Yiddish with an Aleph

איז הרבֿ אליעזר בערלאַנד אַ צווייטער שבתי צבֿי? (ערשטער טייל)

Is Rabbi Eliezer Berland A Second Shabbetai Zvi? (Part I)

פֿון יהושע כּהנא

  • Print
  • Share Share

הרב אליעזר בערלאנד, א ברעסלאווער רב אין דער אלטער שטאט ירושלים, א איד אין זיינע אנהויב אכציגער יארן, האט צענדליגער יארן געהאט א נאמען פון א ראדיקאלער צדיק, וואס דאוונט שעהען לאנג, מיט א טרייסלדיגער קערפער, רופט אפט צו תשובה און תעניתים, און הייסט גלייכצייטיג זיינע חסידים, די “שובו בנים” חברה, טון ווילדע אומ’אחריות’דיגע מעשים אזויווי גיין צו קברי צדיקים אונטער די פאלעסטינער טעריטאריעס טראץ די סכנת נפשות. בלויז זיין צורה מיט די צעשויבערטע פאות, זיינע פלייצעס פארוויקלט מיטן שטענדיגן טלית, און א הויפן ספרים פארנט פון אים, ווארפט אן א הייליגע אימה.

הרב אליעזר בערלאנדס חסידים זענען מערסטנס בעלי תשובה, גלייך ווי הרב בערלאנד אליין. ער דערציילט אז אלס יוגנטליכער האט ער שפאצירט אויפן כרמל בארג אין חיפה און א געטליכער קול האט אים אויפגעוויזן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט. זיינע חסידים האבן זייער רב פארגעטערט און פארהייליגט. גלייך ווי זייער ענטוזיאסטישער רבי האבן זיך אויך זיינע חסידים געשאפן א נאמען מיט די דאזיגע מידות, אדער ראדיקאלן, אדער גרויסע משפיעים. איינע פון זיינע באקאנטע תלמידים איז הרב שלום ארוש, וועמענס ספרים איבער אמונה און אנדערע לעבנס פארמעסטונגען זענען פארשפרייט געווארן איבער אלע שיכטן און קרייזן, אין עברית, ענגליש און אידיש.

פלוצלינג, ווי א באמבע אינמיטן העלן טאג, האט אין 2012 זיך פארשפרייט א שמועה אז הרב בערלאנד דער ראדיקאלער צדיק איז נישט מער און נישט ווייניגער נאר געכאפט געווארן ביי די מעשה. עמיצער א יונגערמאן א פייערדיגער חסיד זיינער, נחמן שלום הייסט ער, פלעגט אין די שפעטע נאכט שעה’ן קלעטערן אויף דעם רער פון דער געביידע ביזן רבי’נס פענסטער ערווארטענדיג צו זען א מלאך’ישער עבודה, און צו זיין שרעק זעט ער זיין רבי’ן ליגן מיט א חסידיתטע. דאס איז בלויז געווען דער אנהייב. באלד ווי די מעשה איז ארויס זענען צוביסליך נאך מעשיות ארויפגעשווימען דורך גבית־עדות פון אנדערע פרויען.

הרב בערלאנד האט דערשפירט די היץ, איז ער ארויס אין גלות, און אויסגעקליבן האט ער, ווי צו פארפעפערן די דראמע, דעם ווילדן… אפריקע. אין אנהייב — מאראקא און פון דארטן קיין זימבאבוויי און צום לעצט קיין דרום אפריקע. צוריק קיין ארץ ישראל איז בערלאנד געקומען אין קייטן, און אפגעזעסן א קורצע צייט.

הרב יום טוב חשין, א יונגער כאריזמאטישער ברעסלאווער רעדנער מיט א רויטער בארד, האט געבראכן דאס צעמישעניש ביים חרדישן ציבור. “יא יא, — האט חשין אויסגעשריגן אין איין רעדע נאך דער אנדערער — עס איז ליידער אמת אן ספק, דער הרב בערלאנד איז א רשע.‟ יום טוב חשין איז א געוועזענער מקורב פון נישט קיין צווייטער ווי הרב בערלאנד אליין, און ער איז מעיד אז דער געוועזענער רבי זיינער איז א שרעקליכער נואף. הרב חשין איז געווארן דער ערשטער און הויפט לוחם קעגן הרב בערלאנד.

