עס זענען דאָ הונדערטער ווייניק באַקאַנטע ייִדישע פֿאָלקסלידער וועגן אָרעמקייט און דער אונטערדריקונג פֿון אַרבעטער. להיפּוך צו די שפּעטערדיקע לידער פֿון פּאָליטישע פּאָעטן ווי דוד איידלשטאַדט אָדער מאָריס ראָזענפֿעלד, זענען די אימאַזשן אין די דאָזיקע פֿאָלקסלידער אָפֿט מאָל אַ סך סובטילער. דאָס הייסט ניט, חלילה, אַז די לידער ווירקן ווייניקער אויפֿן האַרצן. פֿאַרקערט, אָפֿט מאָל רירט מער אָן אַזאַ ליד, ווײַל מע קען זיך פֿאָרשטעלן, אַז אַן אָרעמע נייטאָרין צי שנײַדערקע אין אַ פֿאַבריק אויפֿן „איסט־סײַד‟ אָדער וואַרשע, האָט עס אַליין אויסגעטראַכט און פֿאַרשפּרייט בײַ דער אַרבעט דורכן זינגען פֿאַר אירע פֿרײַנד.
פּונקט אַזאַ ליד איז „איידער איך לייג מיך שלאָפֿן‟ — קורץ, פּשוט און שטאַרק, כאָטש די זיסקייט פֿון די נאָטן שטימט בכלל ניט מיטן טרויער פֿונעם ליד. רות רובין, וואָס האָט רעקאָרדירט דאָס ליד אין אין 1948 האָט איבערגעגעבן אַז דאָס ליד איז געווען פּאָפּולער בײַ ייִדישע אַרבעטער אין אַמעריקע. ס׳איז, אָבער, אַ פּנים, קיינמאָל ניט פֿאַרשריבן געוואָרן פֿאַר דער געשיכטע, צי דאָס ליד שטאַמט פֿון אַמעריקע, צי ערגעץ אין מיזרח־אייראָפּע, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, ווער עס האָט עס לכתּחילה מחבר געווען.
די עסטרײַכישע ייִדישע זינגערין איזאַבעל פֿריי האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ שיינעם נוסח פֿונעם ליד, וואָס מע קען הערן אויבן. פֿריי, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין דער ווינער ייִדישער קהילה, ספּעציאַליזירט זיך אין פּאָליטישע לידער, וואָס זי זינגט אויף פּראָטעסטן קעגן דער איצטיקער רעכט־געשטימטער רעגירונג אין לאַנד, וואָס רעכנט אַרײַן אין איר רעגירונגס־קאָאַליציע די פֿאַשיסטישע „עסטרײַכישע פֿרײַהייטס־פּאַרטיי‟. איר באַליבטסט ליד אויף יענע פּראָטעסטן: דווקא „דאַלוי פּאָליציי‟.