The Yiddish Daily Forward – Blogs – Vayter
//blogs.yiddish.forward.com
The Forward, an independent, high-profile weekly newspaper, is a fearless and indispensable source of news and opinion on Jewish affairs.
en-us
Symphony 2.0

„געמישטע טענץ‟ בײַ ייִדן
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/192846/

<image name="GollancePic_vayter_web.jpg" align="right" />

סאָניאַ גאַלאַנץ איז ניט קיין פּנים־חדשות אין דער ייִדישער טאַנץ־סבֿיבה און אין דער וועלט פֿון ייִדישע לימודים. זי איז אַ דאָקטאָראַנטקע אין דעם אָפּטייל פֿון דײַטשישע שפּראַכן און ליטעראַטור בײַם פּענסילווייניער אוניווערסיטעט. זי האָט שוין געוווּנען עטלעכע חשובֿע סטיפּענדיעס צו פֿאָרשן אינעם „ייִוואָ‟ און אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון ישראל; זי פֿאָרשט איצטער אין ווין, אַלץ אויף דער טעמע פֿון געמישטע טענץ (וווּ מענער און פֿרויען טאַנצן צוזאַמען) אין דער ייִדישער און דײַטשישער ליטעראַטור.

נישט נאָר פֿאָרשט זי — זי איז אַליין אַ באַגאַבטע טענצערין און האָט דעם זומער געאַרבעט ווי אַ טאַנץ־לערערין אין „קלעז־קאַנאַדע‟.

צווישן די מקורים, וואָס סאָניאַ האָט געניצט אין דער ניו־יאָרקער שטאָט־ביבליאָטעק זענען ייִדישע און דײַטשישע צײַטשריפֿטן, ווי למשל, „דער איזראַעליט‟, „איזראַעליטישעס פֿאַמיליענבלאַט‟, און „די צוקונפֿט‟. איך האָב לעצטנס געהאַט די געלעגנהייט צו שמועסן מיט איר וועגן פֿאָרשונג און טענץ.

Click here for the rest of the article...
Tue, 01 Dec 2015 12:58:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/192846/

אַ לינגוויסטישע עקספּעדיציע אין באַסאַראַביע
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/192824/

דעם פֿאַרגאַנגענעם יולי איז פֿאָרגעקומען אַ לינגוויסטישע עקספּעדיציע קיין באַסאַראַביע, הײַנט מאָלדאָווע. אַ גרופּע מאָסקווער ייִדישיסטן זענען אַהין געפֿאָרן, כּדי צו פֿאָרשן סײַ קליינע דיאַלעקטישע ענינים, סײַ אָנצוקלײַבן טעקסטן פֿאַרן ייִדישן מולטימעדיע־קאָרפּוס (//web-corpora.net/YiddishMultimediaCorpus/search).

<image name="Tanya-yidd-1-web.jpg" align="right" />

די עקספּעדיציע איז אָרגאַניזירט געוואָרן לויט דער טראַדיציע, וואָס מע האָט געירשנט בײַ די מאָסקווער לינגוויסטן. דאָס הייסט: אַ גרופּע סטודענטן לערנט זיך די שפּראַך במשך פֿון דעם שול־יאָר, און יעדערער קלײַבט אויס אײן לינגוויסטישע טעמע. דערנאָך פֿאָרט די גרופּע, צוזאַמען מיט אַ פּאָר לערערס אין אַ ראַיאָן, װוּ מע רעדט די שפּראַך, כּדי צו פֿאָרשן, װי מע זאָגט, „אין פֿעלד‟.

Click here for the rest of the article...
Tue, 01 Dec 2015 12:56:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/192824/

**קינדער־ווינקל** — װעגן זיך אַלײן
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/192820/

<image name="Irwin-Beatrix_100_web.jpg" align="right" />

בלימאַ בורשטין־אורווין* איז אַ נײַן־יאָריקע תּלמידה אין דער שלום־עליכם שול אין מעלבורן. זי האָט בלויז אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש הײַיאָר אין פֿעברואַר ווײַל איר משפּחה האָט זיך איבערגעקליבן פֿון סידנע קיין מעלבורן. ווי מע קען זען, האָט זי זיך גיך אויסגעלערנט צו שרײַבן אויף מאַמע־לשון. איר עלטער־זיידע, סענדער בורשטין, איז געווען אַ גרינדער פֿונעם מעלבורנער בונד און האָט געהאָלפֿן צו גרינדן די „שלום־עליכם שול‟, וווּ עס לערנט זיך זײַן אור־אייניקל בלימאַ.

איך הײס בלימאַ. איך בין נײַן יאָר אַלט. מײַנע האָר זײַנען ברױן און מײַנע אױגן זײַנען ברױן.

איך האָב ליב חיות. מײַן באַליבסטע חיה איז דער טיגער.

איך האָב אַ ברודער, אַ מאַמע, אַ טאַטע, צװײ באָבעס און אַ זײדע. מײַן קאַץ איז װײַס. זי הײסט װילקאָ. װילקאָ איז 15 יאָר אַלט.

