אַזוי ווי אַ סך פֿון די פּאָפּולערע סעקולערע לידער פֿון די 1920ער ביז 1960ער יאָרן, וואָס ווערן אַסאָציִיִרט אין אַמעריקע מיט ניטל, איז “Baby It’s Cold Outside” דווקא די שאַפֿונג פֿון אַ ייִד.
להיפּוך צו אַלע אַנדערע אַזעלכע ניטל־לידער ווי „ווינטער־וווּנדערלאַנד‟ און „ווײַסער ניטל‟, איז פֿרענק לעסערס שלאַגער פֿון 1944 הײַיאָר אָבער געוואָרן זייער קאָנטראָווערסיעל. פֿאַר וואָס? ווײַל די ווערטער פֿונעם ליד, אין וועלכן אַ מאַן פּרובירט איבערצורעדן אַ פֿרוי אײַנצושטיין בײַ אים אויף אַ נאַכט און פֿאָלגט זי ניט ווען זי זאָגט ניין, קלינגען הײַנט, אין דער תּקופֿה פֿון דער „איך אויך‟־באַוועגונג, שוין ניט אַזוי הומאָריסטיש.
אין אָט דער סומאַטאָכע, צי דאָס ליד דערמוטיקט טאַקע סעקסועלע אַטאַקן, וויל איך דווקא ניט אַרײַנטרעטן. נאָר איר קענט אַליין באַשליסן, צי דאָס ליד קלינגט ניט פּאָליטיש קאָרעקט, אין דעם ייִדישן נוסח פֿון בנימין שעכטער „קעצעלע, ס׳ברענט דער פֿראָסט‟, געזונגען דורכן חזן דזשאָשואַ ברײַצער און זײַן פֿרוי דאָנע. דער ייִדישער נוסח איז סײַ אידיאָמאַטיש, סײַ געטרײַ דעם אָריגינאַל אָבער פֿאַרמאָגט אַ געוויסע צערטלעכקייט, וואָס עס פֿעלט אינעם אָריגינאַל.
דעם אָריגינאַלן נוסח קען מען זען אונטן: