Boris Sandler

וווּהין איז אַנטלאָפֿן „בום־בום‟?

Where Did Boom-Boom Go?

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

אין תּוך פֿון דער געשיכטע ליגט אַ לעכל — נישט אין אַ זאָק, למשל, אָדער אין אַ פּלויט, אונטערצוקוקן, וואָס עס קומט פֿאָר בײַ די שכנים אין הויף; נאָר אַ לעכל אין אַ פּויק, וואָס צוליב דעם איז שיִער נישט פֿאַרשטערט געוואָרן אַ משפּחה־שׂימחה.

אין די מיט 1950ער האָט מײַן פֿעטער איזיע חתונה געהאַט מיט מײַן מומע פּאָליע. נאָך אַזאַ מלחמה און שחיטה אויף ייִדן האָט די צאָל קרובֿים געקלעקט אויף איין זשמעניע, און צו מאָל דאָס אויך נישט. פֿונעם חתנס צד, האָט מײַן זיידע געהאַט אַ שוועסטער אין טשערנאָוויץ, וואָס האָט געפֿירט מיט מײַן באָבען אַ רוגז נאָך פֿון פֿאַר דער מלחמה; און די באָבע אַליין האָט געהאַט צוויי ברידער. פֿון דער כּלהס צד איז געווען נאָר איר מאַמע. כּמעט די גאַנצע משפּחה איז פֿאַרברענט געוואָרן אינעם פֿײַער פֿון דער מלחמה; זיי ביידע, אָבער, האָבן געהאַט מזל. וואָס זשע? דער מומע פּאָליעס טאַטע איז געווען אַ פֿאַרמעגלעכער ייִד, האָט מען אים, בשעת די סאָוועטן זײַנען אין 1940 אַרײַנגעקומען אין בעסאַראַביע, באַלד אַרעסטירט — און אַ סוף. זײַן פֿרוי מיט דרײַ קינדער האָט מען פֿאַרשיקט ווײַט אויף צפֿון; דאָס נײַע היימלאַנד איז דאָך געווען ריזיק־גרויס אין אַלע עקן. די צוויי קלענערע קינדער זײַנען שוין אין יענער אייביק פֿאַרפֿרוירענער ערד געבליבן ליגן, און די מומע פּאָליע מיט איר מאַמען האָט מען נאָך סטאַלינס טויט דערלויבט זיך אומצוקערן אין די מקומות, פֿון וואַנען מ’האָט זיי „אויפֿגעהויבן‟.

האָט דער זיידע געזאָגט: „מיר איז גענוג מע זאָל שטעלן אַ חופּה מיט לעקעך און בראָנפֿן.‟ מײַן פֿעטער האָט עס שטיל אויסגעהערט און אויף אַ קול געזאָגט: „די וועלט וועט עס נישט פֿאַרשטיין!‟ דער זיידע האָט זיך, אַפּנים, פֿונעם זונס ווערטער נישט זייער איבערגענומען, ווײַל ער האָט געענטפֿערט: „וואָס דײַן וועלט האָט די ווערט, ווייס איך שוין… צוריק גערעדט, טוט וואָס איר ווילט, אָבער אַ חופּה זאָל מען שטעלן!‟ — און ער האָט שוין מער קיין וואָרט נישט פֿאַרלוירן.

די רשימה געסט האָבן צונויפֿגעשטעלט די באָבע מיט מײַן מאַמע. אַ צעטל פֿאַרבעטענע פֿרײַנד און מיטאַרבעטער האָט זיי דערלאַנגט דער פֿעטער; צווישן זיי זײַנען אַרײַן אויך צוויי חבֿרטעס דער מומע פּאָליעס און איר מאַמעס אַ שוועסטערקינד, וואָס האָט געוווינט אין לעמבערג, און ס’איז נישט קלאָר געווען, צי ער וועט בכלל קומען.

ס’רובֿ פֿון דער באָבע־מאַמעס רשימה — בײַ אַ מאה געסט — זײַנען געווען אונדזערע שכנים. מיט זיי האָט מען זיך געזען יעדן טאָג, און, נישט געקוקט אויף די פּלויטן און פּלייטלעך, וועלכע האָבן אָפּגעטיילט איין הויף פֿון אַן אַנדערן, האָט יעדער שכן גוט געוווּסט, וואָס מע רעדט בײַ אַ צווייטן אין שטוב. דער „שוואַרצער טעלער‟־רעפּראָדוקטאָר, וואָס איז געהאָנגען אויף אַ וואַנט אין יעדער שטוב, האָט טאַקע איבערגעגעבן די זעלבע נײַעס און לידער פֿאַר אַלעמען, נאָר דערנענטערט האָט די מענטשן זייער טאָג־טעגלעכע זאָרג און נויט. אַז כּסדר האָט עפּעס אויסגעפֿעלט אין שטוב, איז מען געלאָפֿן צו די שכנים. זיי וועלן שוין אַרויסהעלפֿן — אַנטלײַען אַן איי, אַ ביסל בוימל, עסיק, אַ טעפּל פּאַפּשוימעל, עטלעכע קאַרטאָפֿליעס, אַ ציבעלע, אַ פּאָר ציינדלעך קנאָבל און אַנדערע קלייניקײטן, וואָס אַ באַלעבאָסטע כאַפּט זיך, אַז עס פֿעלט איר צום קאָכן… אַוודאי, וועט מען מאָרגן־איבערמאָרגן אַלץ אומקערן, אָבער הײַנט פֿאַרשפּאָרט מען אַ וועג אין מאַרק. און ווי די צײַט זאָל נישט געווען אונטעריאָגן, אַז מ’איז שוין געקומען עפּעס אַנטלײַען, טיילט מען זיך מיט אַן אייגענער נײַעס, וואָס פֿון קיין שום „שוואַרצן טעלער‟ קען מען עס נישט הערן. די „ווײַבערישע נײַעס‟ להיפּוך צו די נײַעס, וואָס עס פֿלעגט איבערגעבן די אינפֿאָרמאַציע־אַגענטור, האָבן געהאַט אַ גרויסע מעלה — ס’איז געווען הוילער אמת; און דער דאָזיקער אמת איז זיך צעפֿלויגן איבער דער גאַנצער שטאָט בליץ־שנעל. גאָר אין גיכן האָט מען אויף דער צענטראַלער שפּאַציר־גאַס אַרומגערעדט אַלע פּרטים פֿון מײַן פֿעטערס חתונה, וואָס ער אַליין האָט נאָך, דאַכט זיך, נישט געוווּסט.