איך לערן זיך אין דער שלום־עליכם שול. מײַן קלאַס־צימער לערערין איז, לערערין סגל, און מײַן ייִדיש־לערערין הײסט לערערין רײזל. מײַנע שול־פֿרײַנד זײַנען מײַעלע, שײנדל, מינעלע און יצחקל.

מײַן ברודער איז זיבן יאָר אַלט. ער הײסט לײבל. ער האָט ליב זיך אָנצוטאָן אין קאָסטיומען.

איך האָב ליב צו לײענען ביטריקס פּאָטערס ביכער. איך האָב זײער ליב דאָס בוך „פּיטער העזעלע‟. מײַן באַליבסטער פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט איז עסענדאָן! מײַן מאַנשאַפֿטס קאָלירן זײַנען רױט און שװאַרץ.

Click here for the rest of the article...
Tue, 01 Dec 2015 12:52:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/192820/

**קינדער־ווינקל** — לפֿני עיוור לא תיתּן מכשול
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/192818/

<image width="full" name="banana-vayter-web.jpg" />

באַנאַנע־שאָלעכץ

אויפֿן דיל.

אוי, ס’איז געל, אָבער

זייער ניט „קיל*‟.

אַ מענטש קומט צו גיין

און זעט עס ניט.

טרעט ער אויפֿן שאָלעכץ

און

פֿאַלט

אַראָפּ

אויפֿן

דיל.

*קיל — באַקוועם, גוט, צוציִעק. פֿונעם ענגלישן cool.

Click here for the rest of the article...
Tue, 01 Dec 2015 12:50:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/192818/

איין טאָג אינעם לעבן פֿון אַ ייִדישער ביבליאָטעקערין
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/191522/

וואָס מיינט עס, צו זײַן אַ ייִדישע ביבליאָטעקערין הײַנט? וואָס טוט מען בײַ דער אַרבעט?

צי איז עס טאַקע אמת, אַז מען זיצט און מע לייענט ביכער אַ גאַנצן טאָג?

לאָמיר זען, וואָס ס׳קומט פֿאָר במשך פֿון איין טאָג אינעם ייִדישן אָפּטייל אויפֿן נאָמען „דורות‟, אין דער ניו־יאָרקער שטאָטישער ביבליאָטעק.

//www.nypl.org/locations/divisions/jewish-division

Click here for the rest of the article...
Mon, 12 Oct 2015 11:58:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/191522/

ייִדן אין דער מולטי־קולטורעלער אויסטראַלישער פֿוסבאָל־ליגע
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/191524/

<image name="reyzl-bio-web.jpg" align="right" />

רײזל זילבערמאַן איז אַ ייִדיש־לערערין בײַ דער שלום־עליכם שול אין מעלבורן, אױסטראַליע. זי איז אַ געװעזענע העלפֿערין און פֿאָרזיצערין פֿונעם מעלבורנער „סקיף‟. זי איז אַן „אײ־עף־על‟ מולטי־קולטורעלע אַמבאַסאַדאָרין צו דער ייִדישער קהילה און איז הײַיאָר געװאָרן די „אײ־עף־על‟ מולטי־קולטורעלע אַמבאַסאַדאָרין פֿונעם יאָר פֿאַר דעם דרום־מיזרחדיקן ראַיאָן.

דאָ אין מעלבורן, אַז מען רעדט וועגן „פֿוסבאָל‟, מיינט מען דעם אויסטראַלישן פֿוסבאָל.

פֿאַר די פֿון אײַך װעלכע האָבן קײן מאָל נישט געזען קיין אויסטראַלישע פוסבאָל־שפּיל, דאַרפֿט איר זיך פֿאָרשטעלן אַ מין ספּאָרט־טשאָלנט מיט סאָקער („פֿוטבאַל‟ אין ענגלאַנד), ראָגבי און קוישבאַל אַרײַנגעמישט — אָבער אָן שום פֿאַרזיכערונגס־מיטלען.

אין מעלבורן איז פֿוסבאָל אַ מין „רעליגיע”. אַז מע וווינט אין מעלבורן מוז מען אונטערשטיצן אַ מאַנשאַפֿט. ווען מײַן משפּחה איז ערשט אָנגעקומען קיין מעלבורן האָט מען אויסגעקליבן די מעלבורנער פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט. און אַזוי איז די מאַנשאַפֿט געוואָרן אױך מײַן באַליבטסטע מאַנשאַפֿט.

<image name="reyzl-gillon-mclachlan2_web.jpg" align="right" />

איך בין אויפֿגעוואַקסן, קוקנדיק אויף פֿיל פֿעיִקע פֿוסבאָל־שפּילער, צווישן זיי אַ סך שפּילער פֿון מולטי־קולטורעלן אָפּשטאַם. דאָס האָט נישט אויסגעזען מאָדנע. דער קאַרלטאַנער שפּילער אַנטאָני קוטאָפֿידיס איז געווען פֿון גריכישן־איטאַליענישן אָפּשטאַם; מײַן באַליבטסטער מעלבורנער שפּילער דזשים סטײַנס איז געבוירן געוואָרן אין אירלאַנד. די אויסטראַלישע פֿוסבאָל־ליגע איז געווען פֿול מיט אַזעלכע מולטי־קולטורעלע שפּילער.

