Yiddish Writers Speak

ווידעאָ: דער פּאָעט און רעפֿיוסניק — יוסף קערלער

VIDEO: Yiddish Poet and Refusenik, Yosef Kerler

  • Print
  • Share Share

אין דעם רירנדיקן ווידעאָ דערוויסן מיר זיך וועגן דעם דראַמאַטישן לעבן פֿונעם גרויסן פּאָעט פֿון געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, יוסף קערלער — דורך אינטערוויוען מיט אים און מיט זײַן זון, דער ייִדישער פּאָעט — באָריס קאַרלאָף. אין איין סצענע באַשרײַבט קערלער דעם מוראדיקן מאָמענט ווען „קאַ־גע־בע‟־אַגענטן זענען איין מאָל באַפֿאַלן זײַן באַליבטסטן לערער.

יוסף קערלער איז געבוירן געוואָרן אין הײַסין, אוקראַיִנע אין 1918. שפּעטער האָט די משפּחה זיך איבערגעקליבן אין אַ ייִדישן פֿאַרם־קאָלעקטיוו. זײַנע ערשטע ייִדישע לידער זענען פּובליקירט געוואָרן אין אַן אַדעסער צײַטונג אין 1935. נאָכן אַגיטירן ענפֿטלעך פֿאַר ייִדיש אין די ביראָבידזשאַנער שולן איז ער פֿאַרשיקט געוואָרן אין גולאַג פֿאַר „אַנטי־סאָוועטישע טעטיקייטן‟ וווּ ער האָט נישט אויפֿגעהערט צו שרײַבן אויף ייִדיש.

קערלער און זײַן פֿרוי, אַניאַ, זענען געווען צווישן די ערשטע רעפֿיוסניקעס, און אין 1971 האָט מען זיי סוף־כּל־סוף געלאָזט עולה זײַן קיין ישׂראל, וווּ זיי האָבן זיך באַזעצט אין ירושלים. דאָרט האָט קערלער פֿאַרלייגט אַ ירושלימער צווײַג פֿונעם ייִדישן שרײַבער־פֿאַראיין און אײַנגעפֿירט, צום ערשטן מאָל, עפֿנטלעכע הזכּרה־צערעמאָניעס נאָך די ייִדישע שרײַבער, אַקטיאָרן און אינטעליגענטן אומגעבראַכט אונטערן סטאַלין־רעזשים.

דער דאָזיקער דאָקומענטאַר־פֿילם איז איינער פֿון צען, אין וועלכע אָנגעזעענע ייִדישע שרײַבער פֿונעם עלטערן דור רעדן אָפֿן־האַרציק וועגן זײַער לעבן. די פֿילמען זענען רעזשיסירט געוואָרן פֿונעם ייִדישן שרײַבער און לאַנגיאָריקן פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער און פּראָדוצירט געוואָרן פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע ווי אַ די־ווי־די סעריע מיטן נאָמען, „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבער‟.

In this moving video, we learn about the dramatic life of the great Yiddish poet from the former Soviet Union, Yosef Kerler – both in his own words, and through the eyes of his son, the poet, Boris Karloff. In one scene, Kerler describes the terrifying moment when KGB agents attacked a favorite teacher of his.
Yosef Kerler was born in Haysyn, Ukraine in 1918. Later his family moved to a Jewish collective farm. His first Yiddish poetry was published in an Odessa newspaper in 1935. After openly protesting the government’s ban on teaching Yiddish in the schools of the Jewish Autonomous Region, he was sentenced to 10 years in a gulag for “anti-Soviet activity”, where he continued to write in Yiddish.
Kerler and his wife, Anya, were among the first “refuseniks” and in 1979 the government finally allowed them to emigrate to Israel where they settled in Jerusalem. There Kerler organized a Jerusalem branch of the Yiddish Writers Association and helped institute, for the first time, public commemorations of the Yiddish writers, actors and intellectuals murdered by the Stalinist regime.
This documentary is one of ten in which acclaimed Yiddish writers of the pre-war generation speak openly about their lives. The films (in Yiddish with English subtitles) were directed by award-winning writer and former Forverts editor Boris Sandler and produced through the Forward Association as a DVD series called “Monologues of Yiddish Writers”.


Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.