מײַן פֿעטער איזיע, נישט געקוקט אויף זײַן יונגן עלטער, איז געווען אין אונדזער שטאָט דער בעסטער פֿאָטאָגראַף. ס’איז נישט געווען קיין חתן־כּלה, וואָס זאָלן נישט געווען פֿאַראייביקן דעם גליקלעכן מאָמענט פֿון זייער לעבן אין זײַן „פֿאָטאָ־אַטעליע‟; אַדער אַ מאַמע, וואָס וואָלט נישט געבראַכט צו פֿאָטאָגראַפֿירן איר קינד צו זײַן ערשטן געבוירן־יאָר; אַ מלחמה־וועטעראַן, ערשט באַלוינט מיט אַ נײַעם מעדאַל; גאַנצע משפּחות — צו מאַכן אַ בילד לכּבֿוד אַ קײַלעכדיקער דאַטע… די „פֿאָטאָ־אַטעליע‟ האָט זיך דאָך אויך געפֿונען אויף דער צענטראַלער גאַס, איז עס שטענדיק געווען פֿול געפּאַקט מיט קליענטן. יאָ, ס’איז מסתּמא נישט געווען אַזאַ פֿאַמיליע־אַלבאָם, וווּ עס וואָלט זיך נישט געפֿונען כאָטש איין פֿאָטאָגראַפֿיע, געמאַכט פֿון מײַן פֿעטער איזיע. איז נישט צו חידושן, וואָס „די וועלט האָט גערעשט‟.

אין יענע צײַטן איז מען געגאַנגען אויף אַ חתונה נישט נאָר אָפּגעבן כּבֿוד דעם יונגן פּאָרפֿאָלק און זייערע טאַטע־מאַמעס. אַ חתונה האָט דעמאָלט געמיינט, צו זאַט עסן און טרינקען פֿון די געשמאַקע פּאָטראַוועס, וואָס אין די דורכשניטלעכע טעג זעט מען זיי זייער זעלטן אויפֿן טיש בײַ זיך אין שטוב. צו „דעקן די טישן‟, ווי די באָבע האָט עס אָנגערופֿן, האָט זי פֿאַרבעטן צו אונדז אַהיים צוויי פֿרויען, סאַרווערינס, העניע און מעניע. אַ צווילינג, קליינוווּקסיקע און קײַלעכדיקע, מיט אַ געלן קאָפּ האָר און גרינע אויגן בײַ ביידע. מ’האָט זיי אין שטאָט גערופֿן מיט איין וואָרט — „ד’אַלציינע‟. איין אונטערשייד: בײַ העניען זײַנען די האָר געווען קורץ אונטערגעשוירן, און בײַ מעניען — צונויפֿגעקליבן און פֿאַרדרייט אין אַ „קובליק‟, וואָס האָט אויסגעזען ווי אַ בייגל. בײַם אָנהייב האָבן די מאַמע מיט דער באָבען זיך מיט די סאַרווערינס געדונגען, און צום סוף, זיך געזעצט „אַרומרעדן דעם טיש‟. הײַנט וואָלט מען עס אָנגערופֿן מיטן וואָרט „מעניו‟. אויף וויפֿל איך האָב דעמאָלט געקאָנט פֿאַרשטיין, האָבן העניע און מעניע אַ טייל פֿון די מאכלים געדאַרפֿט צוגרייטן בײַ זיך אין דער היים, און דאָס געבעקס שוין באַקן בײַ אונדז, אין אונדזער גרויסן אויוון. 

די בעסטע צײַט, ווען מע פֿלעגט פּראַווען חתונות אין אונדזערע מקומות — סײַ ייִדישע און סײַ גוייִשע אין די דערפֿער, איז געווען האַרבסט. די פֿעטע שוואַרצע בעסאַראַבער ערד האָט צו יענע חדשים פֿאַרפֿלייצט דעם מאַרק בשפֿע — מיט גרינסן און פֿרוכטן, עופֿות און פֿיש, געזײַערטס פֿון כּל־המינים; די פּויערטעס, אַרומגעוויקלט דעם קאָפּ מיט גראָבע שאַלן, האָבן זיך אויסגעשטעלט איינע לעבן אַן אַנדערער בײַ די לאַנגע הילצערנע טישן, יעדע לעבן אַן עמער מיט איר אייגענער פּראָדוקציע, וואָס מ’האָט עס געקאָנט זען און פֿאַרזוכן פֿונעם שיסעלע, אָנגעפֿילט אָדער מיט געזײַערטע אוגערקעס, פּאָמידאָרן, קרויט, אַרבוזיקלעך; באַזונדער אויף אַ טעלער זײַנען געלעגן געפֿילטע פֿעפֿערס אָדער בלאָווע באַקלאַזשאַנען, אַרומגעבונדן מיט אַ דין צווײַגעלע סעלעריע, ווי מיט אַ פֿעדעמל, זיי זאָלן זיך, חלילה, נישט צעשיטן, און זיך געווייקט אין אייגענע געזאַלצן־געפֿעפֿערטע געדיכטע זאַפֿטן, בוימל און ריחות פֿון אָנגעבראָקטע אין זיי מייערן, ציבעלעס, קרויט; שוין אָפּגערעדט פֿון די געווירצן, וואָס יעדע באַלעבאָסטע האָט געהאַט אירע אייגענע, נאָר איר באַוווּסטע סודות. די פּויערטעס האָבן זיך געטאָפּטשעט אויפֿן שטיקל אָרט, פֿאַרשטאַרט געוואָרן, נעבעך, סײַ פֿונעם לאַנגן שטיין און סײַ פֿון קעלט.

אין אַן אַנדער מאַרק־ווינקל, גלײַך פֿון די פֿעסער, וואָס זײַנען געשטאַנען אויף די פֿירלעך, האָבן די פּויערים פֿאַרקויפֿט זייער ווײַן. קודם־כּל, פֿלעגט דער פּויער, אָנגעטאָן אין אַ קורץ פּעלצל־סקורטע און מיט אַ שעפּסענער קוטשמע אויפֿן קאָפּ, גיבן צו פֿאַרזוכן זײַן ביסל ווײַן יעדן, ווער ס’איז צו זײַן פֿור צוגעקומען. דאָס הילצערנע קראַנטיקל האָט אַרויסגעשטעקט אונטן פֿונעם פֿעסל; אָנגעצאַפּט אַ האַלבע גלאָז, האָט ער דאָס טערפּקע־רויטע געטראַנק אַליין אויסגעטרונקען — אַן אַלטער מינהג בײַ די מאָלדאַוואַנער, צו ווײַזן, אַז דאָס ווײַן איז גוט און מע קען טרינקען אָן מורא צו זײַן אָפּגעסמט. אָפּגעווישט דאָס מויל מיט דער האַנט, צאַפּט ער ווידער אָן אַ האַלבע גלאָז ווײַן און דערלאַנגט עס שוין דעם מעגלעכן קונה. אַן עכטער מבֿין אויף ווײַן האָט זיך נישט געאײַלט בײַם טרינקען, זיך געקוויקט מיט יעדן שלוק, און ערשט נאָכן לעצטן טראָפּן געשטאַנען אַ ווײַלע, צוגעטשמאָקעט מיט די ליפּן און ווי זיך אַרײַנגעהערט אינעם טעם. די דאָזיקע קורצע שטילע ווײַלע האָט דערמאָנט אַ דינע סטרונע, אָנגעצויגן צווישן דעם פּויער און קונה. זי האָט געקאָנט אָדער פּלאַצן, אָדער אַ קלינג טאָן מיט אַ הויכן לויבגעזאַנג.

