Oyneg Shabes

דער מוזיי פֿון אויסטערלישקייטן

The Museum of Oddities

פֿון צבֿי אײַזנמאַן

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

ס׳איז פֿאַר מיר געווען אַ יום־טובֿ, ווען מײַן עלטערער ברודער האָט מיך מיטגענומען צו דעם וואַנדערנדיקן „מוזיי פֿון אויסטערלישקייטן‟, וואָס איז אײַנגעשטאַנען אין דער אַלטער, פּוסטער פֿײַערלשער־קאָמאַנדע. כ׳האָב אייגנטלעך ניט געוווּסט וואָס דאָס איז אַזוינס און וואָס מע וועט דאָרט זען. כ׳בין אָבער מיטגעריסן געוואָרן פֿון דער פֿריילעכער שטימונג און פֿון דער הײַטערקייט מיט וועלכער די לופֿט פֿון אונדזער גאַס און פֿון די אַרומיקע געסלעך איז פֿול געווען. די דערוואַקסענע האָבן ניט ווינציקער ווי די קינדער זיך איבערגענומען מיט דער געשעעניש און ווער עס האָט זיך נאָר געקאָנט באַפֿרײַען פֿון דער אַרבעט איז געלאָפֿן קויפֿן בילעטן.

שוין פֿון דער ווײַטנס האָט מען געקאָנט זען דעם גרויסן שילד מיט דער שרײַענדיקער אויפֿשריפֿט:

אומגעהערטע אַטראַקציע! דאָס זעט מען איין מאָל אין הונדערט יאָר!

די בעסטע אויסטערלישע כּוחות! קומט מאַנסווײַז אין אונדזער „מוזיי פֿון אויסטערלישקייטן‟!!!

דער פֿאַרזשאַווערטער טויער פֿון דער פֿײַערלעשער־קאָמאַנדע איז באַצירט און באַהאַנגען געווען מיט פֿענדלעך און מיט קאָלירטע לעמפּעלעך, וואָס האָבן זיך געצונדן און געלאָשן אַפֿילו אין מיטן העלן טאָג.

נעבן טויער איז געווען אַ בודקע מיט אַ פֿענצטערל אויף צו פֿאַרקויפֿן בילעטן. ווײַטער אַ ביסל, איז אויף צוויי רויט־געפֿאַרבטע פֿעסלעך געלעגן אַ גרין־קאָליריק ברעט און אויף אים — אַ פּאַרשוין מיט אַ פֿאַרמעליקט (באַפֿאַרבט מיט מעל) פּנים אין אַ באָרדאָ־געל־בלויעם מלבוש מיט גרויסע קנעפּ און ברייטע מאַנזשעטן און אַ הוט אויפֿן קאָפּ פֿון די זעלבע קאָלירן. דער פּאַרשוין האָט געהאַלטן אַ צונויפֿגעדרייט שטיק בלעך און דורך דער בלעכטרובע גערופֿן דעם עולם צו קויפֿן בילעטן, כאָטש דאָס איז לחלוטין איבעריק געווען, ווײַל צו דער קאַסע איז ניט מעגלעך געווען צוצוקומען. איינער איז געקראָכן אויפֿן צווייטן. מע האָט זיך געשטופּט, געליאַרעמט און געזידלט. דער קאַסירער האָט אַרויסגעשטרעקט זײַן גלאַנציקן, פּליכעוואַטן קאָפּ דורכן קליינעם קאַסע־פֿענצטערל, געבעטן זיך אויפֿצופֿירן לײַטיש, און אַז דאָס האָט ניט געהאָלפֿן — געדראָט צו פֿאַרמאַכן די קאַסע. די מענטשן האָבן אים סײַ־ווי ניט געהערט און דער רעש און שטופּעניש איז אויף אַ האָר ניט קלענער געוואָרן.

ווען מײַן ברודער האָט געזען וואָס עס טוט זיך, איז ער מיט מיר אַוועק אין אַ זײַט, געזאָגט: „וואַרט‟ און פֿאַרפֿאַלן געוואָרן צווישן דעם מענטשן־פּלאָנטער. ס׳האָט אָבער לאַנג ניט געדויערט און ער איז אויסגעקומען פֿון דער געדרענגעניש אַ שטראַלנדיקער, מיט בילעטן אין די הענט, און מיר זענען אײַלנדיק אַרײַן.