הײַנט צו טאָג איז די לאַגע אַן ענלעכע. די צאָל מולטי־קולטורעלע שפּילער וואַקסט כּסדר. דערפֿאַר, מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָט מען געגרינדעט די מולטי־קולטורעלע פּראָגראַם בײַ דער אױסטראַלישער פֿוסבאָל־ליגע („איי־עף־על‟), כּדי מע זאָל בעסער אונטערשטיצן די שפּילער און די מולטי־קולטורעלע באַפֿעלקערונגען פֿון אויסטראַליע.

Click here for the rest of the article...
Mon, 12 Oct 2015 11:54:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/191524/

„סלעם‟־קינדערלידער פֿון דער ייִדיש־וואָך 2015
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/191535/

<image width="full" name="Children-Yiddish-Week_web.jpg" />

פֿאַר וואָס

ביילקע בערגער־סאָלאָד (11 יאָר אַלט)

פֿאַר וואָס איך האָב ליב האַרבסט, בלעטער און אַנדערע שיינע זאַכן:

קאָליר.

לעבן

מיכל בערגער־סאָלאָד

לעבן.

Click here for the rest of the article...
Mon, 12 Oct 2015 11:50:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/191535/

„מוסר־יאָגאַ‟ — אַ נײַע שיטה
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/190436/

<image name="Sophie_web.jpg" align="right" />

שיפֿרה הובער איז אַ סטודענטקע אין „פּרינסטאָן‟־אוניווערסיטעט. זי האָט שטודירט ייִדיש אין דער „ייִוואָ‟ זומער־פּראָגראַם, ווי אויך אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟.

אין דער ייִדישער רעליגיע, טראַכט מען אָפֿטמאָל װעגן דער פֿאַראײניקונג צװישן גשמיות און רוחניות, דאָס הײסט, צװישן דעם מאַטעריעלן און דעם גײַסטיקן טײל פֿונעם לעבן. מע האַלט, אַז די צװײ טײלן אַרבעטן צוזאַמען. מע טאָר נישט אָפּרײַסן אײן טײל פֿונעם צװײטן, אַזױ ווי מע טאָר נישט אױסקומען נאָר מיט אײנעם. נאָך דערצו זאָגט מען, אַז מע ניצט טאַקע דעם רוחניותדיקן טײל, כּדי אַרױפֿצוהײבן דעם גשמיותדיקן טײל, און דעם גשמיותדיקן טײל, דערקעגן, ניצט מען אַרײַנצוטאָן אין אונדזער װעלט דעם רוחניותדיקן טײל.

ס׳איז אָבער זייער זעלטן, אַז מע זעט אַזאַ קלאָרן אָנװײַז פֿון דעם פּרינציפּ װי אין עדית בראָטמאַנס „Mussar Yoga“ (מוסר־יאָגאַ). עדית בראָטמאַן, אַ דאָקטאָרשע אין סאָציאָלאָגיע און אַ פּראָפֿעסיאָנאַלע יאָגאַ־לערערין, האָט אױסגעטראַכט אַ נײַע מעטאָדע פֿון יאָגאַ, װאָס נעמט אין זיך אַרײַן די פּרינציפּן פֿון „מוסר“. מוסר איז אַ ייִדישע רעליגיעזע שיטה, װאָס לערנט אופֿנים, װי אַזױ מע קען פֿאַרבעסערן די מידות, און בפֿירוש, װי אַזױ צו מאַכן, אַז מע זאָל *װילן* טאַקע טאָן די ריכטיקע זאַכן.

<image name="Yoga-2-300x198web.jpg" align="right" />

Click here for the rest of the article...
Mon, 24 Aug 2015 05:10:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/190436/

100סטן נומער „טעם־טעם‟
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/190440/

<image name="natalia_taamtaam-author-.jpg" align="right" />

נאַטאַליע קריניצקאַ איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן און אַרבעט בײַם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟ זינט 2000. זי האָט געלערנט ייִדיש־קורסן אין פּאַריז, ווילנע און פּוילן און פֿאָרשט אויס די ייִדישע ליטעראַטור. אַ מומחה איעם געביט פֿון דעם, ווי אַזוי די פּויליש־ייִדישע באַציִונגען ווערן אָפּגעשפּיגלט אין ביידע ליטעראַטורן, האָט זי אויך רעדאַקטירט אַ זאַמלונג לידער פֿון מרים אולינאָווער, וואָס דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟ האָט אַרויסגעלאָזט אין 2003.