אויסגעלאָזט האָט זיך, אַז פֿון די זעלטן־געשמאַקע ווײַנער און געזײַערטס אין מאַרק האָט מען קיין טראָפּן און קיין ביסן נישט געטאָרט אַרײַנברענגען אויף דער חתונה. דער זיידע האָט טאַקע מער קיין וואָרט נישט פֿאַרלוירן, אָבער זײַן שווײַגן און נאָר איין קוק האָט געזאָגט מער ווי אַ קאַרג וואָרט. דעם דאָזיקן גורלדיקן קוק דעם זיידנס האָבן אַלע דערפֿילט אין יענעם אָוונט, ווען דער פֿעטער איזיע האָט געבראַכט צו ווײַזן אַלעמען די אײַנלאַדונג צו דער חתונה, וואָס ער האָט אַליין געמאַכט. זי האָט אויסגעזען ווי אַ געוויינטלעכע פֿאָטאָגראַפֿיע — אין איין ווינקל אויבן האָט פֿון אַ געקינצלט פֿענצטערל אַרויסגעקוקט דער חתן, און פֿונעם ווינקל אַנטקעגן, פּונקט פֿון אַזאַ פֿענצטערל, האָט אַרויסגעקוקט די כּלה. די צוויי פֿענצטערלעך האָט ווי מיט אַ בריקל צונויפֿגעפֿירט אַן אויפֿשריפֿט אויף רוסיש: „פּריגלאַשעניע‟ — אײַנלאַדונג. דאָס איבעריקע אָרט האָט אויפֿן בילד פֿאַרנומען אַ ברייטער טיש, געדעקט מיט כּל־טובֿ, ממש ווי אין אַ כּישוף־מעשׂהלע. יעדן איינעם איז די „אײַנלאַדונג‟ זייער געפֿעלן געוואָרן. דער זיידע האָט עס אין די הענט נישט גענומען; די באָבע האָט דאָס בילד געהאַלטן אין דער האַנט פֿאַר זײַנע אויגן. ער האָט אויף דעם אַ וואַרף געטאָן זײַן בליק אַריבער די ברילן. איין רגע האָט גענומען, אַז אינעם אייבערשטן צימער, וווּ אונדזער משפּחה האָט זיך אויסגעזעצט בײַם טיש, זאָל פּלוצעם פּלאַצן דאָס עלעקטרישע לעמפּעלע. שוין פֿון דער פֿינצטערניש האָט זיך דערהערט דער באָבעס קול, ווי זי וואָלט יעדעס וואָרט דורכגעזיפּט דורך דער זיפּ פֿון אירע ציין: „דער כּהן קריכט שוין פֿון אים אַרויס!‟

צום גליק, האָט קיין שפּליטערל פֿונעם געפּלאַצט לעמפּעלע קיינעם נישט פֿאַרטשעפּעט. וואָס יאָ, די „פֿאַרבעטונג‟ זײַנע האָט דער פֿעטער געמוזט איבערמאַכן, מחמת דעם זיידן איז גענוג געווען איין קוק, ער זאָל דערזען צווישן די זעלטענע פּאָטראַוועס אויף דעם שיין געדעקטן טיש אַ „פֿאַרדייט עקל‟ פֿון אַ געבראָטן חזירל, נישט פֿאַר קיין ייִדיש אויג געוויזן געוואָרן…

די חתונה האָט מען געמאַכט אינעם שיל־הויף. אַזוי האָט זיך שוין געהאַט געפֿירט אין אונדזער שטאָט אין יענע נאָכמלחמהדיקע יאָרן, אַז די חופּה האָט מען געשטעלט אין שיל גופֿא, „מיט לעקעך און בראָנפֿן אויפֿן חשבון פֿון דער קהילה‟; און דערנאָך, ווער ס’האָט זיך געקאָנט פֿאַרגינען אַזאַ לוקסוס, פֿלעג מען אָפּשפּילן די חתונה אינעם שיל־הויף. דאָרט, האָבן אַ פּאָר גויים אויפֿגעשטעלט אַ גרויסן ברעזענטענעם געצעלט, און בײַ די לאַנגע טישן און בענק האָט מען געפּראַוועט די שׂימחה.

ס’איז כּדאַי דאָ צו דערציילן די רירנדיקע געשיכטע וועגן דער חופּה־דעק, אונטער וועלכער נישט איין ייִדישע כּלה אין אונדזער שטאָט האָט זיך אַרומגעדרייט אַרום דעם באַשערטן אירן זיבן מאָל. געהערט האָב איך זי, צום ערשטן מאָל פֿון מײַן באָבען, אָבער גיך פֿאַרגעסן. מיט יאָרן שפּעטער, ווען איך אַליין בין געוואָרן אַ חתן, האָט מיר אין אונדזער חופּה־דעק דערמאָנט מײַן מאַמע. און די געשיכטע איז אַזאַ: אין 1944, בעלץ האָט מען ערשט באַפֿרײַט פֿון די רומענישע און דײַטשישע מערדער, עס האָבן נאָך געטליִעט די האָלאָוועשקעס אויף די חורבֿות, האָבן זיך צווישן די ערשטע ייִדן אין שטאָט אומגעקערט פֿונעם ווײַטן אוראַל, פֿון דער עוואַקואַציע, מײַנע זיידע־באָבע, די מאַמע און דער פֿעטער איזיע. מײַן זיידע פֿלעגט שטילערהייט זיפֿצן, אַז צוויי אַנדערע זין האָט בײַ אים אָפּגענומען די מלחמה: דער עלטערער איז געפֿאַלן אויפֿן פֿראָנט, און דער צווייטער האָט חתונה געהאַט מיט אַ שיקסע און געבליבן וווינען אין דער אוראַלער שטאָט אָרסק. דאָס שטעטל מאַרקולעשט, וווּ זיי האָבן געוווינט פֿאַר דער מלחמה, איז פֿאַרברענט געוואָרן באַלד אין די ערשטע זומער־טעג פֿון 1941. על־פּי־נס האָבן זיי זיך געראַטעוועט פֿונעם פּאָגראָם; די אָרטיקע פּויערים האָבן נישט געוואַרט ביז די נײַע פֿאַשיסטישע מאַכט וועט קומען, זיי האָבן זייער שחיטה אָנגעהויבן פֿריִער. 

זיך אָפּגעזוכט אַ וווינונג נישט ווײַט פֿון דער קעשענעווער בריק — אַ געגנט, וואָס איז נאָך מיט פֿיר יאָר צוריק געווען געדיכט באַזעצט מיט ייִדן — האָט דער זיידע פֿונעם גרעסערן פֿאָדערשטן צימער געמאַכט אַ שילכל, און אינעם הינטערשטן אַלקער האָט זיך אַרײַנגעצויגן די משפּחה. צווישן די ערשטע מיצוות זײַנע נאָכן אומקערן זיך פֿון דער עוואַקואַציע איז געווען, צוזאַמען מיט נאָך עטלעכע מאַנספּאַרשוינען, אויסצוגראָבן דאָס געביין פֿון אַ גרופּע ייִדן־ערבֿניקעס, וואָס די רומענער, ווי נאָר זיי זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין בעלץ, האָבן דערשאָסן, — און זיי ברענגען צו קבֿר־ישׂראל. אין אונדזער פֿאַמיליע־אַלבאָם האָט זיך פֿאַרהיט אַ בילד, געמאַכט דעמאָלט פֿון מײַן פֿעטער איזיע, וווּ אויפֿן הינטערגרונט פֿון דעם זיידנס שילכל שטייען אויסגעשטעלט פֿון ביידע זײַטן אַ גרויסער הילצערנער קאַסטן בײַ די פֿופֿציק מענטשן, כּמעט די גאַנצע ייִדישע קהילה אין יענע ווײַטע טעג.