פֿון דער טיר ביז צום גרויסן זאַל האָט געפֿירט אַ מין שמאָלער קאָרידאָר, צונויפֿגעקלאַפּט פֿון צוויי אַנטקעגנגעשטעלטע ווענט מיט אַ נידעריקן סופֿיט. איך האָב זיך אָבער ניט געכאַפּט, אַז דאָס זענען ניט סתּם ווענט, נאָר שפּיגלען. פּלוצלעם בין איך אַרומגערינגלט געוואָרן פֿון מאָדנע צעקרימטע ברואימלעך און אַלע זענען זיי מיט עפּעס וואָס ענלעך געווען צו מיר. טייל פֿון זיי האָבן געהאַט לאַנגע פֿיס און שפּיציק־לאַנגע קעפּ. אַנדערע זענען גאָר געווען פּלאַטשיק און נאָך אַנדערע האָבן געהאַט קײַלעכדיקע פֿיס, אָנגעבלאָזטע בײַכער און אַרונטערגעלאָזטע אויערן. ניט ווילנדיק האָב איך זיך אַ טאַפּ געטאָן בײַ די אויערן, אָנגערירט דעם בויך, האָבן יענע באַשעפֿענישלעך אויך דאָס זעלבע געטאָן. בין איך געבליבן שטיין אָן באַוועגונג, האָבן זיך יענע אויך פֿאַרהאַלטן.

מײַן ברודער דערקעגן, ווי אַ סך אַנדערע באַזוכערס, האָבן די שפּיגלען פֿאַרווײַלט. ער האָט דערפֿון הנאה געהאַט און ניט אויפֿגעהערט צו לאַכן. בלויז איך בין געשטאַנען אַ דערשראָקענער און קוים אײַנגעהאַלטן די טרערן. קעגן מײַן ווילן בין איך אים נאָכגעגאַנגען. ס׳האַרץ האָט געטיאָכקעט. די פֿיס — געפּלאָנטערט. כ׳האָב מורא געהאַט אָפּצולאָזן זײַן האַנט.

ערגעץ פֿון דער טיף האָבן זיך דערטראָגן אָרקעסטער־קלאַנגען. מײַן ברודער איז געווען כּולו שפּאַנונג, כּולו דערוואַרטונג. ער האָט זיך געריסן פֿונעם אָרט. ווען ער קאָן, לאָזט ער מיך און לויפֿט וואָס גיכער צו די אַלע אַטראַקציעס וואָס יענער פּאַרשוין אויף די פֿעסלעך האָט אויסגערעכנט דורך דער בלעכערנער טרובע. איך האָב אַ ביסל געהאַמעוועט זײַן ברען. פֿון דער גאַנצער יום־טובֿדיקייט מיט וועלכער כ׳בין דאָ געקומען, איז קיין סימן ניט געבליבן. אַנשטאָט דעם איז דער פּחד און דער חשד מיר געקראָכן פֿון די אויגן.

דער מענטשנשטראָם האָט זיך געצויגן צו אַ פֿויגל וואָס האָט גערעדט אויף אַ מענטשלעך לשון, זענען מיר אויך דאָרט אַוועק. דער פֿויגל האָט געענטפֿערט אויף געשטעלטע שאלות. פֿון צײַט צו צײַט האָט אַ דאַר מיידל אים אונטערגערוקט אַ קעסטעלע. דער פֿויגל האָט מיטן שנאָבל פֿון דאָרט אַרויסגעצויגן צעלאָפֿאַנע זעקעלעך מיט זיסוואַרג. דאָס מיידל האָט די זעקלעך געוואָרפֿן צו די אַרומשטייעניקע. מײַן ברודער האָט אויך געכאַפּט אַזאַ זעקעלע און מיך מכבד געווען. איך אָבער האָב זיך אײַנגעעקשנט און די צוקערלעך בשום־אופֿן ניט געוואָלט אָנרירן.

ניט ווײַט פֿונעם פֿויגל איז אויף אַן אימפּראָוויזירטער קליינער סצענע געשטאַנען אַ יונגע פֿרוי אין אַ לאַנג, גרין קלייד מיט אַ ברייטן דעקאָלטע און געזונגען מיט אַ קוויטשיק קול. די יונגע פֿרוי, די זינגערין, האָט געהאַט אַ לאַנגע מענערבאָרד מיט גראָבע ברעמען איבער די אויגן און דאָס האָט קיינעם ניט געשטערט. מע האָט זי ניט אויסגעלאַכט. מע איז זיך ניט צעלאָפֿן. פֿאַרקערט, דער געדראַנג אַרום איר איז גרעסער געוואָרן פֿון מינוט צו מינוט.

ווען מײַן ברודער האָט זיך אָנגעזעטיקט מיט דער פֿרויס באָרד און געזאַנג, האָט ער מיך אַוועקגעפֿירט צו אַ בחור אָן הענט, וואָס האָט געהאַלטן די פֿיס אויף אַ נידעריק טישל און מיט אַ פּענדזל, פֿאַרשטעקט צווישן די פֿינגער פֿון איין פֿוס געמאָלן בילדלעך אויף באַשטעלונגען פֿונעם פּובליקום. כּדי כ׳זאָל בעסער קאָנען זען, האָט מיך מײַן ברודער אונטערגעהויבן, כאָטש כ׳האָב אויף דעם ניט געוואָלט קוקן. אַ שוואַכקייט איז מיך באַפֿאַלן אין אַלע אַבֿרים. כ׳האָב געהאַט דאָס געפֿיל, אַז מ׳האָט מיך ניט אונטערגעהויבן נאָר אַראָפּגעשלײַדערט אין אַ פֿינצטערן קעלער וווּ ס׳איז נאַס און גליטשיק. אַ נס וואָס מײַן ברודער האָט מיך בײַצײַטנס אַראָפּגעלאָזט. דאָ, נעבן דעם מאָלער, האָבן מיר זיך לאַנג ניט פֿאַרהאַלטן. ווען מיר זענען אָפּגעגאַנגען עטלעכע טריט, האָט זיך מײַן ברודער צו מיר אַראָפּגעבויגן און מיט אַ צעהיצטער שטים זיך אָנגערופֿן:

— נו, וואָס זאָגסטו? כּדאַי געווען, האַ? — און ניט וואַרטנדיק אויף אַן ענטפֿער, האָט ער גלײַך צוגעגעבן: — מיר וועלן נאָך זען שענערע זאַכן: אַ מיידעלע מיט צוויי קעפּ, אַ פֿערד מיטן איינציקן אויג און פֿון דער פֿרוי וואָס אַ העלפֿט פֿון איר קערפּער איז ווי בײַ אַ פֿיש!

כ׳האָב אַזש אויפֿגעציטערט פֿון דער בשׂורה און מיט אַ שוואַכער שטים זיך געבעטן בײַ אים:

— לאָמיר גיין אַהיים. כ׳וויל צו דער מאַמען!

מײַן ברודער האָט מיך אָבער ניט געהערט. כ׳האָב אים גענומען שלעפּן אין אַ פֿאַרקערטער ריכטונג, צו יענעם אָרט פֿון וואַנען מע האָט געהערט די מוזיקטענער, אַבי צו זײַן וואָס ווײַטער פֿונעם מיידעלע מיט די צוויי קעפּ, פֿונעם פֿערד מיטן איינציקן אויג און פֿון דער פֿרוי וואָס איז אַ האַלבער פֿיש. ווער אָבער האָט געקאָנט וויסן, אַז דווקא דאָרט וווּ די מוזיק האָט געשפּילט און בענקלעך זענען געשטאַנען אויסגעשטעלט ווי צו אַ פֿאָרשטעלונג, דווקא דאָרט וועט געשען דאָס ערגסטע.

פֿון הינטער אַ רויטן פֿאָרהאַנג איז אַרויסגעקומען אַ הויכער מאַן אין אַ שוואַרצן פֿראַק און אַ שוואַרצן צילינדער מיט אַ שוואַרץ שטעקעלע אין האַנט און געבעטן עמעצן פֿון פּובליקום זיך פֿרײַ צו מעלדן אויף דורכצופֿירן דעם „סעאַנס‟.

פּונקט ווי מײַן ברודער איז געווען פֿון די ערשטע צו קויפֿן בילעטן, אַזוי איז ער געווען פֿון די ערשטע אַרויפֿצושפּרינגען אויף דער בינע און מיך געלאָזט אַליין אין דער פֿינצטער (בלויז די בינע איז געווען באַלויכטן מיט אַ שטאַרק ליכט, כּדי מע זאָל בעסער זען וואָס דאָרט קומט פֿאָר). נעבן מיר, הינטער מיר און פֿאַר מיר זענען געזעסן מענטשן. קיינער פֿון זיי האָט זיך ניט אומגעקוקט אויף מיר. אויף דער סצענע האָט דער מאַן גערעדט צו מײַן ברודער מיט אַ דיקער שטים. זײַן קול איז מיר אויסגעקומען אויך אַזוי שוואַרץ ווי זײַן צילינדער און פֿראַק:

— ביסט גרייט אויפֿצופֿירן מײַנע באַפֿעלן?