נאַטאַליע קריניצקאַ, די רעדאַקטאָרשע פֿונעם „טעם־טעם‟ דערקלערט אינעם פֿאָלגנדיקן אינטערוויו מיטן „ווײַטער‟, די צילן און אויפֿגאַבעס פֿון דער פּובליקאַציע און פֿאַר וואָס מע וויל לערנען סטודענטן ווי אַזוי צו רעדן וועגן סעקס אויף ייִדיש.

וואָס איז דער ציל הײַנט פֿונעם „טעם־טעם‟?

<image name="Tam-tam-WEB.jpg" align="right" />

אונדזער גאַנצע „פֿילאָסאָפֿיע‟ שטעקט שוין אינעם טיטל: דער ייִדישער „טעם־טעם‟ איז אַ קאָמוניקאַציע־מיטל (ווי אַ מין „טאַמטאַם‟־פּויק טאַקע) מיט אַ ייִדישן טעם (דערפֿאַר שרײַבט מען עס מיט אַן “ע”, אָבער מע רעדט עס אַרויס מיט אַ „פּתח־אַלף‟). דער ציל איז צו געבן ייִדיש־לערנערס פֿון דער גאַנצער וועלט אינטערעסאַנטע, הײַנט־צײַטיקע לייען־מאַטעריאַלן צוגעפּאַסט פֿאַר פֿאַרשיידענע מדרגות, פֿון אָנהייבער ביז אַוואַנסירטע. אַזוי ווי דער גאַנצער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟, זענען מיר וועלטלעך און אומפּאָליטיש. אינעם „טעם־טעם‟ קען מען געפֿינען אַרטיקלען, ליטעראַרישע טעקסטן פֿון אַ מאָל און הײַנט, גלאָסאַרן און שפּילן — דאָס אַלץ מיט דערקלערונגען פֿון שווערע ווערטער אויף פֿראַנצייזיש און ענגליש. פֿאַר די, וואָס קענען נאָך ניט לייענען דעם „פֿאָרווערטס‟, דינען מיר אויך ווי אַן אינפֿאָרמאַציע־בלעטל וועגן דעם, וואָס עס טוט זיך אויף דער ייִדיש־וועלט: מיר דרוקן אָפּ נײַעס פֿונעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟ און באַריכטן פֿון אַ סך לענדער, צעגעשיקטע דורך אונדזערע קאָרעספּאָנדענטן אין אויסלאַנד (זײַט וויסן, אַז יעדער לייענער קען אויך ווערן אַ קאָרעספּאָנדענט). דאָס וויכטיקסטע פֿאַר אונדז איז, אַז דער „טעם־טעם‟ זאָל האָבן אַ גוטע שפּראַך־מדרגה. דערפֿאַר ווערן אַלע מאַטעריאַלן — אי די אָנגעשריבענע דורך די רעדאַקציע־מיטגלידער, אי די צוגעקומענע פֿון דרויסן, איבערגעקוקט דורך אונדזער שפּראַך־משגיח, יצחק ניבאָרסקי, וואָס איז אויך דער „גײַסטיקער טאַטע‟ פֿונעם „טעם־טעם‟.

Click here for the rest of the article...
Mon, 24 Aug 2015 05:06:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/190440/

„בלויז אַ ציגל אין וואַנט‟
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/190444/

אַזוי ווי די יונגע־רעדערס פֿון אַ סך קליינע באַדראָטע שפּראַכן, פּרובירן די יונגע ייִדישיסטן צופּאַסן זייער שפּראַך צו די מאָדערנע קולטורעלע אומשטענדן, אָדער בעסער געזאָגט, אויסצודריקן די הײַנטיקע קולטור אויף זייער מאַמע־לשון. לעצטנס אויף דער „ייִדיש־וואָך‟ האָבן צוויי יוגנטרופֿניקעס, אַרעלע ווישוואַנאַט און נפֿתּלי איידלמאַן, איבערגעזעצט צוויי באַקאַנטע לידער פֿון „פּינק־פֿלוידס‟ אַלבאָם „דער מויער‟ און זיי פֿאָרגעשטעלט צוזאַמען מיט אַ קינדער־כאָר, מיט וועלכן זיי האָבן דיריגירט.

Click here for the rest of the article...
Mon, 24 Aug 2015 05:04:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/190444/

פֿון „חורבן טיטאַניק‟ ביז „חורבן קאַטרינאַ‟
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/190446/