אַן אַנדער מיצווה איז געוואָרן די חופּה־דעק. אין אַ זונטיק האָט מײַן באָבע געבראַכט פֿונעם מאַרק אַ מציאה — אַ שיינע פּלושענע דעק פֿון אַ באַרדאָ־קאָליר, אַרומגעפּוצט מיט אַ געקינצלטן אָרנאַמענט. די זאַך, גאָר נישט קיין נײַע, אָבער זיך גוט פֿאַרהיט, האָט די באַבע אויסגעדונגען בײַ אַ גוי. צווישן דעם נעבעכדיקן, אָרעמאַנסקע פֿאַרמעגן, מישטיינס געזאָגט, האָט די באָבעס קניה ממש געריסן די אויגן מיט איר פּראַכט. פֿאַרשפּרייט האָט מיט איר די באָבע די אײַזערנע בעט, אויף וועלכער זי איז געשלאָפֿן מיטן זיידן. דער זיידע איז דעמאָלט אין שטוב נישט געווען. פֿאַרשטייט זיך, אַז ווען ער האָט דערזען די נײַע זאַך, און די באָבע האָט אים אָפּגעגעבן דעם חשבון, וווּ און בײַ וועמען זי האָט די שיינע מציאה געקויפֿט, האָט ער, ווי זײַן שטייגער איז, באַלד אַ זאָג געטאָן: „אויף שמאַטעס פּטרסטו געלט!‟ בכלל איז דער זיידע שטענדיק געווען אומצופֿרידן, ווען די באָבע אָדער די מאַמע פֿלעגט צוגעבן צו זייער „פֿאַרמעגן‟ עפּעס אַ זאַך, געקויפֿט בײַ די פּויערים אין מאַרק. אויף יעדער אַזאַ זאַך האָט ער געזען „ייִדיש בלוט‟. „זיי האָבן עס דאָך אַרויסגעטראָגן פֿון אַ ייִדיש הויז, צוגערויבט בײַ זייערע ייִדישע שכנים… און אפֿשר אַפֿילו זיי דערהרגעט…‟ די זעלבע ווערטער האָט דער זיידע געזאָגט דער באָבען וועגן דער בעטדעק. ווען ס’איז אָבער געקומען אין שיל אַ יונג פּאָרפֿאָלק צו שטעלן אַ חופּה, האָט דער זיידע זיך געכאַפּט, אַז קיין חופּה־דעק איז דאָך בײַ אים נישטאָ. אָט דעמאָלט איז די באָבע געפֿאַלן אויפֿן געדאַנק צו מאַכן פֿון דער בעטדעק אַ חופּה־דעק. קיין פֿיר שטאַנגען וועלן געוויס נישט אויספֿעלן.

אין יענע שווערע צײַטן פֿלעגט שטענדיק עפּעס נישט סטײַען אין דער היימישער ווירטשאַפֿט, און נישט נאָר קלייניקייטן בײַם צוגרייטן אַ וועטשערע. עס איז געווען אַ סאָרט זאַך, ווי למשל, אַ גרויסע מעשענע כּלי אויף דרײַ־פֿיר עמער וואַסער, וואָס געניצט האָט מען זי איין מאָל אַ יאָר, אָנהייב אָסיען, בשעתן פּרעגלען פֿלוימען־פּאָווידלע. פֿון אויסן האָט די דאָזיקע כּלי, וואָס מ’האָט גערופֿן „פּאָווידלע־טשאַן‟, אויסגעזען פֿאַרשׂרפֿהט־שוואַרץ פֿונעם שײַטער־פֿײַער, אָבער אינעווייניק — געשײַנט מיט זײַן מעשענעם גלאַנץ, אַז מ’האָט אין אים געקאָנט זיך שפּיגלען. אַזאַ ניצלעכע, נאָר איינמאָליקע זאַך, איז געווען בײַ איין באַלעבאָס, און יעדער פֿון אונדזער געגנט האָט געוווּסט, וווּ מע קאָן עס באָרגן, ריכטיקער, נעמען אויף אַ טאָג פֿאַר אַ געוויסן אָפּצאָל. אינעם סעזאָן פֿון פּרעגלען פּאָווידלע אויף ווינטער, פֿלעגט מען זיך פֿאַרשרײַבן נאָך דעם טשאַן פֿון פֿריִער.

אָדער אַזאַ וויכטיקע זאַך ווי דאָס גרויסע הילצערנע שטייסל, וואָס מ’האָט זיך נישט געקאָנט אָן אים באַגיין פֿאַר פּסח. צו ברענגען עס אַהיים, האָט מען געדאַרפֿט זײַן אַ גבֿר, אָדער ברענגען עס אויף אַ טאַטשקע, אַזוי שווער איז עס געווען. נאָר ווי דען אַנדערש וואָלטן די באַלעבאָסטעס געמאַכט מצה־מעל. צווישן אַזעלכע זאַכן זײַנען אויך געווען די פּאָר קאָזלעס. צעשטעלט פֿון צוויי זײַטן, האָבן אויף זיי די האָלץ־העקערס, צעזייגט אויף קלעצער די לאַנגע בערווענעס; און ערשט דערנאָך צעהאַקט די קלעצער אויף שײַטלעך.

צו אַזאַ קאַטעגאָריע מציאה־זאַכן האָט באַלאַנגט אויך אונדזער חופּה־דעק. אַפֿילו ווען ס’האָט זיך געעפֿנט אויף דער קעשענעווער גאַס די גרויסע שיל, און דער זיידע האָט אָנגעהויבן גיין אַהין, האָט מען פֿון צײַט צו צײַט געבאָרגט בײַ אונדז די חופּה־דעק; זי האָט אַפֿילו געקראָגן אַ נאָמען — „אַבֿרהמס חופּה־דעק‟. שוין אָפּגערעדט, אַז אונטער איר האָבן מײַנע טאַטע־מאַמע חתונה געהאַט, און מיט זעקס און צוואַנציק יאָר שפּעטער האָב איך אָנגעטאָן דאָס קידושין־פֿינגערל מײַן באַשערטער אויף אַ פֿינגער. די חופּה־דעק האָט מיט דער משפּחה דורכגעשניטן נישט איין מלוכה־גרענעץ בעת אונדזער עמיגראַציע־נע־ונד — זיך צעשפּרייט אונטערן הימל פֿון ירושלים, ווען אונדזער עלטערער זון האָט חתונה געהאַט און אין ניו־יאָרק, אויף דער חתונה פֿון אונדזער קלענערן זון…

 און אָט איז געקומען די צײַט צו זאָגן „הרי־אַתּ‟ פֿאַר מײַן פֿעטער איזיע.