— וועסט מיט גוף און געדאַנק ניט אַנטקעגנשטעלן זיך?

— ניט אַנטקעגנשטעלן זיך!

— הייס איך דיר זאָלסט אײַנשלאָפֿן!

דער מאַן האָט אָנגעהויבן אַרומקרײַזן מיטן שטעקעלע איבער מײַן ברודערס געזיכט. ער האָט נאָך צו אים עפּעס גערעדט, נאָר דער עולם אין זאַל האָט שוין ניט געהערט וואָס. ביז ער איז אַנטשוויגן געוואָרן, איז שוין מײַן ברודער געשלאָפֿן. דאַן האָט ער געבעטן אַרויפֿצוקומען אויף דער בינע צוויי מענער. זיי האָבן גענומען דעם ברודערס שטײַף־געוואָרענעם גוף און אים אַוועקגעלייגט אויף צוויי שטולן. דער גוף איז געבליבן הענגען אין דער לופֿט, האַרט און לאַנג ווי דאָס וואָלט גאָר קיין קערפּער ניט געווען, נאָר אַ ברעט. פֿאַר דעם שוואַרצן מאַן איז דאָס נאָך ניט געווען גענוג. די מוזיק האָט שטיל צוגעשפּילט ווען דער מאַן האָט פּאַמעלעך אַרויסגעצויגן פֿון דער בוזעם־קעשענע אַ לאַנג, פֿינקלדיק שפּיזל און עס אַרײַנגעשטאָכן אין מײַן ברודערס ברוסט. אַלע האָבן געזען וואָס דער מאַן האָט געטאָן מיט מײַן ברודער און קיינער איז אים ניט געלאָפֿן ראַטעווען. מע איז געבליבן אויף די ערטער ווי ס׳וואָלט גאָרניט ניט געשען. מ׳האָט ניט אויפֿגעהערט צו פּליעסקען מיט די הענט און צו באַדאַנקען פֿאַר דעם אויפֿטו.

דער מאַן אויף דער סצענע האָט פֿון דאַנקבאַרקייט זיך אויסגעדרייט מיטן פּנים צום זאַל און זיך טיף, טיף, פֿאַרנייגט. איין מאָל און נאָך אַ מאָל. בשעת זײַן פֿאַרנייגן זיך איז די מוזיק אַנטשוויגן געוואָרן. בלויז די פּויק איז אַרויס פֿון די כּלים און זיך צעטאַרעראַמט מיט אַזאַ ירגזון ווי מע וואָלט ניט אין מײַן ברודערס ברוסט, נאָר אין איר פֿאַרשטאָכן די שפּיז.

כ׳האָב זיך מער ניט געקענט אײַנהאַלטן. כ׳בין אַויף אויף דער סצענע, צוגעפֿאַלן צו דעם שוואַרצנס פֿיס און אין איינעם פֿון זיי זיך אײַנגעביסן. כ׳האָב אים ערשט דאַן אָפּגעלאָזט, ווען עס האָט זיך פֿון זײַן מויל אַרויסגעריסן אַ געשריי פֿון ווײטיק. דער מאַן האָט אַוועקגעכאַפּט דעם פֿוס. ס׳איז געוואָרן אַ סומאַטאָכע. דער ברודער האָט זיך איבערגעוועקט. פֿון הינטער די קוליסן זענען אַרויסגעשפּרונגען עטלעכע פֿײַערלעשער. דער ברודער האָט מיך אַ כאַפּ געטאָן פֿאַר אַן אָרעם, אַ צי געטאָן צו די זײַטיקע טרעפּ וואָס האָבן זיך געפֿונען פֿון יענער זײַט פֿאָרהאַנג און ניט טויט, ניט לעבעדיק זענען מיר אַרויס אין דרויסן.

אין דער היים האָט מײַן ברודער ניט דערציילט וואָס עס איז פֿאָרגעקומען. אויך מיט מיר דערפֿון ניט גערעדט. ער האָט זיך געפֿילט שולדיק און לאַנגע וואָכן אויסגעמיטן צו קוקן מיר אין די אויגן.