(פֿונעם ציקל „אַפּאָקריפֿן‟)
מלאכים אַראָפּ און מלאכים אַרויף —
דער לייטער פֿירט דאָך אין ביידע זײַטן.
אַבי נישט פֿאַרשפּעטיקן צו דעם אַראָפּ,
אַבי צום אַרויף פֿאַר דער צײַט נישט קומען.
שלאָפֿט ר‘ יעקבֿ און זעט חלומות
אין שאָטן דעם קילן פֿון טייטלבוים:
קינדער און שעפּסן — זײַן גאַנצע פֿאַרמעגן,
קינדער פֿאַר דורות און שעפּסן צו זאַט.
קורץ איז דער חלום, און לאַנג איז דער גלות,
קנוילט זיך די צײַט, ווי דער רויך פֿון מזבח,
ווערט נישט דאָס פֿײַער פֿאַרלאָשן — עס ברענט.
ס‘העלפֿן נישט תּפֿילות, קיין נײַע קרבנות,
ס‘ברענט שוין דער לייטער פֿון אונטן אַרויף.
ניין, נישט דער לייטער — אַ וועלט־וואָלקן־קראַצער
פֿלאַקערט אין פֿלאַמען, קיין רעטונג ז‘נישטאָ…
כאַפּט זיך פֿון שלאָף אויף ר‘ יעקבֿ אָבֿינו,
די מעלה פֿון חלום — פֿאַרשוווּנדן ער ווערט.
טיף איז דער הימל, שפּרייט זיך דער מידבר,
אַרויף אויף זײַן קעמל — אַלץ הייבט זיך ערשט אָן.
סליחות־טעג, תּשע״ה
סעפּטעמבער, 2015
(פֿונעם ציקל „אַפּאָקריפֿן‟)
רעגן־בויגן — קינדערס פֿרייד,
שותּפֿות צווישן ליכט און וואַסער.
אפֿשר איז די וועלט שוין גרייט
ווערן אויף אַ טראָפּן בעסער.
אפֿשר וועט דער שטראַל פֿון ליכט
אײַז צעטאָפּיען אין די הערצער —
ווערט אַ מבול און דערטרינקט
אַלע ווייטיקן און קרעכצן.
פֿריש די לופֿט, דער אָטעם ז‘גרינג,
נח עפֿנט אויף דאָס שטײַגל…
שמידט דער גורל רינג נאָך רינג,
שוין זשע ברענגט די טויב אַ צווײַגל?
סליחות־טעג, תּשע״ה
סעפּטעמבער, 2015
אַ פֿלוי איז דעם כּלבֿ אַרײַן אין זײַן פֿעל,
געוואָרן דער כּלבֿ אין כּעס, מלא־בייז —
נו, ממש אַ לייב, וואָס אַ קלעפּקע אים פֿעלט,
ער וואַרפֿט זיך, ער שפּרינגט, און ער ווערט אויפֿגערייצט.
די פֿלוי, פֿון איר זײַט, האָט אַזוינס נישט דערוואַרט,
מיט גוטע כּוונות געזוכט זיך אַן אָרט —
דער טאָג ווערט שוין קירצער, שוין קעלטער די נאַכט —
און דאָרט אין דער פֿעל איז דאָך וואַרעמער פֿאָרט.
קיין גאַסט האָט דער כּלבֿ בײַ זיך נישט באַדאַרפֿט,
דערצו נאָך אַ חיה אַ ווילדע, וואָס בײַסט.
זי גרייט געווען כאַפּן מיט הינטישער קראַפֿט,
צערײַסן אויף שטיקלעך נישט לאָזן קיין גײַסט!
אַ קיצור, צעפֿליקט האָט דער כּלבֿ זײַן עק,
פֿאַרטריבן די פֿלוי, אָפּגעהאַלטן אַ זיג.
פֿון גוטע כּוונות צו מאָל בלײַבט אַ שרעק…
באַזעצט האָט די פֿלוי זיך אין פֿעל פֿון אַ ציג.
אויגוסט, 2015
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.