Oyneg Shabes

אַבֿרהם

Abraham

פֿון צבֿי אײַזנמאַן

  • Print
  • Share Share

די רעקאָרדירונג איז אַ טייל פֿונעם אַרכיוו פֿון „רעדנדיקע ביכער‟ אויפֿן נאָמען פֿון שמואל ראָהר, אַ פּראָיעקט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. עס לייענט אַבאַ איגעלפֿעלד.

א

און עס איז געווען אין די טעג פֿון היטלער. און די שטאָט וואַרשע איז באַלעגערט און באַשאָסן געוואָרן פֿון זײַנע חיילות אויף דער ערד און פֿונעם הימל. און די שטאָט וואַרשע האָט געברענט פֿון אַלע זײַטן. און קיין וואַסער איז ניט געווען צו לעשן דאָס פֿײַער. און דער וואַרשעווער ייִד, אַבֿרהם, איז געשטאַנען פֿאַר גאָט. און אַבֿרהם האָט גענענט און האָט געזאָגט:

— ניט שוין וועסטו אומברענגען דעם אומשולדיקן? און וועסט ניט פֿאַרגעבן דאָס אָרט פֿון וועגן די אומשולדיקע? חלילה דיר צו טאָן אַזאַ זאַך! זע, איך בעט דיך, איך אונטערשטיי מיך צו רעדן צו מײַן האַר, הגם איך בין שטויב און אַש!

Yehuda Blum

און גאָט האָט פֿאַרדעקט זײַן פּנים מיט רויך און מיט פֿלאַמען פֿון דער ברענענדיקער שטאָט. און אַבֿרהם האָט בחינם געהויבן זײַן קאָפּ צו די הימלען.

און שׂרה, זײַן ווײַב, און יצחק זײַן זון, זענען פֿאַרצערט געוואָרן פֿונעם בראַנד.

איז אַבֿרהם, דער וואַרשעווער ייִד, געפֿאַלן אויף זײַן פּנים און אַזוי געזאָגט צו גאָט:

— האָסט פֿאַר אַבֿרהם אָבֿינו געהאַט צוגעזאָגט: און איך וועל אויפֿשטעלן מײַן בונד צווישן מיר און צווישן דײַן זאָמען נאָך דיר אויף דור־דורות!

שטום זענען אָבער געווען די הימלען. ווײַט זענען געווען די הימלען. און זיי האָבן געמאַכט רעגענען מיט שוועבל און פֿלאַמען.

איז אַבֿרהם ווידער געפֿאַלן אויף זײַן פּנים און אַזוי געזאָגט צו גאָט:

— צו אַבֿרהם אָבֿינו האָסטו יאָ געשיקט דעם מלאך ער זאָל אים פֿאַרהאַלטן ווען ער האָט זײַן יצחקן מיט שטריק געבונדן און אים אַרויפֿגעטאָן אויפֿן מזבח איבערן צעלייגטן האָלץ, כּדי אים אויפֿצוברענגען אויף דער עקדה! דער מלאך האָט דעמאָלט גערעדט אין דײַן נאָמען: איך שווער בײַ זיך — האָסטו געזאָגט דורך זײַן מויל צו אַבֿרהם אָבֿינו — אַז, ווײַל דו האָסט געטאָן די דאָזיקע זאַך און האָסט ניט פֿאַרמיטן דײַן זון, דײַן איין־און־איינציקן, איז בענטשן וועל איך דיך בענטשן און מערן וועל איך דיך מערן! — יענעם יצחק האָסטו געשוינט, אָבער מײַן איין־און־איינציקן און צוזאַמען מיט אים זײַן מאַמע, ליגט פֿאַר דײַנע אויגן דאָ אונטערן ציגלבראָך פֿון דעם אײַנגעפֿאַלענעם מויער!