<image name="Titanic-Yid_web.jpg" align="right" />

די ייִדישע פֿאָלקס־מוזיק איז דאָך אַ לעבעדיקע טראַדיציע אָבער ס׳איז אויך, געוויינטלעך, אַ טראַדיציע וואָס באַהאַנדלט מער די טעמעס וואָס האָבן צו טאָן מיט דער פֿאַרגאַנגענהייט ווי מיט די הײַנטיקע געשעענישן. דאָס זעט מען, בפֿירוש, בײַם בלעטערן די נײַע ייִדישע אַלבאָמען פֿון די לעצטע 20 יאָר, אין וועלכע ס׳רובֿ נײַ־געשריבענע לידער אויף ייִדיש האָבן צו טאָן מיט אַלטע פֿאָלקס־מאָטיוון ווי דאָס לעבן אין שטעטל, כעלעם, חדר־ייִנגלעך און אַזוי ווײַטער. עס זענען אַוודאַי פֿאַראַן וויכטיקע אויסנאַמען אַזוי ווי ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס „באַלאַדע פֿונעם 11טן סעפּטעמבער‟, מרים חיה־סגלס „די באַהאַלטענע ליבע‟ (וועגן האָמאָסעקסועלער ליבע) און מײַקל וועקס ליד פֿאַרן „קלעזמאַטיקס‟ וועגן מאַריכואַנע „מזמור שיר להניף‟. זיי זענען אָבער דאָך זעלטענע אויסנאַמען.

Click here for the rest of the article...
Mon, 24 Aug 2015 05:02:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/190446/

אַז מע זוכט, געפֿינט מען
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/189714/

<image name="Rivka-Photo-web.jpg" align="right" />

רבֿקה גאַלפּערן איז אַ סטודענקע אין דער האָנאָרס־פּראָגראַם אין „ברוך קאָלעדזש‟. זי שטודירט יידישע קולטור און געשיכטע דורך דער CUNY Baccalaureate for Unique and Interdisciplinary Studies Program. זי שרײַבט איר טעזע וועגן ה. לייוויקס ליטעראַרישער רעאַקציע צו דעם חורבן. זי שטאַמט פֿון ניו־יאָרק.

<image name="Sheepshead_Bay_Station_web.jpg" />

יעדעס יאָר פֿאָרט די משפּחה אין „שיפּסהעד־ביי‟, דער מאַמעס אַמאָליקער געגנט, צו באַזוכן אַ חבֿר, מאַכן אַ באַרבעקיו, און זיך אָפּרוען אין דער שטילער געגנט. עס איז געוויינטלעך פֿאַר מיר גאָר נודנע, אַ טאָג ווי אַלע אַנדערע. אָבער מיט בערך פֿיר יאָר צוריק, האָט עפּעס פּאַסירט, וואָס איז אויף אייביק אײַנגעקריצט געוואָרן אין מײַן זכּורן.

גייענדיק אויף די גאַסן מיט דער מאַמען, זײַנען אונדז פֿאַרבײַגעגאַנגען דרײַ אַלטע מענער. הערנדיק ווי זיי שמועסן אויף ייִדיש (אַ שפּראַך וואָס איך האָב דעמאָלט נישט געקענט), האָט די מאַמע זיך פּלוצלינג אומגעקערט און איז זיי נאָכגעלאָפֿן. איך בין געשטאַנען, פֿאַרגאַפֿט, ביז זי איז צו מיר צוריקגעקומען מיט טרערן אין די אויגן. „זיי האָבן גערעדט ייִדיש‟, האָט זי דערקלערט, „פּונקט ווי דער טאַטע פלעגט רעדן‟.

זינט איך האָב אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש, האָט די־אָ דערמאָנונג מיר אַ סך געשטערט. איך בין אַנטוישט, וואָס איך האָב נישט געקענט טיילן דעם מאָמענט מיט דער מאַמען. צוליב דעם האָב איך זיך הײַיאָר געשטרעבט פֿאַר אַ ציל; צו געפֿינען אַ געבוירענעם ייִדיש־רעדער, אַן אימיגראַנט פֿון אייראָפּע, אין „שיפּסהעד־ביי‟.

Click here for the rest of the article...
Mon, 27 Jul 2015 05:58:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/189714/

דאָס קול פֿון אַבֿרהם סוצקעווער
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/189717/

<image name="Sutzkever-mod_vayter_web.jpg" align="right" />

דעם 15טן יולי 1913 איז אין סמאָרגאָן, ווײַסלאַנד, געבוירן געוואָרן דער גרויסער ייִדישער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער. סוצקעווער איז הײַנט ברייט באַוווּסט פֿאַר זײַנע לידער און פּאָעמעס; און זײַנע יאָרן ווי אַ פּאַרטיזאַנער אין ווילנער געטאָ און אין די אַרומיקע וועלדער. ער איז אויך געווען אַ וויכטיקער און טאַלאַנטירטער רעדאַקטאָר, פּראָזע־שרײַבער און רעדנדער, וואָס איז אויפֿגעטראָטן מיט רעפֿעראַטן איבער דער גאָרער וועלט.

