Boris Sandler

קאַריביער ציקל: אַ ווײַסע שיף דעם האָריזאָנט צעשניטן

Caribbean Cycle: A White Ship Splitting the Horizon

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

* * *

געבויט אַ ייִנגעלע אַ טורעם אויפֿן זאַמד,
נאָר יעדע נײַע כוואַליע האָט צעשווענקט די ווענט —
אַזוי שוין פֿירט זיך פֿון די עלטסטע צײַטן אָן.
דעם כּלל דאָס קינד האָט נישט געוווּסט און זײַנע הענט
אויף ס’נײַ דעם טורעם אויפֿגעשטעלט און נישט געזאַמט
געצויגן אים אַרויף אין שפּיל מיט ים פֿאַרטאָן.
געבענטשט זאָל זײַן עקשנות פֿון אַ קינד!


* * *

דער נאָמען פֿונעם רעסטאָראַן האָט מיך פֿאַרנאַרט,
געווירצן־ריח עקזאָטישע גערייצט מײַן נאָז
און שאַרפֿקייט פֿון מאכלים האָט די צונג געבריט.
איצט ווייס איך שוין דעם טעם פֿון אַזיאַטישן גענאָס —
דער אויגנשניט פֿון מיידל האָט די גאַנצע נאַכט
געוועקט מיך און אין לאַנד גערופֿן “טאַמאַרינד”.
אויף טעלער ברייטע געבראַכט האָט זי מיר סם.


* * *

די וואַסער זוכט אַ לעכעלע אין וואַנט אַ קליינס,
מיט יעדן טראָפּן פּרוּווט די שטיינער אײַנגעשפּאַרט,
און נישטערט זיך אַרויסצורײַסן אויף דער פֿרײַ.
אַ טראָפּנדל פֿאַרלוירנס פֿיל איך זיך געשפּאַנט,
ווען כ’טרעף אין טיפֿעניש פֿון חוצפּה־ים. איך ווייס,
אַז נאָר איין לייטער וועט מיך ראַטעווען געטרײַ —
מײַן לשון וועט נישט לאָזן מיך אַליין.


* * *

געהאָנגען מאַסקעס אין אַ סוּווענירן־קלייט,
דעם אויפֿמערק פֿון די קונים צוגעצויגן זיי,
און בלויז די הויכע פּרײַז פֿון קניה אָפּגעשרעקט.
אין קאַראַהאָד דעם ריטמישן פֿון טאָג־פֿאַרזיי
צבֿועקישקייט דערזען נישט יעדער איז גענייגט
און מיט רעספּעקט ער נעמט עס אָן, און נישט באַשרענקט.
ווי ריינגעלט שאַצן זיך גרימאַסעס אָפּ.


* * *

דער אויער פֿון מײַן יוגנט אין אַ ווירבל־דריי,
פֿאַרשלעפּט אין טיפֿעניש פֿון דער נשמה — קלאַנג;
האָט ער אַ ניגון אויסגעפֿידלט פֿון מײַן וועלט.
פֿון כּוס וואָס מאַכט מיך עלטער, טרינק איך דעם געטראַנק,
און פּיטשיקאַטאָ דרימבל הערט זיך שטילערהייט —
צעקנייטשט מײַן אויער איז און ווי אַ קווייט פֿאַרוועלקט.
נאָר שאַרף ער פֿילט די פֿאַלשקייט פֿונעם טאָן.


* * *

פֿון ווינקל אין קאַפֿע אַ שטילע הערט זיך שטים,
באַגלייט פֿון טריִאָ: פּיאַנע, באַס און פּויק־און־טאַץ;
און ווי אַ בלעזל פֿון אַ בלאָז, געשוועבט דער בלוז.
לויִ אַרמסטראָנג — אַ שאָטן שפּליטערס ביסער גלאַנץ —
די מאָדע מוזיקאַלישע אויך הײַנט באַשטימט,
און שווענקט זײַן הייזערקייט אין קאַלטן וויסקי גלאָז.
אַ שמייכל הענגט אויף פּערל ווײַסע ציין.


* * *

די וואַסער אויף פּלאַזשעס קאַריביער געשפּילט מיט באַזונדער קאָליר
דורך שטראַל, ווי אַ שטרויעלע דינס, האָט מײַן אויג אײַנגעזאַפּט דעם קאָקטייל,
וואָס געמאַכט בגילופֿין די לופֿט מיטן גאָלדענעם פֿינקל פֿון ליכט.
אויף פּאַליטרע פֿון ווערטער, באַגריפֿן אַזאַ נישט געפֿונען זיך אייל…
מיט אַ מאָל איבער קאָפּ, ווי געשפּענסט, האָט אַ מעווע געטאָן שימעריר,
צי דער מולד אַראָפּ פֿונעם זין און פֿאַרלוירן אין ים זײַן געזיכט.
אינעם זאַמד אײַנגעזאַפּט איז געבליבן די זאַפֿט פֿון דער פֿאַרב.


* * *

אַ טאַנץ, געמיינט, אַרײַנגעבראַכט פֿון הייסן קאַנט;
מײַן דמיון אויפֿגעפֿלאַמט פֿון אויסגעטאָקטן טאַקט
אָפּצאַסנס ריטעם קנאַק צו ברעטער צוגעקלאַפּט.
ווען כ’האָב דאָס וואָרט באַטאַפּט, מיט צונג דעם טעם געפּאַקט,
געוואָרן מיר דער סוד פֿון מאָדנעם וואָרט באַקאַנט —
פֿון פֿעפֿערל אַ האַרבס דעם אָטעם קוים געכאַפּט.
“כאַלאַפּעניאָ” — הייסט דער פֿעפֿערדיקער טאַנץ!


* * *

קאַיאָר זיך אויפֿגעוועקט צו דער באַשערטער צײַט.
און צווישן ליפּן בויגן — ים־און־הימל רויט
דעם שפּיץ פֿון צונג אַרויסגעשטעקט — דעם טאָג פֿאַרזוכט.
געציטערט אין דער לופֿט די דינע שטראַלן קנויט;
און וואָלקנס שעמעוודיק געשאַרט זיך בײַ דער זײַט,
די ברעקלעך מעש, פֿאַרלוירענע פֿון זון, געזוכט.
אַ ווײַסע שיף דעם האָריזאָנט צעשניטן.