בערלאנדס חסידים האבן מיט אלע כוחות פראבירט צו רייניגן זייער רבי’נס נאמען. זיי האבן געשריגן אז די גאנצע מעשה איז א בילבול און דער רבי ליידט פאר די זינד פונעם דור. נאך דעם ווי בערלאנד איז ארויס אויף דער פריי, האבן די חסידים זיינע מיטן כוח פון פראפעגאנדע פראבירט צוריקצוברענגען דעם כבוד פון בערלאנדס פערזענליכקייט. באמבאסטישע באזוכן זענען אפגעשטאט געווארן דורך די שובו בנים חברה מיט זייער רבין אין שטעט אין שטעטלעך איבערן לאנד, מיט שרייעדיגע פלאקאטן אז דער צדיק הדור און ניסים מאכער קומט אין שטאט.

און דא האט זיך אנגעהויבן די גרויסע מלחמה קעגן הרב בערלאנד וואס האט פארשלעפט דעם מצב אַלץ טיפער און טיפער.

ווי קען מען דען לאזן אזא פארשוין געניסן כבוד ביי כלל ישראל?! נאך איינער קען זיך נאך חלילה טועה זיין אז ער איז א צדיק. האט יום טוב חשין צוזאמען מיט אנדערע ברעסלאווער משפיעים אריינגעלייגט כוחות אז די גאס זאל וויסן ווער דער אזוי גערופענער צדיק איז. א רעקארדירונג איז פארשפרייט געווארן ווי בערלאנדס אייגענע רביצין באקלאגט זיך ביטערליך וואס פאר א מעשים „איום ונורא‟ זי האט געזען איר מאן אפטון רח”ל. דער ציל איז פארשטענדליך.

אזוי ווי עס איז נישט געבליבן א ברירה, האבן טייל בערלאנדער פארטיידיגט דעם רב, זאגנדיק: „דער רב איז קודש הקדשים, א צדיק העכער פון געווענדליכע מענטלישע באגריפן, און זיינע מעשים, וואס זיי זאלן נאר זיין, קען מען נישט שאצן.

נאר אזעלעכע ווערטער האבן אויסגעפעלט… א ויצעקו איז געמאכט געווארן אין די געסעלאך פון מאה שערים: „געוואלד געשריגן, א רבי רעכט אפ זינדיגע מעשים מיט חסידיתטעס וועלעכע קומען צו אים פאר א ברכה מיט די אויסרייד אז דאס וועט זיין א תיקון פאר זייער נשמה! דאס איז דאך שבתאות! אויך שבתי צבי מיט זיין נאכפאלגער יעקב פראנק האבן געטון מעשים מגונים און די נאכשלעפער האבן אלעס פארטיידיגט מיטן אויסרייד פון הויכע נשמות און אנדערע מיסטישע גלויבנס.‟

עס איז יעצט געווארן קלאר אז נישט נאר איז אלעס מותר פאר זייער רב, נאר דער רב זייערער איז כמעט איינס מיט גאט. אנדערע האבן געזאגט אז שוין פון יארן טוען די בערלאנדער פארגעטערן זייער רב ענליך ווי די נאכפאלגער פון יאשקען. רעקארדירונגען זענען פארשפרייט געווארן פון הרב בערלאנד און זיינע גרויסע תלמידים וואו עס ווערט ארויסגעברענגט כמעט בפירוש אז ער, הרב בערלאנד, איז גאט אין מענטשליכן געשטאלט.

שרייעדיגע מחאות זענען ארויס קעגן דעם משיח שקר, דעם נייעם יעזוס. די בערלאנדער זענען געווארן ווילד, אפילו אפגעראכטן פיזישע וואנדאליזם און געשלעגן.

