אַ ייִד האָט געשפּילט אויף דער לאָטעריע, האָט ער אַ נדר געטאָן פֿאַרן רבֿ, אַז אויב ער וועט געווינען 10,000 רובל, וועט ער געבן דעם רבֿ 1,000 רובל פֿאַר צדקה. און ער האָט פֿאַרשפּילט.
איז ער אַוועק צום גלח און אים צוגעזאָגט בנדר פֿאַרן קריסטלעכן גאָט 1,000 רובל, אויב ער וועט געווינען די 10,000 רובל. דאָס מאָל האָט ער געוווּנען, אָבער קיין געלט פֿאַר דער קירכע נישט געגעבן.
קומט צוגיין צו אים דער גלח און מאָנט בײַ אים דאָס געלט.
ענטפֿערט אים דער ייִד:
„אונדזער גאָט איז טאַקע אַן אמתער גאָט, האָט ער געוווּסט מײַן מחשבֿה ניט צו האַלטן דעם נדר, האָט ער מיך נישט געלאָזט געווינען. אײַער גאָט איז גאָר קיין גאָט נישט, האָט ער אַפֿילו נישט געוווּסט מײַן מיין ניט צו געבן, און האָט מיך געלאָזט געווינען. קומט אים גאָרניט.‟
* * *
אַ פֿיש־הענדלער האָט אַרויסגעהאָנגען אַ שילד: „מיר פֿאַרקויפֿן דאָ פֿרישע פֿיש.‟
קומט אַרײַן אַ ייִדענע און זאָגט:
„צו וואָס דאַרפֿט איר דאָס וואָרט ׳פֿרישע׳, ווער זאָגט דען, אַז איר פֿאַרקויפֿט נישט קיין פֿרישע פֿיש?‟
„גערעכט‟, זאָגט דער פֿיש־הענדלער — אויסגעמעקט.
קומט אַ צווייטע:
„צו וואָס דאַרפֿט איר ׳דאָ׳, וווּ דען פֿאַרקויפֿט איר, דאָרט?‟
„גערעכט, אויסגעמעקט‟.
קומט אַ ייִד:
„צו וואָס דאַרפֿט איר ׳פֿאַרקויפֿן׳; וואָס דען, איר גיט בחינם?‟
„געוויס זענט איר גערעכט. איך מעק עס באַלד אויס‟.
איז געבליבן נאָך איין וואָרט אויף דער שילד: „פֿיש‟.
קומט צו גיין אַ ייִדענע:
„צו וואָס דאַרפֿט איר, ר‘ ייִד, האָבן דאָ אַ שילד ׳פֿיש׳, אַז אײַערע פֿיש פֿילט מען אויף אַ מײַל ווײַט.‟
* * *
אַ חסיד האָט זיך אַמאָל באַרימט פֿאַר אַ מתנגד, אַז יעדן טאָג באַווײַזט זיך אליהו־הנבֿיא פֿאַר זײַן רבין.
„פֿון וואַנען ווייסטו דאָס?‟ פֿרעגט אים דער מתנגד.
„דער רבי אַליין האָט עס מיר געזאָגט‟, ענטפֿערט דער חסיד.
„איך גלייב ניט אין קיין רביים און וואָס זיי זאָגן‟.
„סטײַטש! אַ מענטש וואָס זעט אליהו־הנבֿיא, גלייבסטו אים ניט?‟ האָט זיך דער חסיד צעקאָכט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.