַ זיכערס, האָט מיך אונטערגעוואָרפֿן פֿונעם גע­לע­גער און כ׳בין געבליבן זיצן אויפֿן עק בעטל. מײַנע באָרוועסע פֿיס האָבן געזוכט אַן אָנשפּאַר, זיך צו שטעלן אויף אַ פֿעסטן באָדן, אָבער אים נישט געפֿונען. כ׳האָב אַראָפּגעקוקט און דערזען, ווי זיי באָמבלען זיך אין דער לופֿטן. פֿון אונטן אַרויף האָט אויף מיר געקוקט דאָס שמייכלענדיקע פּנים פֿון מײַן נײַעם חבֿר קאָליאַ פּאָפּאָוו. זײַנע ציגל־רויטע פּאָגאָנעס האָט איבערגעשניטן פּאָפּעריק דאָס שמאָלע, געלע יעפֿרייטאָר־פּאַסיקל, וואָס האָט אים טאַקע געגעבן דאָס רעכט מיך אויפֿצוּוועקן אויף אַזאַ קאָמאַנ­דירסקיע אופֿן.

— כ׳זע, ס׳איז דיר פֿריִער נישט אויסגעקומען צו שלאָפֿן אַזוי הויך?

די אײַזערנע בעט, וווּ כ׳בין איבערגעשלאָפֿן די ערשטע נאַכט פֿון מײַן דינסט, איז געשטאַנען מיט אירע פֿיר דינע פֿיסלעך אויף דעם בעטל אונטער מיר. כ׳האָב זיך פּלוצעם דערפֿילט אין דעם מצבֿ פֿון אַ קלאָון אין צירק, וואָס איז אַרויפֿגעקראָכן אויף די אַקסלען פֿון אַ צווייטן קלאָון, און ווייסט נישט, וואָס צו טאָן ווײַטער. קאָליאַ איז מיר געקומען צו הילף, אָנווײַזנדיק דעם וועג אַראָפּ.

— איצט איז עס דײַן געלעגער, — האָט ער מיך אינסטרוקטירט, — אַזוי אַז געוווין זיך צו, סאָלדאַט כײַמאָוויטש.

אַ בלאָנדער, מיט צוויי רויטע בעקעלעך אויפֿן ווײַסן פּנים, בלויע אויגן און אַ קורנאָסע נאָז, קינדיש באַשאָטן מיט זון־שפּרענקלעך, איז פּאָפּאָוו, ווי אַרויס פֿון די באַקאַנטע אילוס­טראַציעס צו רוסישע פֿאָלקס־מעשׂהלעך. אינעם אָרקעסטער האָט ער געשפּילט וואַלדהאָרן און שוין געדינט דאָס צווייטע יאָר. ער איז געווען דער קאָמאַנדיר איבער די דרײַ סאָלדאַטן און צוויי „דערצויגלינגען”, אַנדערש געזאָגט, צוויי ייִנגלעך פֿון פֿערצן, פֿופֿצן יאָר, וואָס די אַרמיי האָט זיי אויסגעהאַלטן ביז ס׳וועט קומען זייער צײַט זיך צו שטעלן צום פּריזיוו. פּאָפּאָוו, אַליין געקומען פֿון די דערצויגלינגען, האָט זייער שטאָלצירט מיט זײַן „ליטשקע” און אַמט, און האָט זיך געהאַלטן ווי אַן עכטער „גרײַז”.