אזוי, זיי קענען טיילן מכות אויכעט? שרייעדיגע קול קורות זענען יעצט ארויס אז די בערלאנדער זענען „רוצחים‟. אנדערע האבן געזאגט אז שוין פון יארן האט זיך דערקענט א בארבארישע טענדענץ ביי די חברה, ספעציעל דורך אירע גבאים, און דאס אלעס נעמט זיך פונעם חינוך פון דעם וואנזיניגן, צערודערטן רבי’ן זייערער. אויך אויף דעם איז דא רעקארדירונגען. די רביצין זיינער דערציילט אז איר מאן’ס אייגענע געשוויסטער האבן אים גערופן היטלער און א סאדיסט. מען הערט אויף מער ווי איין רעקארדירונג ווי בערלאנד אליינס איז אין די רציחה און שרייט אויס: „איך וועל אייך שיסן מיט א ביקס‟; „כ’וועל אייך צערייסן אויף שטיקער‟ און „איך בין מפקיר זיין בלוט‟.

„ניין ניין,‟ שרייען זיינע נאכשלעפער ווען די וואסער דערגרייכט שוין דעם גארגל. „דאס זענען בלויז העכערע אויסדרוקן פונעם רב, כדי מבטל צו זיין שלעכטע גזירות!‟

בלויז אויסדרוקן? הרב אמנון יצחק האט זיך צוגעשטעלט צו דער מלחמה אנטקעגן הרב בערלאנד, ער האט ברבים אנטדעקט וואס פאר א צווייפלהאפטער מענטש ער איז, ער איז פארבונדן מיט פארברעכער. א רעקארדירונג האט ער ארויסגעלאזט ווי דער פארשוין דערציילט אז ער האט געגעסן „מענטשן פלייש‟ אין כינע, און עס איז געשמאק, זאגט ער גראב ארויס… עדות זענען דא ווי ער שיקט חסידים צו שווארצע געשעפטן און פארלאנגט א פראצענט. אנדערע רעקארדירונגען זענען פארשפרייט געווארן ווי בערלאנד מיט זיינע גבאים פראבירן ארויסצוקוועטשן גרויסע סומעס געלט פון משפחות פון קראנקע אויף וועם דאקטוירים האבן אויפגעגעבן מיט פאלטשע צוזאגן אז מיט דער „פדיון נפש‟ פארן רב וועט דער חולה אויפשטיין תחיית המתים…

און די געפאנגענע שובו בנים’ניקעס כארכלען ווייטער: „צדיק צדיק צדיק יסוד עולם‟.

„וואס צדיק ווער צדיק?‟ שרייט הרב חשין, דער דרייסטער קעמפער קעגן דעם בערלאנד קליפה. „אפילו דער עבודת השם וואס מען זעט ביי זיין דאווענען איז א בלאף,‟ אנטפלעקט חשין נאכאנאנד צו זיינע צוהערער. „אינדערהיים היפערט ער איבער דאס דאווענען, ער איז א קל און פרא אדם וואס שרייט אויף די עביצין מיט באנומענע קולות.‟

הכלל, א שארלאטאן, אן איש מושחת איז אנטדעקט געווארן אין דעם כלומרשטן צדיק וקדוש, א פארדארבענער משיח שקר. נאך די אלע שמועות, גיט שוין זיין בהלה’דיגער צורה נישט דעם אש קודשדיגן איינדרוק, נאר ליבערשט אן אנבליק פון א פארצוקענדיקער טיגער.

וואלט דאך אצינד געדארפט זיין א דבר פשוט אז יעדער חרדישער רב זאל זיך פון דעם בערלאנדער משיח שקר אפטרײסלען. א גרויסער חידוש אבער וואס געציילטע חשובע חרדישע אידן, אזוי ווי הרב שלום ארוש, דער מחבר פון „אין אמונה גארטן‟, און הרב מוטה פראנק, שטיצן ווייטער בערלאנד און מען שרייט געוואלד. נאך די אלע זאכן וועלעכע שרייען ביזן הימל קען נאך דער מאניאק זיין לעגיטים ביי חרדים?

(המשך קומט)