אַ חתונה אָן כּלי־זמרים איז ווי אַ וואַלד אָן אַ ווידערקול. קיין ייִדישע קאַפּעליעס זײַנען שוין צו יענער צײַט נישט געווען. אין די דערפֿער האָבן געשפּילט בדרך־כּלל ציגײַנער, און אויף די קליינע ייִדישע חתונה־קערמישלעך פֿלעגט מען פֿאַרבעטן אַ זינגער, וואָס האָט זיך אַליין צוגעשפּילט אויף אַן אַקאָרדעאָן. וועגן ברענגען אַ ציגײַנערישע קאַפּעליע צו שפּילן אויף מײַן פֿעטער איזיעס חתונה איז, אַוודאי, קיין רייד נישט געגאַנגען. צו פֿאַרבעטן דעם זינגער פֿישער, וואָס האָט געשמט אין בעלץ, וואָלט עס „די וועלט‟ ווידער נישט פֿאַרשטאַנען. איז מײַן פֿעטער געקומען צו זײַן פֿרײַנד מישע. די גאַנצע וואָך פֿלעגט מישע שערן און גאָלן ווי אַ פּאַריקמאַכער, און אין די זונטיקן שפּילן ביז שפּעט אינעם אָפֿיצירן־הויז אויף זײַן קלאַרנעט. איז אָט דעם מישע פּאַריקמאַכער־קלאַרנעטיסט האָט דער פֿעטער איזיע צוגערעדט ער זאָל „צונויפֿקלאַפּן‟ אַ קליין אָרקעסטערל, דרײַ־פֿיר מוזיקער, צו שפּילן אויף זײַן, פֿעטער איזיעס, חתונה.

„ווער ווייסט, — האָט אים מײַן פֿעטער געמאָלט אַ ברייטע פּערספּעקטיוו, — מענטשן הערן, ס’געפֿעלט זיי, ס’וועט דערגיין אין די הויכע פֿענצטער…‟ כ’ווייס נישט, ווי ווײַט מײַן פֿעטער האָט אַליין געגלייבט אין „דער פּערספּעקטיוו‟, וואָס האָט זיך, ווי האָניק, געגאָסן פֿון זײַן מויל; אַז גאָט אָבער וויל, שיסט אַ בעזעם! שוין גאָר אין גיכן האָט מישע בײַם קולטור־הויז — דער גײַסטיקער צענטער אין אונדזער שטאָט — געשאַפֿן אַן עכטן מוזיקאַלישן אַנסאַמבל מיטן נאָמען „אָריאָן‟. ווי עס קומט דער ווײַטער געשטערן „אָריאָן‟ צו זײַן אַנסאַמבל, האָט קיינער נישט געקאָנט זאָגן, פּונקט ווי ס’רובֿ אײַנוווינער פֿון אונדזער שטאָט האָבן בכלל נישט געוווּסט, אַז אַזאַ געשטערן עקזיסטירט.

ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָבן די צוויי סאַרווערינס, העניע און מעניע, געהאַט מיט וואָס זיך צו באַרימען. די מאכלים, וואָס זיי האָבן צוגעגרייט, האָט מען געבראַכט אין שיל אויף צוויי פֿירלעך. די לאַנגע טישן, פֿאַרשפּרייט מיט ברוין־פּאַפּיר, האָבן זיך שיִער נישט אײַנגעבויגן פֿון די אָנגעשטעלטע אויף זיי טעלערס מיט „פֿאָרשפּײַז‟: טעלערס כאָלאָדנע, וואָס פֿון דער פֿאַרקילטער גאָלדענער יויך האָבן אַרויסגעקוקט ווי גרויסע געלע אויגן — צעשניטענע אויף האַלב האַרטע אייער; געהאַקטע לעבערלעך און הערינג, באַפּוצט מיט צווײַגעלעך קריפּ און פּעטרישקע; סאַלאַט פֿון באַקלאַזשאַנען, אָפּגעבראָטן אויף אַ פֿײַער, אַז ס’האָט פֿון זיי זיך נאָך געפֿילט דאָס האָלץ־רויעכל, גוט איבערגעריבן און פֿאַרפּראַוועט מיט דריבנע אָנגעשניטענע ציבעלעס, און שמעקנדיקן בוימל; די ריפֿטלעך פּאַסטראַמע האָבן זיך געטוליעט אויפֿן טעלער איין ריפֿטל צו אַ צווייטן, געדיכט אָנגעשפּיגעוועט מיט שוואַרצן פֿעפֿער און קנאָבל. דעם אויבן־אָן אויפֿן טיש האָבן, אַוודאי, פֿאַרנומען די געפֿילטע פֿיש. מײַן טאַטע איז נאָך די פֿיש געפֿאָרן ספּעציעל אין אַ דאָרף, און מ’האָט די נעץ מיט געכאַפּטע קאַרפּן אַרויסגעשלעפּט פֿון דער סאַזשלקע גלײַך אויף זײַנע אויגן. אַזוי האָט ער דערציילט, ווײַל ווען ער האָט זיי געבראַכט אין אַ זאַק אַהיים, האָבן די פֿיש זיך נאָך געוואָרפֿן. דאָ אויפֿן חתונה־טיש האָבן די פֿיש זיך צעלייגט אויף די פּאָרצעלײַענע פּאָלומעסיקעס, ווי ים־מלכּות, באַפּוצט מיט שטיקלעך אָפּגעקאָכטע בורעקלעך און מייערן. לעבן יעדן פּאָלומעסיק איז געשטאַנען אַ טעצעלע מיט כריין…

מעגלעך, אַז דער געדעקטער טיש פֿון דער „אײַנלאַדונג‟, וואָס מײַן זיידע האָט באַלד געפּסולט, איז געווען רײַכער און פּרעכטיקער, אָבער די אַלע פּאָטראַוועס, וואָס האָבן ממש אַרויסגענומען די אויגן, האָבן די פּשוטע סאָוועטישע בירגער פֿון אַ גאַנץ יאָר אַפֿילו אין חלום נישט געזען. שפּעטער מיט יאָרן האָב איך דאָס בילד צופֿעליק געפֿונען אינעם גרויסן קולינאַרישן בוך, פּרעכטיק אַרויסגעגעבן אין סטאַלינס צײַטן, נישט אַנדערש, ווי אַ פּראָפּאַגאַנדע, און געהייסט האָט עס „דאָס בוך פֿון געשמאַק און געזונט עסן‟.