ווען איך האָב געאַרבעט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, האָב איך אָנגעפֿירט מיט אַ פֿראָיעקט צו דיגיטאַליזירן דעם קלאַנג־אַרכיוו בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאַל‟. צווישן די הונדערטער ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן דאָרטן געהאַלטן רעדעס, איז סוצקעווער מסתּמא געווען דער פֿאַרכאַפּנדיקסטער צווישן זיי אַלע (אַנדערע מעגלעכע קאַנדידאַטן: חיים גראַדע, חוה ראָזענפֿאַרב, יעקבֿ גלאַטשטיין און אַבֿרהם יהושע העשיל). סוצקעווער האָט באַזוכט מאָנטרעאַל, צום ווייניקסטנס, פֿיר מאָל, אין 1959, 1964, 1968 און 1987, און האָט געהאַלטן צענדליקער רעדעס בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק‟. צווישן זיי האָט מען רעקאָרדירט 6 פֿאַרשידענע פּראָגראַמען, אַרײַנגערעכט צוויי פֿאָרמעלע רעפֿעראַטן (וועגן דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־ווילנע‟ און וועגן זײַן צוגאַנג צו פּאָעזיע), דרײַ קבלות־פּנימס און איין אָוונט פֿון ליטעראַרישע פֿאָרלייענונגען. די רעקאָרדירונגען זענען אינטערעסאַנט ניט בלויז צוליב דעם, וואָס מע קען זיך דערוויסן אַ סך וועגן דעם פּאָעטס אופֿן פֿאָרצולייענען זײַנע לידער, נאָר אויך ווײַל סוצקעווער איז דווקא געווען איינער פֿון די סאַמע בעסטע רעציטאַטאָרן פֿון זײַנע אייגענע לידער, וואָס די ייִדישע פּאָעזיע האָט אַמאָל פֿאַרמאָגט.

Click here for the rest of the article...
Mon, 27 Jul 2015 05:54:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/189717/

בײַ דער אַרבעט־פֿאַרמיטלונג
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/189720/

<image name="Bay-Der-ARbet-Farmitlung-Lezer-Burco-July-22-2015-4web.jpg" align="right" />

ווען איך האָב ערשט ערנסט אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש, האָב איך נישט געוווּסט, וווּ אָנצוהייבן מיט דער גערעדטער שפּראַך. פֿאַרשטייט זיך, באַלד האָב איך אַנטדעקט „יוגנטרוף‟, און איך בין געוואָרן אַ מיטגליד פֿון אַ סבֿיבֿה; אָבער דאָס איז נאָר געווען איין־צוויי שעה אַ וואָך, נישט גענוג צו לערנען זיך רעדן. ווי אַ סטודענט פֿון דײַטש האָב איך געוווּסט וואָס מע דאַרף טאָן — נאָך אַ יאָר אין דײַטשלאַנד האָב איך געקענט גוט דײַטש, האָב איך נאָר געדאַרפֿט געפֿינען דאָס ייִדישלאַנד. און צום גליק, איז עס ניט געווען שווער — פּורים בין איך און עטלעכע סטודענטן פֿון „קאָלומביע‟ און „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ געפֿאָרן קיין באָראָ־פּאַרק.

מיר האָבן געטאַנצט מיט די חסידים, געהערט דרשות אויף ייִדיש, און געזען צוויי ייִדישע פּורים־שפּילן. ווען ס׳איז דאָ אַזאַ זאַך ווי „ייִדישלאַנד‟, דאַרף עס זײַן אין ברוקלין — אין קיין אַנדער אָרט האָב איך נישט געזען אַזעלכע מאַסן, טויזנטער ייִדיש־רעדערס. קורץ נאָך דעם האָב איך באַשלאָסן צו זוכן אַרבעט אין אַ חסידישער געגנט, כּדי איך זאָל זיך קענען לערנען אַ היימישן ייִדיש. אָבער ווי אַזוי? אין אינטערנעץ, אויף „קרייגסליסטע‟, האָב איך גאָרנישט געפֿונען. איין נאָכמיטאָג בין איך אַרומגעגאַנגען אין די גאַסן פֿון וויליאַמסבורג זוכן אַרבעט — איך האָב געפֿרעגט בײַ צענדליקער קרעמער, נעבעך, אויף ענגליש. שוין דעמאָלט האָב איך געוווּסט, אַז די חסידים האָבן צו ווייניק אַרבעט פֿאַר זייער אייגענע יונגעלײַט; פֿאַר מיר, אַ פֿרעמדן, האָבן זיי גאָרנישט. אָבער מע האָט מיר געוווּנטשן הצלחה און געזאָגט, אַז איך דאַרף פֿרעגן בײַ דער „אַרבעט־פֿאַרמיטלונג‟ אויף קלײַמער־גאַס.

Click here for the rest of the article...
Mon, 27 Jul 2015 05:52:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/189720/

אַ מענטשלעכער פֿאַסאַד
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/189722/

<image name="Human-Facade_400web.jpg" align="right" />

די דאָזיקע מאָלערײַ איז וועגן דעם פּראָצעס פֿון אָננעמען דעם פֿאַקט, אַז מע לעבט, נאַטירלעך, מיט אַ געזעלשאַפֿטלעכן פֿאַסאַד. די מורא, אַז מענטשן וועלן זען אײַער אמתע נאַטור, איז אַ נאָרמאַלע זאַך, אַ תּקנה פֿונעם מענטשלעכן לעבן. מיר זענען אַלע אַקטיאָרן אין אַ פּוסטער וועלט, אַן עלנטער פֿיאַסקאָ פֿון טיפֿע געבײַען, וואָס באַהאַלטן זיך הינטער זײַן אייגענער אָביעקטיווער שיינהייט.