און אַבֿרהם, דער וואַרשעווער ייִד, האָט געזען אַז גאָט האָט זיך פֿון אים אָפּגעטאָן, האָט ער קריִעה געריסן און זיך געזעצט אויפֿן באַרג אַש קלאָגן און באַוויינען זײַנע ליבסטע.


ב

און עס איז געווען נאָכן גרויסן אומקום. און אַבֿרהם, דער ייִד פֿון וואַרשע, האָט זיך געפֿעדערט און איז אויפֿגעגאַנגען אין לאַנד כּנען. ער איז פֿון די שבֿעה־מדורי־גיהנום בגפּו געקומען. אָן שאָף און אָן רינער. אָן זילבער און אָן גאָלד. און אַבֿרהם איז שוין געווען אַ באַטאָגטער מאַן.

און נאָך די דאָזיקע געשעענישן איז דאָס וואָרט פֿון גאָט ווידער געווען מיט אַבֿרהמען. ווײַל ס׳האָט זיך אים אויסגעדאַכט אַז ער הערט דורך די וואָלקנס אַ קול:

— חלילה דיר זאָלסט פֿאַלן בײַ זיך. איך האָב דיך פֿון עמק־הבכא דערהויבן. פֿון קאַלכאויוון אַרויסגעצויגן און צוריקגעבראַכט אין לאַנד פֿון דײַנע אָבֿות. דערמאָן זיך וואָס כ׳האָב געהאַט צוגעזאָגט פֿאַר אַבֿרהם בן־תּרח: צו דײַן זאָמען וועל איך געבן דאָס דאָזיקע לאַנד! איז קוק ניט וואָס דו ביסט באַיאָרט. שטיי אויף, זוך אויס אַ בת־זוג און שטעל אויף אַ משפּחה.

האָט אַבֿרהם, דער ייִד פֿון וואַרשע, געלאַכט און געזאָגט בײַ זיך אין האַרצן:

— קאָן אַ מאַן אין מײַנע יאָרן נאָך אויפֿשטעלן אַ דור?

און אַבֿרהם איז אַוועק איבערן לאַנד צו זוכן פֿאַר זיך אַ בת־זוג. און אַבֿרהם האָט געטראָפֿן אַ פֿרוי זיצן בײַ אַ שוועל. און די פֿרוי האָט פֿאַרבעטן אַבֿרהמען. און די פֿרוי האָט געבראַכט אַ קרוג מיט וואַסער אויף אַרומצוּוואַשן זײַנע פֿיס און אַ שטיקל ברויט אויף אונטערצולענען זײַן האַרץ. און די פֿרוי האָט זיך געשעמט אויפֿצוהייבן די אויגן, ווען זי האָט אויף זײַן שאלה אים געזאָגט, אַז איר נאָמען איז שׂרה. און אַבֿרהם האָט אין דעם געזען אַ צייכן, אַז גאָט איז מיט אים און שׂרהן מיטגענומען צו זײַן געצעלט.

און די לבֿנה איז צוועלף מאָל אויפֿגעגאַנגען און צוועלף מאָל זיך געטוקט און שׂרה איז טראָגעדיק געוואָרן. און שׂרה האָט געבראַכט אַ בן־זכר אויף דער וועלט. און דעם קינד האָט מען אַ נאָמען געגעבן יצחק. און דאָס קינד איז געוואַקסן און איז אַנטוויינט געוואָרן. און טאַטע־מאַמע האָבן נחת געהאַט פֿונעם געראָטענעם זון. און יצחק איז פֿון אַ קינד אַ בחור געוואָרן.

און עס איז געווען אין יענער צײַט, ווען די חיילות פֿון מצרים און פֿון אַרום האָבן זיך פֿאַרמאָסטן אויפֿן לאַנד ישׂראל. געוואָלט עס פֿאַרוווּנדיקן און צעשנײַדן, אַוועקנעמען די וואַסערקוואַלן, ס׳זאָל ניט זײַן וואָס צו עסן. האָבן די זין פֿון ישׂראל זיך אויפֿגעהויבן און מיט גרימצאָרן זיך געוואָרפֿן אויף די אָנפֿאַלערס. און אין זעקס טעג זיי צוריקגעשלײַדערט און זיי פֿאַרשאַפֿט אַ סך אַבֿדות.