ער איז געשטאַנען איצט לעבן זײַן נײַעם סאָלדאַט, די הענט פֿאַרלייגט אויף די קריזשעס, און געקוקט ווי דער „גרינער”, אָדער „סאַלאַגאַ”, ווי עס קלינגט אויפֿן אַרמיייִשן זשאַרגאָן, פּרוּווט אַרומצוּוויקלען אַרום דעם פֿוס דאָס ווײַסע, פֿירעקיקע שטיק שטאָף, מיטן מאָדנעם נאָמען „אָנעטשע”. בײַ זײַן גאַנצן נישט־וויסן און אומבאַהאָלפֿנקייט, וואָס שייך זײַן נײַעם סטאַטוס, האָט אײַזיק, אַוודאי, געהערט וועגן „אָניטשעס” און זייער אָרט אינעם לעבן פֿון אַ רוסישן סאָלדאַט. דער פּרימיטיווער בגד פֿון דעם באַשיידענעם אַרמיייִשן גאַרדעראָב, איז געווען אַ פֿאַרשפּרייטע טעמע בײַם אויס­לאַכן די אומגעלומפּערטקייט פֿון אַ פֿריש־אָפּגעבאַקענעם סאָלדאַט. אײַזיק אַליין האָט עס נישט איין מאָל געזען אין קינאָ און זיך געקאַטשעט פֿאַר געלעכטער, קוקנדיק ווי דער שלימזל מיטן נאָמען מאַקסים פּרעפּעליצע „קעמפֿט” מיט זײַנע אָניטשעס.

— צו זײַן אַ סאָלדאַט, — האָט יעפֿרייטאָר פּאָפּאָוו געלערנט שׂכל זײַן נײַעם חבֿר, — איז נישט קיין קלענערע קונסט, ווי שפּילן פֿידל. דרײַ הויפּטזאַכן דאַרף שטענדיק געדענקען יעדער סאָלדאַט: ערשטנס, קיין באַפֿעל ווערט נישט באַהאַנדלט, נאָר אויסגעפֿירט; צווייטנס, נישט אויס­טיילן זיך פֿון דער מאַסע, און דריטנס, נישט פּרוּוון זײַן קלינגער, ווי דער קאָמאַנדיר…

בשעת יעפֿרייטאָר פּאָפּאָוו האָט געהאַלטן זײַן פֿרימאָרגנדיקע לעקציע, ווי אַן אַרײַנפֿיר צום „קורס פֿאַר יונגע סאָלדאַטן”, האָט דער רעקרוט אַליין, שוין אַ פֿאַרשוויצטער, נאָך אַלץ זיך געפּאָרעט בײַ זײַן רעכטן פֿוס, וואָס האָט זיך נישט געלאָזט אַרומגעוויקלט צו ווערן מיט דער אָניטשע. 

— סאָלדאַט כײַמאָוויטש, — האָבן זיך אין פּאָפּאָווס קול פֿעסטער געהערט די קאָ­מאַנדירסקיע אינטאָנאַציעס, — איר האָט אַלץ פֿאַרשטאַנען?

אײַזיק, פֿאַרטאָן אין זײַן אייגענעם „קאַמף” מיטן נײַעם בגד, האָט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ און איז אָפּגעקומען מיט עפּעס אַ „יאָ”.

— איך פֿרעג ווידער, — האָט שוין העכער, מיט מעש פֿון אַ וואַלדהאָרן, זיך געהערט פּאָפּאָווס קול, — איר האָט אַלץ פֿאַרשטאַנען?!

אײַזיק, וואָס זײַן מוזיקאַלישער געהער האָט זייער פֿילעוודיק אויפֿגעכאַפּט דעם מינדסטן בײַט פֿון קלאַנג־ניואַנסן, איז אַ רגע געזעסן, ווי פֿאַרגליווערט, מיט דער אָנעטשע אין דער האַנט. מיט אַ מאָל האָט ער זיך דערמאָנט, וווּ ער געפֿינט זיך און ווער עס שטייט פֿאַר אים. ער איז אויפֿגעשפּרונגען, זײַענדיק גרייט שוין אויס­צושיסן דעם געהעריקן ענטפֿער, געבראַכט פֿון זײַן ציוויל־לעבן: „טאַק טאָטשנאָ…” — אָבער מיטן קאָפּ האָט ער פֿאַרטשעפּעט דאָס אייבערשטע בעטל, פֿון וועלכן ער איז פֿריִער קוים אַראָפּגעקראָכן. גראָד אין דעם מאָמענט איז אין דער קאַזאַרמע אַרײַנגעגאַנגען דער איבע­ריקער טייל פֿון דעם „פּערזענלעכן באַ­שטאַנד”, מיט וועלכן עס האָט קאָמאַנדעוועט יעפֿרייטאָר קאָליאַ פּאָפּאָוו.