ירושלים הערט זיך צו צום מידבר,
צום שאָרך פֿון זאַמדן אונטער קעמלס טריט,
וואָס אויף די הויקערס דורך דורות,
דאָס וויגעלע פֿון צײַטן וויגט.
דער ניגון נודנער בעדויִנער,
ווי רויטער פֿאָדעם ציט זיך דין;
פֿאַרבינדט דעם הײַנט מיט שבֿטים ווײַטע
דאָס תּפֿילה־קול פֿון מועדזין.
ירושלים בלעטערט שמות אַלטע;
און סיליעט אָן זיי אויפֿן מיגדל דוד,
ווי רעכנביינדלעך דער בוכהאַלטער,
וואָס קאַרגע טיילט דער וועלט נדבֿות.
די שײַן פֿון ליכט צעשפּרייט זיך ווײַט
מיט אַלע מיטלען פֿון „הײַטעק‟,
און ווערט פֿאַרשפּאַרט אין ווינקלען טעמפּע
פֿון די אמונות אַ דרײַעק.
ירושלים הערט זיך צו צו גאָט
מיט אויערן פֿון קדושים אין די דורות,
מיט אַ פֿאַרקילטער טרער אין שטיין
פֿון אָבֿות ווײַטע די קול־קוראס.
אויף הפֿקר בלײַבן די שערים,
דער אמת זינקט אין בין־השמשות…
צעטרענצלען לאָז נישט די ירושה,
די הייליקייט פֿון דײַנע אותיות.
צומאָל, געשטעלט זיך קעגן גיכן גאַנג פֿון צײַט,
שוין וויסנדיק דעם סוף פֿון דער געשיכטע,
באַצייכן איך אין רוים אַ קרײַז מיט קרײַד
און מיטן מוח־שאַרף איך שנײַד די תּקופֿות שיכטן.
איך טרעף מיט מײַן געזיכט אין לאַנד אַ ווײַטס, אַ ווילדס,
און דאָרט אויף שמאָלער סטעזשקע צו אַ הייל
אַנטקעגן גייט אַ מיידל — שיין ווי פֿון אַ בילד
וואָלט זי אַראָפּ, געמאָלט פֿון גרויסן ראַפֿאַעל.
„ווער ביסטו, מיידל שיינס? פֿון וואָסער שבֿט שטאַמסט?‟ —
און כ’האָב דערהערט, ווי ס’וואָלט אַ טויב אין צויבער לופֿט
געוואָרקט צו מיר, מיט נײַגער אָפּגעסמט:
„כ’בין יפֿתּחס טאָכטער, די ערשטע קום איך אויף זײַן רוף!‟
דערהערט די ווערטער אירע, האָט זיך מײַן האַרץ צעוויינט.
וואָס קאָן דען אָבער אויפֿטאָן אַ פּאָעט —
אַליין אַ קלאַנג אַ שיינער פֿון דער כּישוף־פֿלייט,
וואָס הערט זיך קוים־עט אינעם געטלעכן סוזשעט?
האָב איך געשפּילט איר אויף מײַן פֿלייט די גאַנצע נאַכט,
ווי יענער יונג פֿאַרליבטער אויף זײַן האַרף,
און גאָט געבעטן בלויז: „פֿאַרהאַלט אין וועג יפֿתּח,
פֿאַרשפּאַר אים אין אַ קרעטשמע, אין קדחת וואַרף!…‟
……………………………………………………………………
אָ, גאָט, מײַן גאָט! דו ביסט דער גרעסטער דראַמאַטורג
און דײַן טעאַטער איז די גאַנצע וועלט.
איך וואָלט, אַוודאי, דאָרט גענעכטיקט און געטאָגט,
אַ שאָד, אַ גוטער רעזשיסאָר די פּיסעס דײַנע פֿעלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.