און די פֿעלקער פֿון מצרים און פֿון אַרום האָבן זיך פֿאַרשוווירן אָפּצומעקן די בני־ישׂראל פֿון דער ערד. און די וואָס וועלן זיך ראַטעווען פֿון זייער שווערד — אין די ים־טיפֿענישן וואַרפֿן.

און אין פֿאָרכטיקן טאָג פֿון ים־הדין, ווען די בני־ישׂראל זענען געווען פֿאַרשמאַכט פֿון תּענית און פֿון תּפֿילות, ווען פֿון אונטער די טליתים אַפֿיר האָבן זיי געבעטן אויף אַ גמר־חתימה־טובֿה, אין יענעם טאָג האָבן די מצרים און די מחנה פֿון אַרם ווידער זיך אַ לאָז געטאָן. די פֿון מערבֿ און די פֿון צפֿון. די פֿון די בערג און די דורכן מידבר. די — מיט פּעך און שוועבל און די — מיט פּעך און שוועבל. אין די טויזנטער זענען זיי געקומען. אין די צענער־טויזנטער. אַלץ האָבן זיי פֿאַראומרייניקט. אַלץ פֿאַרלענדט: די בהמה אין שטאַל, די פֿרוכט אויפֿן בוים, דאָס גערעטעניש פֿונעם פֿעלד.

און די מענער פֿון ישׂראל זענען אַרויס פֿון די געבעטהײַזער, אויסגעטאָן די טליתים, אַוועקגעלייגט די מחזורים, געקושט ווײַב און קינדער, געזעגנט טאַטע־מאַמע און אַוועק פֿאַרהאַלטן די שׂונאים. און צווישן די מענער האָט זיך אויך געפֿונען יצחק, אַבֿרהמס זון, וואָרעם יצחק איז שוין אַ מאַן געווען. אַ מאַן מיט מענער גלײַך.

און יצחק, דער זון פֿון אַבֿרהם, איז פֿון בראַנדפֿעלד ניט צוריקגעקומען. מע האָט אים ניט געציילט צווישן די טויטע. אויך צווישן די פֿאַרוווּנדיקטע האָט מען יצחקן ניט געפֿונען. מ׳האָט אַבֿרהמען געטרייסט: אפֿשר איז דער זון אין געפֿאַנגענשאַפֿט. ער וועט זיך נאָך אָפּרופֿן.

און אַבֿרהם, דער ייִד פֿון וואַרשע, וואָס האָט שוין איין מאָל זײַן איין־און־איינציקן פֿאַרלוירן, איז פֿון גאָט געשטעלט געוואָרן פֿאַר אַ נײַעם נסיון.

און אַבֿרהם האָט אויפֿגעהויבן זײַן קאָפּ צו די הייכן. און געטאָן אַזוי רעדן:

— אונטערגיין זאָל דער טאָג וואָס איך בין אין אים געבוירן געוואָרן און די נאַכט וואָס האָט אָנגעזאָגט אַז מײַן ייִנגל איז פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. ס׳האָט מיך אַ פּחד געטראָפֿן און אַ ציטערניש און אַלע מײַנע ביינער צעשוידערט. קאַפּויער געשטעלט מײַנע גרויע האָר אויפֿן קאָפּ. דער, וואָס גיט רעגן אויפֿן געזיכט פֿון דער ערד און שיקט וואַסער אויפֿן געזיכט פֿון די פֿעלדער, זאָל זיך מרחם זײַן און טאָן מיט מיר דעם לעצטן חסד און מציל זײַן מײַן קינד. און מיך ניט אויספּרוּוון צום צווייטן מאָל.

סוכּות תּשל׳׳ד