Boris Sandler

אַפּאָקריפֿן (10, 11)

Apocrypha (10, 11)

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

יפֿתּחס טאָכטער

צומאָל, געשטעלט זיך קעגן גיכן גאַנג פֿון צײַט,
שוין וויסנדיק דעם סוף פֿון דער געשיכטע,
באַצייכן איך אין רוים אַ קרײַז מיט קרײַד
און מיטן מוח־שאַרף איך שנײַד די תּקופֿות שיכטן.

איך טרעף מיט מײַן געזיכט אין לאַנד אַ ווײַטס, אַ ווילדס,
און דאָרט אויף שמאָלער סטעזשקע צו אַ הייל
אַנטקעגן גייט אַ מיידל — שיין ווי פֿון אַ בילד
וואָלט זי אַראָפּ, געמאָלט פֿון גרויסן ראַפֿאַעל.

„ווער ביסטו, מיידל שיינס? פֿון וואָסער שבֿט שטאַמסט?‟
און כ’האָב דערהערט, ווי ס’וואָלט אַ טויב אין צויבער לופֿט
געוואָרקט צו מיר, מיט נײַגער אָפּגעסמט:
„כ’בין יפֿתּחס טאָכטער, די ערשטע קום איך אויף זײַן רוף!‟

דערהערט די ווערטער אירע, האָט זיך מײַן האַרץ צעוויינט.
וואָס קאָן דען אָבער אויפֿטאָן אַ פּאָעט —
אַליין אַ קלאַנג אַ שיינער פֿון דער כּישוף־פֿלייט,
וואָס הערט זיך קוים־עט אינעם געטלעכן סוזשעט?

האָב איך געשפּילט איר אויף מײַן פֿלייט די גאַנצע נאַכט,
ווי יענער יונג פֿאַרליבטער אויף זײַן האַרף,
און גאָט געבעטן בלויז: „פֿאַרהאַלט אין וועג יפֿתּח,
פֿאַרשפּאַר אים אין אַ קרעטשמע, אין קדחת וואַרף!…‟

………………………………………………….

אָ, גאָט, מײַן גאָט! דו ביסט דער גרעסטער דראַמאַטורג
און דײַן טעאַטער איז די גאַנצע וועלט.
איך וואָלט, אַוודאי, דאָרט גענעכטיקט און געטאָגט,
אַ שאָד, אַ גוטער רעזשיסאָר די פּיעסעס דײַנע פֿעלט.


מתושלחס סוד

מתושלח — נאָמען פֿון אַ מאַן אין די דורות פֿאַרן מבול
וואָס האָט געלעבט 969 יאָר.

געווען מתושלח שוין בלינד און שוין טויב,
כּל־זמן נישט באַגעגנט די יונגעטשקע מויד,
באַגעגנט דער אַלטער די שיינינקע מייד
געלאָזט זיך אין מאַרק און געקויפֿט איר אַ קלייד.

געווען איז דאָס קליידל אַ גרינס מיט אַ פּאַס
און האָט דער קראַסאַוויצע זייער געפּאַסט.
אַ טשמאָקע געטאָן זיס דעם אַלטן אין באַק,
האָט זי אַ פּאָר שיך צו דעם קליידל פֿאַרלאַנגט.

אַ מיידל פֿאַרלאַנג, מוז מען לויפֿן אין קלייט,
ער האָט שוין דאָס מיידל באַשוכט און באַקליידט!
ביז הימל צופֿרידן דער אַלטיטשקער ייִד,
אַזאַ שטיק מציאה האָט גאָט אים געשיקט.

געשען אָבער ווײַטער, וואָס טוט מיר אַ קלעם,
אַנטלאָפֿן די מויד מיט אַ שייגעץ אין שכם…
ווי ס‘האָט זיך אַנטדעקט אין די ווענט פֿון ש‟ב,
געווען איז די מויד אַן אַראַבער אַגענט.

וואָס זוכט אַ שפּיאָן בײַ אַ זקן אין בעט?
אין דעם טאַקע שטעקט דער מלוכה־סעקרעט!
אין דעם און נישט נאָר — איר פֿאַרשטייט שוין דעם טאָלק…
לעבן זאָל אייביק דאָס ייִדישע פֿאָלק!