Yiddish with an Aleph

ווי ווייסן די סעקולערע לײַט וואָס אָנצוטאָן?

How Do Secular People Know What To Wear?

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

אלס איינער וואס איז אויפגעוואקסן ווי א חסידישער יונגערמאן, האב איך זיך איינגעוואוינט אין דריי קליידונג סטאטוטן: שבת’דיג, וואכעדיג, און ווי מע גייט אין דער מיקווה — נאקעט. 

איך דערמאן זיך ווי די מאמע האט מיר געקליידעט אלס קינד ביז די בר מצווה, זומער מיט לייכטע קליידער, קורצע ערמל, קורצע הויזן און סאנדאלן; ווינטער מיט פולע וואלענע קליידער און באקוועמע שיך, אין בעט א פידזשאמע, אין באדע צימער א באד קלייד, פורים א פארשטעלעכץ, צו א חתונה מיט א ספעציעלן ראק, די פאות געמאכט מיט דזשעל. אין די בערג אום זומער האט זי ארויפגעלייגט א גויאיש היטל אויף מיין קאפ, „זאלסט זיך חלילה נישט פון דער זון אפברענען.‟

אבער גיי געדענק יענע פארגעסענע צייטן. זינט דער בר מצווה, זינט איך קלייד מיך אליין, איז נישטא די אלע זאכן. שווארץ, ווייס, און דאס איז עס, מיטן אויסנאם ווען עס רעגנט, דאן כאפט מען א זעקל, זאל זיין א קאלירטע, און מען לייגט עס איבערן הוט, וועלעכער קאליר, מאכט נישט אויס.

פון די ווייבער שיל, מיינע געשוויסטער און שפעטער מיין ווייב, האב איך פארגעזעצט צו הערן איבער כל מיני קליידער, אזא קאליר פאר יונגע, אן אנדער קאליר פאר עלטערע, מיט שמינק צו א פארטי און אן שמינק אין שיל, א שבת קלייד, א יום טוב קלייד, א חתונה קלייד, א קאנטרי גאון, א שלאף גאון, א שווים קלייד. אוי האב איך זיך געשפירט ווי א פרייער פויגל הערנדיג זייערע קאמפליקאציעס! ביי מיר, די זעלבע סעט וואכן בגדים פאר אלע וואכנטעג ביז הונדערט און צוואנציג, די זעלבע סעט בגדי שבת פאר אלע שבת און יום טוב, חוץ דעם קיטל פאר די הייליגע טעג און פאנטאפל פאר יו”כ און תשעה־באב, און אין אלע מקוואות איז אויך די זעלבע — אדם נאקעט.

אזוי האב איך רואיג געלעבט יארן, ביז די השגחה עליונה האט געפירט אז איך זאל לעבן צווישן מאדערנע און סעקולארע מענטשן, און נאטירליך נאכקומען זייערע קליידונג סטאנדארטן. 

עד היום איז מיר שווער צו כאפן ווען מען דארף אנטון וואס. צו דער ארבעט גייט מען דזשינס און צו אן אפיציעלער אוונט – געשטרייפטע הויזן.

אז איך וויל זיין א ריכטיגער לייט צווישן לייטן דארף איך וויסן ווען מען טראגט א קאפ היטל, א T העמדל, סניקערס, זון ברילן, שטוב הויזן, און מיט וועלעכער אויפשריפט, און ווען און וויאזוי מען פאסט צו א געביגלט העמד, ראק און שניפסל.

אויב איך באווייז זיך אלעמאל מיט די זעלבע קאליר העמדעד, הויזן אדער שיך גיט עס דעם איינדרוק פון א היימלאזן. און גיי איך מאכן קערפערליכע איבונגען פרעגט מען מיר: אזוי? אן קיין גימנאסטיג הויזן?

ווער ווייסט וואס נאך פאר א כללים זענען דא, נאר איך האב זיי נאך נישט אויפגעכאפט?

דא אין דער פרייער וועלט האט אויך „נאקעטקייט‟ הלכות בגדים: שווים הויזן מוז זיין, און דווקא א שווים הויז, נישט קיין לייבהויז (הויזל). פאראן לענגערע צו קירצערע לויט די געברויכן. פאלט מיר איין יעצט אנצוהייבן א שווים סעסיע, גיי איך קויפן שווים הויזן. זאגט מיר דער אייגנטימער: ר’ איד, ווער פארקויפט דאס יעצט אינמיטן ווינטער שווים קליידער?  איך הייב די ברעמען: ווינטער? מיר זענען דאך אין דעם זוניגן דרום קאליפארניע. און מתחילה פארשטיי איך נישט דער פראבלעם. אויכעט אין מקווה גייט מען דאך סיי זומער סיי ווינטער?!

אז דער פארקויפער האט זיך מרחם געווען אויף מיר און צוגעצייגט א פאר שווים הויזן, הייבט ער אן מיטן טיפישן אמעריקאנער „אויסוואל‟: אזא קאליר, אזא דעזיין, דאס איז פאר ספארטס לייט, דאס איז פאר רייכע לייט, דאס איז פאר „שיקסע כאפער‟, דאס איז פאר עלטערע לייט, דאס — פאר רעליגיעזע, דאס — פאר ארטיסטן. 

ביי מיר איז אלעס איינס. דער איינציגסטער מאל אלס חסיד ווען איך האב געדארפט קלויבן א דעזיין איז פאר מיין טיש בעקיטשע. ס’מיר גוט, אויך שווים הויזן דארף איך קלויבן… איך בעט זיך ביי אים, גיב מיר עפעס און לאז מיר גיין… אבער עס איז נישט דער מנהג אזוי, זאגט מען מיר, מען דארף אכט געבן, געווארנט זיין, מיט וועמען מען איז גרייט זיך צו אידענטיפיצירן.

איך האב שוין כמעט געטראכט צו זיך, נאך אביסל און די חברה וועלן מיר פארדרייען דעם קאפ, וועל איך נישט האבן קיין ברירה און זיך מוזן גיין אויסזוכן א מקווה.