עס איז ניט קיין גוזמא צו זאָגן, אַז אָן וועלוול פּאַסטערנאַק ז׳׳ל, וואָס איז דעם 11טן יוני אַוועק אין דער אייביקייט, וואָלט בכלל ניט פֿאָרגעקומען קיין רענעסאַנס פֿון דער ייִדישער מוזיק אין די 1970ער און 1980ער יאָרן, ניט בײַ די פֿרומע קרײַזן, ניט אין דער קלעזמער־וועלט. די ביכער וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן דורך זײַן פֿאַרלאַג „עטרה‟ זענען געווען דער גרונטשטיין, אויף וועלכן דורות מוזיקער און קאָמפּאָזיטאָרן האָבן צונויפֿגעשטעלט זייער רעפּערטואַר.
כאָטש וועלוול פּאַסטערנאַק האָט געזאַמלט און אַרויסגעגעבן ייִדישע מוזיק פֿון אַלע מקומות, פֿון תּמין און אינדיע ביז מיזרח־אייראָפּע און אַמעריקע (אַ זאַך וואָס איז נאָך געווען אַ נאָווינע אין די 1970ער און 1980ער יאָרן), האָט ער ספּעציעל ליב געהאַט די טראַדיציאָנעלע חסידישע ניגונים. זייער פּאַסיק איז דערפֿאַר, וואָס אויף זײַן לוויה האָט דער קלאַרנעט־שפּילער אליעזר ראָזענפֿעלד אויפֿגעפֿירט פֿאַרן עולם אַ ריי ניגונים, מיט וועלכע די אָבֿלים האָבן מיטגעזונגען.
אין 2016 האָט וועלוול פּאַסטערנאַק געהאַלטן אַ רעפֿעראַט אין ברוקלין וווּ עס האָבן אויפֿגעטראָטן די מוזיקער זיסל סלעפּאָוויטש, בנימין גינזבערג און אבֿרהמי גאָרי. אַ ווידעאָ דערפֿון קען מען זען דאָ.
אין די 1960ער יאָרן האָט דער פֿאָרווערטס ראַדיאָ־סטאַנציע WEVD געווידמעט אַ ספּעציעלע פּראָגראַם דער מוזיק פֿון די מאָדזשיצער חסידים. אין דער רעקאָרדירונג, דערציילט די לעגענדאַרע ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט צבֿי סקולער וועגן דער מוזיק פֿון די מאָדזשיצער חסידים, און אויף דער פּיאַנע שפּילט וועלוול פּאַסטערנאַק.
אָט קען מען הערן, ווי אַ כאָר אָרגאַניזירט פֿון וועלוול פּאַסטערנאַק, שטעלט פֿאָר אַ טראַדיציאָנעלן נוסח פֿון „וטהר לבנו‟.