יעדן נײַעם גאַסט האָט מישעס אָרקעסטער באַגעגנט מיט אַ מאַרש. איך האָב אויך אין דעם געהאַט אַ חלק; כ’בין געשטאַנען אין דרויסן, פֿון יענער זײַט שיל־הויף, און ווי נאָר כ’האָב דערזען עמעצן פֿון די געסט גיין, האָב איך באַלד געגעבן אַ סיגנאַל, אַז די מוזיקער זאָלן זײַן גרייט צו שפּילן. נישט שטענדיק האָב איך די געסט דערקענט, כאָטש כּמעט אַלע, בפֿרט אונדזערע שכנים, האָב איך געזען טויזנט מאָל ביז אַהער — אַזוי שיין אָנגעטאָן און אויסגעפּוצט זײַנען זיי געווען. די מתּנות האָט אויפֿגענומען די מאַמע. זי האָט געהאַט אַ באַזונדער ווינקעלע, וווּ זי האָט די אַלע פּעקלעך צונויפֿגעלייגט, און דער טאַטע איז געשטאַנען בײַ דער זײַט און האָט אויף זיי געהאַלטן אַן אויג.

פֿון דער שיל, נאָך דער חופּה, האָט דער חתונה־צוג, איידער זיך זעצן צום טיש, געמאַכט אַ קרײַז איבערן שיל־הויף, אונטער די קלאַנגען פֿון מענדעלסאָנס „חתונה־מאַרש‟, און דער עולם געסט האָט באַגריסט דאָס יונגע פּאָרפֿאָלק. מײַן מומע פּאָליע איז געווען אָנגעטאָן אין דעם ווײַסן קלייד, וואָס מײַן מאַמע האָט איר אויפֿגענייט, און אויפֿן קאָפּ, צוגעטשעפּעט צו אירע שיינע האָר — אַ דורכזיכטיקע פֿאַטאַ, איבערגענייט פֿון אונדזערע טולענע פֿירהענגלעך. נאָך זיי זײַנען געגאַנגען דער זיידע מיט דער באָבען, געאָרעמט מיט איר נײַער מחותּנתטע. דער זיידע האָט געווישט די אויגן מיטן נאָזטיכל און ס’איז נישט קלאָר געווען, צי ער לאַכט, צי ער וויינט, ווי ס’געשעט מיט אים שטענדיק, ווען ער „קען נישט אײַנהאַלטן זײַנע געפֿילן‟. די מאַמע מיטן טאַטן זײַנען געגאַנגען נאָך זיי, האַלטנדיק מיך בײַ דער האַנט. כ’האָב זיך געפֿילט, ווי אַ הינטל אויף אַ שטריקל, און יעדעס מאָל געריסן זיך צו באַפֿרײַען. סוף־כּל־סוף, האָט די מאַמע מיך אָפּגעלאָזט מיט אַ תּנאַי, „כ’זאָל כּסדר זײַן פֿאַר אירע אויגן‟.

זיך דערפֿילט פֿרײַ, האָב איך זיך באַלד געלאָזט צו די מוזיקאַנטן. אַחוץ מישען מיט זײַן קלאַרנעט, האָב איך די איבעריקע דרײַ חבֿרה געזען צום ערשטן מאָל: איינער האָט געשפּילט טרומייט, דער אַנדערער אַקאָרדעאָן, און דער דריטער האָט געקלאַפּט אין אַ גרויסן פּויק. אַליין אַ לאַנגער און אַ דאַרער האָט ער זיך, נעבעך, אײַנגעבויגן אין דרײַען איבער זײַן אינסטרומענט. אין איין האַנט האָט ער געהאַלטן דאָס קלאַפּערל, און אין דער אַנדערער — אַ קײַלעכדיקע מעשענע טאַץ, מיט וועלכער ער האָט געקלאַפּט אין אַ צווייטער טאַץ, פּונקט אַזעלעכער, נאָר צוגעפֿעסטיקט צום פּויק. טאַקע אָט דער גרויסער פּויק האָט מיך פֿאַרכּישופֿט. פֿון דעם אַלעמען, וואָס די מוזיקער האָבן געשפּילט, האָט מײַן אויער אויפֿגעכאַפּט נאָר, „בום־בום… און דשזים־דזשים…‟

וואָס האָבן זיי געשפּילט? כ’האָב כּמעט די אַלע שטיקלעך געקענט, ווײַל צו יענער צײַט האָב איך שוין אַליין געהאַט געשפּילט אַ האַלב יאָר אַקאָרדעאָן. דער לערער מײַנער, סטעפּאַן פּאַוולאָוויטש, פֿלעגט צוויי מאָל אין דער וואָך אַרײַנקומען צו אונדז אין שטוב, זיצן מיט מיר אַ שעה צײַט און אײַנחזרן יעדעס מאָל אַ נײַ מוזיקאַליש שטיקל, וואָס ער האָט געבראַכט מיט זיך, פֿאַרשריבן אויף אַ זײַטל נאָטן־פּאַפּיר. סטעפּאַן פּאַוולאָוויטש האָט טאַקע פֿאַרקלאַפּט מײַן מאַמען דעם קאָפּ, אַז איך האָב אַן אויסשליסלעכן טאַלאַנט, אַ וווּנדערקינד, אַז נאָך אַ פּאָר חדשים וועט ער נישט האָבן וואָס צו טאָן מיט מיר; מע דאַרף מיך נאָר אָפּגעבן זיך לערנען אין דער מוזיק־שול, צום פֿידל־לערער פֿיאָדאָראָוו — ער איז דער בעסטער… „די האַרמאָשקע איז נישט פֿאַר אים!‟ — פֿלעגן די ווערטער פֿאַרלאָזן צום סוף זײַן מויל, אָן אַ סימן פֿון ציין, און די דינע אײַנגעפֿאַלענע ליפּן האָבן זיך פֿאַרשלאָסן.

קיין גאַמעס און עטיודן האָט סטעפּאַן פּאַוולאָוויטש מיט מיר נישט געלערנט; אויף די זײַטלעך נאָטן־פּאַפּיר איז מיט זײַן אייגענער האַנט געווען אָנגעשריבן יעדעס מאָל אַן אַנדער לידעלע: אַ מאָלדאַווישס, אַ ייִדישס, אַ רוסישס, צו מאָל אַפֿילו אַ מעלאָדיע פֿון אַן אינדישן פֿילם, וואָס מײַן באָבע פֿלעגט נאָך די פֿילמען „אויסגיין‟.

האָבן אויף דער חתונה די מוזיקער אויך געשפּילט שטיקלעך, מערסטנס, צום טאַנצן; אָבער די געסט האָבן זיך ווייניק גערירט פֿון זייערע ערטער, ווי מורא געהאַט, אַז טאָמער הייבן זיי זיך אויף פֿונעם טיש, וועט מען זייער אָרט באַלד פֿאַרנעמען. די מענער האָבן מיד געקײַעט און צוביסלעך געצויגן בראָנפֿן פֿון די קליינע גלעזלעך. צומאָל, האָט איין פֿרוי עפּעס געוואָלט זאָגן דער אַנדערער, אַנטקעגן איר, געשריִען, זיך אַרויסגעהאָלפֿן מיט די הענט, אָבער דער גרויסער פּויק מיט די צוויי טעלער האָט אַלע רייד איבערגעדעקט און פֿאַרהלושעט; אַזוי אַז נאָך אַזעלכע עטלעכע פּרוּוון זײַנען די ווײַבער אויך געוואָרן מיד און געזעסן שטיל, וואַרפֿנדיק אומצופֿרידענע בליקן אויף די מענער: „גענוג שוין טרינקען!‟