אָט איז אַ פּנים, וואָס איז אָבער, מער געבײַ ווי פּנים. מע קען זי ניט דערקענען. עס זעט אויס ווי זי פֿעלט. די מיסטעריע פֿון אונדזער עכטן תּוך באַהאַלט זיך הינטער דער אויספֿאָרמירטער סטרוקטור, וואָס מיר רופֿן אָן דעם „איך‟.

Click here for the rest of the article...
Mon, 27 Jul 2015 05:00:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/189722/

„ייִדן‟: אַ חסידישער שלאַגער מיט אַן אומדערוואַרטן ייִחוס
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/189179/

<image name="MBD-YIDN.gif" align="right" />

ס׳איז שוין אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אז די הײַנטצײַטיקע חסידישע מוזיקער, אַזוי ווי אַלע מוזיקער איבער דער וועלט, ווערן שטאַרק באַאײַנפֿלוסט פֿון דער מוזיק, וואָס זיי הערן אַרום זיך. די הײַנטיקע חסידישע פּאָפּ־זינגער נעמען פֿאַקטיש מעלאָדיעס און אַפֿילו גאַנצע לידער פֿון דער גוייִשער וועלט און פּאַסן זיי צו צו ייִדישע אָדער העברעיִשע ווערטער.
ווי ליפּאַ שמעלצער האָט דערקלערט בעת אַ רעדע, וואָס ער האָט געהאַלטן בײַם „קולטורפֿעסט‟, ווייסן ניט אַלעמאָל זײַנע פֿרומע צוהערער, פֿון וואַנען עס קומט אַ געוויסע מעלאָדיע אין זײַנע לידער, אָבער אַז זיי הערן די נײַע גוייִשע מעלאָדיע, הייבן זיי אָן זי צו באַטראַכטן ווי אַ „ייִדישע‟.

Click here for the rest of the article...
Thu, 02 Jul 2015 22:29:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/189179/

מײַן זיידע הערבערט לעדער
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/189185/

<image name="Australia-Picture440.gif" align="right" />

מײַן זיידע איז געווען הערבערט לעדער. ער איז געבוירן געוואָרן דעם 15טן אויגוסט, 1927, אין ווין, עסטרײַך. ער האָט געהאַט א ברודער, דשאַק, וואָס איז געבוירן געוואָרן 11 יאָר נאָך אים. זײַן מאַמעס נאָמען איז געווען האָדל (הילדע) ביבער און זײַן טאַטנס נאָמען איז געווען ריטשאַרד לעדער. מײַנע עלטערן האָבן מיך אָנגערופֿן נאָך הילדען אין ייִדיש.

ער איז אויפֿגעוואַקסן אין ווין, עסטרײַך, מיט זײַן מאַמען און טאַטן. ער איז געבוירן געוואָרן פֿאַרן חורבן. הערבערט האָט זיך געלערנט אין אַ שול אין עסטרײַך ביז 1938 (ווען ער איז געווען 11 יאָר אַלט). ער האָט זיך געלערנט אין אַ גענעראַלער פֿאָלק־שול מיט ייִדישע און ניט־ייִדישע קינדער. די ייִדישע קינדער זײַנען געבליבן באַזונדער פֿון די נישט-ייִדישע קינדער, ווײַל עס איז דעמאָלט געווען אַ סך אַנטיסעמיטיזם.

Click here for the rest of the article...
Thu, 02 Jul 2015 21:54:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/189185/

ייִדישע לידער לכּבֿוד דעם 4טן יולי
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/189182/

<image name="Jew-Yarmulke-American-Flag440.gif" align="right" />

די ייִדן, ווי אַ סך אימיגראַנטישע גרופּעס, האָבן געוואָלט סײַ זיך אַסימילירן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט און סײַ אָנהאַלטן זייערע וואָרצלען. איין אופֿן, ווי אַזוי מע האָט געקענט אויסדריקן שטאָלצקייט צו זײַן אַן אַמעריקאַנער און אין דער זעלביקער צײַט פֿײַערן די אייגענע קולטור, איז געווען צו זינגען אַמעריקאַנער לידער אויף ייִדיש. במשך פֿון די יאָרן פֿון דער מאַסן־אימיגראַציע קיין אַמעריקע (1881־1924) האָט מען געשאַפֿן אַ סך פֿאַרשידענע נוסחאות פֿון פּאַטריאָטישע אַמעריקאַנער לידער.

