אַפֿילו איידער עס האָט זיך געענדיקט די צווייטע וועלט־מלחמה, האָט מען געשאַפֿן לידער וועגן היטלערן, פֿאַרגלײַכנדיק אים מיט המן הרשע. אין דעם סאָוועטיש־ייִדיש־ליד „שלח־מנות היטלערן‟, וואָס מע האָט אַרײַנגענומען אינעם „גרעמי‟־נאָמינירטן אַלבאָם „ייִדישע פּראַכט‟, הערט מען ווי דער דײַטשישער פֿירער ווערט „פֿאַרשריבן אויף אַ צעטל‟ צוזאַמען מיט המן־הרשע און אַ ריי אַנדערע מנהיגים, וואָס האָבן געוואָלט פֿאַרטיליקן דאָס ייִדישע פֿאָלק. עס זינגט פּסאָי קאָרעלענקאָ.
אָט קען מען זען אַ קורצן דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן „שלח־מנות היטלערן‟, אין וועלכן ד׳׳ר אַנאַ שטערנשיס, די הויפּט־פֿאָרשערין פֿונעם אַלבאָם, רעדט וועגן דער געשיכטע פֿונעם קאַמפֿליד. אינעם ווידעאָ זעט מען אויך ווי מע שטעלט פֿאָר דאָס ליד אויף אַ קאָנצערט.