Yiddish Writers Speak

אַ פֿרײַטיק אין בית־לייוויק

Fridays at Leyvik House

  • Print
  • Share Share

צענדליקער יאָרן לאַנג האָט „בית־לייוויק‟, דער תּל־אָבֿיבֿער לאָקאַל פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל‟, געדינט ווי דער צענטער פֿון ייִדישן קולטור־לעבן אין דער ייִדישער מדינה.

אין דער רירנדיקער סעריע אינטערוויוען געפֿירט מיט ייִדישע שרײַבער בעת אַ צײַט פֿון איבערגאַנג — די אָנהייב־1990ער, דערציילן אונדז מרדכי צאַנין, יצחק בראַט, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, יענטע מאַש, יצחק לודען און אַנדערע וועגן זייערע ערשטע יאָרן אין ישׂראל, ובפֿרט ווי אַזוי זיי האָבן באַוויזן צו דרוקן ייִדישע ביכער און צײַטונגען בעת עס האָט געהערשט אין דער ציוניסטישער באַוועגונג אַ נעגאַטיווע שטעלונג צו מאַמע־לשון.

דער דאָזיקער דאָקומענטאַר־פֿילם איז איינער פֿון צען, אין וועלכע אָנגעזעענע ייִדישע שרײַבער פֿונעם עלטערן דור רעדן אָפֿן־האַרציק וועגן זײַער לעבן. די פֿילמען זענען רעזשיסירט געוואָרן פֿונעם ייִדישן שרײַבער און לאַנגיאָריקן פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער און פּראָדוצירט געוואָרן פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע ווי אַ די־ווי־די סעריע מיטן נאָמען, „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבער‟.

For decades, Leyvik House – the Tel Aviv locale of the Association of Yiddish Writers and Journalists in Israel – was the center of Yiddish cultural life in the Jewish State.
In this moving documentary, based on interviews conducted during a time of transition – the early 1990s – writers and journalists Mordechai Tsanin, Yitschak Brat, Rivke Basman Ben-Haim, Yente Mash, Itzhak Luden and others reflect on their first years in Israel and particularly, how they managed to print Yiddish books and newspapers during the Zionist movement’s assault on mame-loshn.
This documentary is one of ten in which acclaimed Yiddish writers of the pre-war generation speak openly about their lives. The films (in Yiddish with English subtitles) were directed by award-winning writer and former Forverts editor Boris Sandler and produced through the Forward Association as a DVD series called “Monologues of Yiddish Writers”.