Click here for the rest of the article...
Thu, 02 Jul 2015 21:47:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/189182/

די שלאַכט פֿון וויליאַמסבורג
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/189189/

<image name="mculture300.gif" align="right" />

צוליב דעם אויסנאַם־צושטאַנד איז די אונטערבאַן ניט געפֿאָרן איבער דער מאַרסי־עוועניו־סטאַנציע. דער פֿאַרקער אויף בראָדוויי, די הויפּט־גאַס, וואָס געפֿינט זיך אונטער די באַנרעלסן, האָט זיך אין גאַנצן אָפּגעשטעלט. די ווייניק מענטשן אין די קרעמלעך און קיאָסקן האָבן געשפּירט די מאָדנע שטילקייט, דערשמעקט די סכּנה אין דער קאַלטער לופֿט.

די קלאַנגען האָבן זיך דערהערט פֿון צפֿון, פֿון וואַנען די ערשטע באַנדעס אַרטיסטן און כוליגאַנעס זײַנען געקומען פֿאַרנעמען שליסל־פּאָזיציעס הינטער די גרויסע אויטאָס און די ריזיקע זײַלן, וואָס טראָגן די באַנרעלסן. „פּאָנק־ראָק‟־מוזיק האָט געשפּילט פֿון די אָפֿענע פֿענצטערס אויף דער צפֿון-זײַט און מע האָט אויסגעשריגן, געבראָכן פֿענצטער אָדער געשאָסן אין דער לופֿטן, כּדי זיך צו דערמוטיקן מוט. צו ביסלעך זײַנען געקומען נאָך באַנדעס, נאָך און נאָך יונגע מענער און פֿרויען, מיט צעריסענע קליידער, געפֿאַרבטע האָר אָדער געגאָלטע קעפּ, ווילדע פֿריזורן, רינגלעך אין דער נאָז און אַרום די ליפּן. זיי האָבן געהאַלטן אין די הענט מעסערס, שטעקנס, פּיסטוילן, אָפּצעבראָכענע בירפֿלעשלעך. די פֿרויען האָבן געלאַכט און געכיכיקעט, די מענער — געזוכט מיט די אויגן סימנים פֿון שׂונא.

Click here for the rest of the article...
Thu, 02 Jul 2015 21:01:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/189189/

די פֿאָן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/188660/

<image name="Sebestyen2_web.jpg" align="right" />

שעבעשטיען פֿיומעיִ איז געבוירן געוואָרן אין 1992 אין בודאַפּעשט און וווינט הײַנט אין ווין, וווּ ער אַרבעט פֿאַר אַ דאָרטיקן ייִדישן זשורנאַל און שטודירט קונסט.

פֿאָנען זעט מען אױף בראָשורן, פּראָספּעקטן און װעבזײַטלעך אָפֿטמאָל װי אַ סימן פֿון שפּראַך־באַנוץ. זײ העלפֿן צוצוציִען דעם אױפֿמערק, אָדער פּשוט גרינגער צו מאַכן דעם אָפּקלײַב פֿון דער שפּראַך װאָס מען דאַרף. אױף די געצײלטע זײַטלעך, װוּ מען האָט, צװישן די גרױסע װעלט־שפּראַכן װי ענגליש, שפּאַניש, דײַטש, פֿראַנצױזיש, רוסיש, יאַפּאַניש, וכדומה אױך אַן אָפּציע פֿאַר ייִדיש, „װײַזט אָן” אױף דעם געװײנטלעך נאָר אַ גרױ קעסטעלע מיט אַ פֿראַגע־צײכן. צומאָל באַניצט מען פּשוט די ישׂראלדיקע פֿאָן (װאָס שטײט אין אַלגעמײן פֿאַר דער העברעיִשער שפּראַך). און װען מען האָט נאָך העברעיִש װי אַ ברירה, װערט עס אינגאַנצן אַ באַלאַגאַן.

<image name="800px-Yiddish_flag_web.jpg" align="right" />

װאָס ווײַטער, אַלץ מער: לאָמיר אַפֿילו ניט דערמאָנען, אַז די ישׂראלדיקע פֿאָן טראָגט די שׂינאה, װאָס די שפּראַך־פּאָליטיק פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק האָט אַרױסגעװיזן צו ייִדיש אין די יאָרן, נאָך אײדער די ציוניסטישע מדינה איז אױפֿגעקומען. דעריבער, קען עס נישט זײַן קײן פּאַסיקער סימבאָל פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך; עס װאָלט זיך געשאַפֿן אַ סתּירה, אַן אַנטאַגאָניזם. („רק עבֿריתּ” - האָט אַמאָל אַ ישׂראלדיקער בחור געזאָגט אין פּאָסט־אַמט צו אַ זקנה, אַ נאָר װאָס אָנגעקומענע פֿון ריגע, װען זי האָט געשטעלט אַ פֿראַגע אױף מאַמע־לשון. „אַ ראַק דיר אין קאָפּ”, האָט געענטפֿערט די אַלטיטשקע מיט כּעס.)

Click here for the rest of the article...
Mon, 15 Jun 2015 11:58:00 GMT-5
//blogs.yiddish.forward.com/vayter/188660/