נאָכן רײַכן פֿאָרשפּײַז האָבן די סאַרווערינס, העניע און מעניע, „געביטן דעם טיש‟, דאָס הייסט, אַראָפּגענומען דאָס געבליבענע פֿונעם „פֿאָרשפּײַז‟ און יעדן צוגעטראָגן אַ טעלער מיט אַ פֿערטל עוף און אַ שטיקל מאַניע. די געזײַערטע רויטע פּאָמידאָרן, אוגערקעס און שטיקלעך אַרבוזיקלעך — אַלץ אָנגעלייגט אין טיפֿע טעלערס, געבראַכט גלײַך פֿונעם קעלער פֿון ברײַנע די קוואַסניצע, — האָבן אויף ס’נײַ אויפֿגעוועקט בײַ די געסט דעם אײַנגעשטילטן אַפּעטיט, צעעפֿנט בײַ זיי פֿרישע סלינע־קוואַלן אין מויל, און ווידער אײַנגעשפּאַנט אין פֿרעס־און־טרינק אַרבעט. זעט אויס, כּדי זיי אין דעם נישט שטערן, האָבן אויך די מוזיקער אויפֿגעהערט צו שפּילן, און מײַן פֿעטער איזיע, האָט זיי פֿאַרבעטן צו אַ באַזונדערן טיש זיך צו דערקוויקן דאָס האַרץ פֿון דעם כּל־טובֿס.

דער פּויק איז געבליבן שטיין איינער אַליין, ווי אַ פֿאַרגעסענער מחותּן; ערשט האָט ער פֿאַרקלאַפּט די קעפּ מיט זײַן „בום־בום‟, און אָט שווײַגט ער שוין שאַ־שטיל. איך האָב זיך אַרומגעדרייט אַרום אים, כּמעט איין הייך, און זיך געטראַכט: אויב ער, דער פּויק, האָט ביז אַהער געקנאַקט און געדונערט, און איצט שווײַגט ער, טראָגט ער אין זײַן גרויסן, קײַלעכדיקן בויך עפּעס אַזוינס, וואָס מאַכט אים פֿאַר אַ פּויק. די קישנס קלאַפּט מען דאָך אויך אויס מיט אַ קלאַפּערל, און אינעווייניק זײַנען זיי אָנגעשטאָפּט מיט פֿעדערן. כ’האָב עס אַליין געזען, דורכמאַכנדיק אין איין קישן אַ לעכל. ס’האָט זיך פֿון דאָרט באַלד אַרויסגעשאָטן אַ זשמעניע פֿעדערן.

כ’האָב נאָך דערווײַל נישט געוווּסט, וואָס עס קאָן זיך אַ שיט טאָן פֿונעם פּויק. צוליב דעם האָב איך פּשוט געדאַרפֿט מאַכן אין אים אַ קליין לעכעלע… און דאָ איז מיר פּלוצעם אײַנגעפֿאַלן: זעט אויס, אַז דאָס „עפּעס אַזוינס‟ איז נישט אַנדערש ווי אַ מין לעבעדיק באַשעפֿעניש — אַ קײַלעכדיקס, אַ הונגעריקס און אַ בייזס. ווען דער פּויקער גיט אַ קלאַפּ אין פּויק מיט זײַן קלאַפּערל, רייצט ער עס אויף, און עס הייבט אָן בומקען — „בום־בום‟. פּונקט אַזוי קומט עס פֿאָר, ווען כ’לויף לענג־אויס אַ פּלויט און פֿיר איבער די שטאַקעטן מיט אַ שטעקעלע. דער טראַסק מאַכט די הינט אין די הויפֿן אויפֿגערייצט; זיי רײַסן זיך ממש פֿון דער קייט און פֿאַרכלינען זיך פֿון דער בייזער בילערײַ…

 מײַן אומדערוואַרטער אײַנפֿאַל האָט זיך גיך צעוויקלט און אַנטוויקלט. מיט וואָס מאַכט מען אַ לעכל? פֿאַרשטייט זיך, מיט אַ צוואָק. וווּ קריגט מען אין מיטן דער חתונה אַ צוואָק? כ’האָב גוט געוווּסט פֿון מײַן ייִנגלשער דערפֿאַרונג, אַז ס’איז נישטאָ אַזאַ פּלויט, ער זאָל נישט האָבן אַן אַרויסשטעקנדיקן צוואָק. אַנדערש וואָלט איך בײַם אַריבערקריכן אין אים זיך ניט פֿאַרטשעפּעט און נישט צעריסן מײַנע הייזלעך. נישט אומזיסט קלאָגט זיך די מאַמע: „וווּ עס שטעקט אַ צוואָק, ביסטו דאָרט מיט דײַנע הויזן!‟ אַ קיצור, דעם פֿאַרזשאַווערטן צוואָק, וואָס האָט אַרויסגעשטעקט פֿון אַ ברעטל אינעם שילהויפֿס פּלויט, האָב איך אָנגעכאַפּט מיט די פֿינגער פֿאַר זײַן חוצפּהדיק קעפּל און אים איינס, צוויי אַרויסגעשלעפּט.

פּאַוואָליע, דאָס „בום־בום‟־באַשעפֿעניש זאָל, חלילה, נישט אויפֿהייבן קיין רעש, האָב איך עטלעכע מאָל אַ דעלובע געטאָן אין דער האַרטער פֿעל פֿונעם פּויק, ביז דער צוואָק איז פֿרײַ אַרײַן אינעווייניק. ס’האָט, צום גליק, פֿונעם פֿריש־געמאַכטן לעכל זיך גאָרנישט ניט אויסגעשאָטן, וואָס איז פֿאַר זיך אַליין געווען אַ גוטער סימן; ווײַל ווען כ’האָב איין מאָל, אויך מיט אַ צוועקל, דורכגעמאַכט אַ לעכל אין דער גומענער ראָד פֿון אונדזער שכנס ליסאַפּעד, האָט פֿון דאָרט אַ שלאָג געטאָן מיר גלײַך אין פּנים אַרײַן אַ שטינקענדיק לופֿט־שטרעמל.

אַז מע מאַכט אַ לעכל, מוז מען אַרײַנקוקן. טאַקע אַזוי בין איך שוין גרייט געווען צו טאָן, און ענדלעך, אַנטפּלעקן דעם באַהאַלטענעם סוד פֿונעם גרויסן פּויק. אָבער גראָד אין דער דאָזיקער רגע האָב איך דערהערט הינטער זיך: „וואָס זוכסטו דאָ, ייִנגעלע?‟ כ’האָב אויסגעדרייט דעם קאָפּ און ערגעץ העט־אויבן, ווי כ’וואָלט דערזען אַ לעמפּעלע אויף אַ סלופּ, האָט אויף מיר אַראָפּגעקוקט דעם פּויקערס קאָפּ. ער האָט קונציק אונטערגעוואָרפֿן דאָס קלאַפּערל, ווי זיך געקליבן עס אויסצופּרוּוון אויף מײַן קוטשעראַווע קעפּל. עפּעס אַרויסגעשטאַמלט, בין איך די מינוט נעלם געוואָרן.

און די חתונה האָט זיך פֿאַרדרייט ווײַטער. צו די געסט, מיט אַ גרויסער צדקה־פּושקע אונטערן אָרעם, איז אַרויס דער שיל־שמשׂ ר’ יאָסל — אַ קליינטשיקער ייִד מיט אַ גרוי שפּיציק בערדל און אויפֿן קאָפּ אָנגעטאָן אַ טונקל־בלאָוו היטל, וואָס אַלע האָבן עס גערופֿן „סטאַלינקע‟; פּונקט דעם פֿאַסאָן היטל פֿלעגט טראָגן דער פֿאָטער פֿון אַלע פֿעלקער. ר’ יאָסל איז אַרומגעגאַנגען אַלע טישן און פֿאַר יעדן גאַסט געמאַכט אַ „מי־שברך‟, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט די ווערטער: „אַ שיין, פֿײַן מזל־טובֿ…‟ — און ווײַטער האָט ער אַרויסגערופֿן דעם משפּחה־נאָמען. דער אָרקעסטער האָט אויסגעזעצט אַ קורצן „אָפּשפּיל‟ און דער שמשׂ האָט זיך גערוקט ווײַטער. אויפֿגעהויבן די צדקה־פּושקע, ווי געוואָלט דערמיט ווײַזן, אַז זײַן שליחות האָט ער פֿאַרענדיקט, איז ר’ יאָסל שטילערהייט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אין דער פֿינצטערניש, ווי אין איר זיך צעשמאָלצן.

און אָט איז געקומען די צײַט פֿון צעטיילן די „מכּות‟ — אַזוי האָבן געהייסן די שיינע הויכע לעקעכער, באַפּוצט מיט אַ רויז פֿון אויבן, וואָס העניע און מעניע האָבן צוגעטראָגן די חשובֿסטע געסט, וואָס מײַן באָבע האָט אויף אַ קול אויסגעשריִען זייערע נעמען; און ווידער, בשעת זיי האָבן עס געטאָן, טראָגנדיק די שיינע „מכּות‟ הויך איבערן קאָפּ, האָט דער אָרקעסטער אויסגעפּויקט אַ „פֿריילעכס‟. די ערשטע האָט באַקומען אַ „מכּה‟ דער מומע פּאָליעס מאַמע; דערנאָך האָט מען אַ „מכּה‟ צוגעטראָגן איר פֿעטער, וואָס איז טאַקע געקומען צו פֿאָרן פֿון לעמבערג; נאָך אים איז אַ „מכּה‟ צוגעטיילט געוואָרן צו מײַנע טאַטע־מאַמע… ווײַטער האָב איך זיך שוין נישט צוגעהערט, ס’האָבן מיך מער צוגעצויגן די גרויסע אײַזערנע פֿעסלעך־סיפֿאָנען, מיט אַ קראַנטיקל אויבן. צו אָט דעם סיפֿאָן איז מען יעדעס מאָל צוגעקומען מיט ליידיקע פֿלעשער, און דער מאַן, דער סיפֿאָנשטשיק, האָט מיט איין קוועטש אויפֿן קראַנטיקל זיי אָנגעפֿילט מיט זעלצער־וואַסער. כ’האָב זיך ממש פֿאַרקוקט, ווי פֿלינק ער טוט עס… און פּלוצעם הער איך, ווי פֿון דאָרטן, וווּ מע צעטיילט די „מכּות‟ האָט עפּעס שטאַרק אַ טראַסק געטאָן, ווי ס’וואָלט, חלילה, אַ „מכּה‟ אויפֿגעריסן אויף שטיק־שטיקלעך. און באַלד איז געוואָרן שטיל, אַז אין די אויערן האָט מיר אָנגעהויבן קלינגען. בלויז אויף אַ רגע, בעת וועלכער עס איז צו מיר דערגאַנגען ווי עמעצער שרײַט אויס: „שאַט, דער פּויק האָט נישט אויסגעהאַלטן — געפּלאַצט!‟ — אַון אַלע האָבן זיך צעלאַכט.

די געסט זײַנען לעבעדיקער געוואָרן; אָפּגעריסן, סוף־כּל־סוף, די אָנגעקוועטשטע הינטנס פֿון די בענק, האָבן זיי אַרומגערינגלט דעם פּויקער, וואָס איז, נעבעך, געשטאַנען אַ פֿאַרלוירענער, און שיִער נישט אַרײַנגעקראָכן מיטן קאָפּ אין דעם גרויסן לאָך, ווי ער וואָלט דאָרט געזוכט דאָס אַנטלאָפֿענע באַשעפֿעניש „בום־בום‟.

די ריפֿטלעך לעקעך און באַקלאַוואַ האָבן שוין די געסט נישט געגעסן; אַקוראַט אײַנגעוויקלט דאָס געבעקס אין די אָפּגעריסענע שטיקער ברוין־פּאַפּיר, מיט וועלכן עס זײַנען ערשט פֿאַרשפּרייט געווען די טישן, האָבן זיי זיך מיטן פּעקעלע אײַליק אַרויסגערוקט אין דרויסן אַרויס, באַגלייט מיט אַ מאַרש, וואָס האָט זיך געהערט שוין אָן דעם פּויקס „בום־בום און דזשים־דזשים…‟

דאָ וואָלט די געשיכטע מיטן לעכל געקאָנט זיך פֿאַרענדיקן. איז דאָך באַשערט געווען, אַז אַ ווײַטער קרובֿ פֿון יענעם געפּלאַצטן פּויק אויף מײַן פֿעטערס חתונה זאָל זיך אין מיר נוקם זײַן.

נאָכן פֿאַרענדיקן די קאָנסערוואַטאָריע ווי אַ פֿידלער, האָב איך געמוזט, לויט דעם געזעץ, געשטעלט ווערן צום פּריזיוו אויף איין יאָר. ווי אַ מוזיקער, האָט מען מיך געשיקט דינען אין אַ מיליטערישן בלאָז־אָרקעסטער. וווּ קומט אַ פֿידלער צו אַ בלאָז־אָרקעסטער? שטעלט זיך פֿאָר, אַז דערלאַנגט האָט מען מיר אַ גרויסן פּויק מיט אַ קלאַפּערל — און קלאַפּ. נישט פּשוט קלאַפּ! ווי ס’האָט מיך געוואָרנט מײַן דיריגענט, מאַיאָר פּאַסעסאָר, האַלט זיך אויפֿן פּויק דער גאַנצער מיליטערישער פּאַראַד. אַ באַשטראָפֿטער, צוליב מײַן קינדערשער נאַיִווער נאַרישקייט, האָב איך געמוזט יעדן טאָג, אַז מײַן האַנט האָט זיך מיר שיִער נישט אָפּגעריסן, קלאַפּן עטלעכע שעה מיטן קלאַפּערל אינעם פּויק, אויפֿרייצנדיק דאָס קליינע, בייזע און הונגעריקע באַשעפֿעניש, עס זאָל ריטמיש בומקען צום טאַקט פֿונעם מיליטערישן מאַרש — „בום־בום־בום־בום…‟