Yiddish with an Aleph

איז סאַטמאַר טאַקע מער פּשרהלאָז ווי אַנדערע חרדישע קרײַזן?

Is Satmar Really the Least Compromising Of All?

פֿון יהושע כהנא

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

װי באַקאַנט, האלט זיך סאטמאר פארן פאן טרעגער פון דער „ריינער מסורה‟ — אן שום פשרות. זייער לאזונג איז „מיר גייען אויף דעם פשרהלאזן דרך‟.

דער טערמין „פשרהלאז‟ איז באקאנט געווארן אין די צייטן פונעם חתם סופר. די נעאלאגן האבן לויט דער צייטגייסט אנגעהויבן איינפירן פשרות מיט אידישקייט, און זיך צושטעלן וויפיל עס איז שייך צו די ארומיגע מאדערניזאציע, פאפולערע קריסטליכע איינפירונגען אד״ג. דערצו האבן זיי דאס געוואלט ארויפצווינגען אויף אלעמען. טייל פון די נעאלאגן האבן פראבירט אויפצואווייזן אז געוויסע טוישונגען זענען אויסגעהאלטן לויט יהדות. איז געקומען דער חתם סופר און געשריגן: „ניין! מיר וועלן נישט איינגיין אויף קיין פשרות אין אידישקייט, מיר זוכן נישט קיין היתרים, מיר וועלן זיך האלטן מיט דער מסורה און אלטן וועג ווי די חכמי הלכה האבן אוועקגעשטעלט מדור דור, אן קיין קונצן.‟ זאגן די סאטמארער אז זיי זענען היינט דעם חתם סופר’ס ממשיכים און האלטן זיך דערפאר הונדערט פראצענט צוגעבונדן צום אלטן אויסגעטראטענעם דרך.

כדי צו באטראכטן די זאך א ביסל פון דער נאענט און זען צי איז דער טיטל אן אקוראטע, צו איז דער סאטמארער פשרה’לאזקייט טאקע ענליך צום חתם סופר’ס? און צי קעמפן זיי בכלל פאר עפעס וויכטיגער און יסודותדיגער ווי די איבעריגע חרדישע קהילות וועמען זיי באשולדיגן מיט מאכן פשרות אין אידישקייט? לאמיר כאפן א בליק צוריק:

דער חתם סופר האט געצילט צו שטעלן א חומה קעגן ווינטן וועלעכע שטעלן אין געפאר די פונדאמענטאלע מצוות ווי שבת און ברית און בכלל דעם אידישליכן גייסט. דאכט זיך אז דער סארט פשרהלאזיגקייטהאלטן היינט נישט נאר די סאטמארער, נאר אלע חסידים, ליטוואקעס, ספרדים, מזרחיסטן. אפילו רוב טראדיציאנעלע סעקולארע אידן רעספעקטירן די אלטע הלכה’ישע טראדיציעס, כאטש זיי אליין האלטן זיי נישט. טא מיט וואס זענען די סאטמארער מער ממשיכים פון דעם חתם סופר ווי אנדערע שומרי תורה? טענה’ן די סאטמארער אז גלייך ווי דער חתם סופר אין זיינע צייטן, זענען זיי די וועלעכע שטייען פעסט אנטקעגן די נייע גזירות (פון דער רעגירונג), נסיונות (לעבנס־באדינדונגען וועלעכע שטערן דאס אריגינעלע אידישקייט) און פירצות (מאדערנע איינברעכונגען) וועלעכע באדראען דעם היינטיגן דור.

און וואס זענען די היינטיגע גזירות, נסיונות און פירצות? איז דאס געזעץ אז אונזערע טעכטער מוזן גיין אין א סיסטעמאטישער שולע אנשטאט אויפוואקסן ביי דער מאמען ווי עס איז געווען טויזנטער יארן, די גזירה פֿון דעם דור? איז דאס וואוינען אין גרויסע אויסגעלאסענע שטעט נישט ווי אמאל ווען אונזערע אור עלטערן האבן זיך אפגעהאלטן פון באזעצן זיך אין מאדערנע שטעט, דער נסיון פונעם דור? איז דאס אריינברענגען א מיקראפאן אין שיל אריין אין צומאל פירן דאס דאווענען דערין ווי עס טוען די גוים אין זייערע תפילות, די פירצה פונעם דור? ניין! זיי זענען טאקע נישט פונקט ווי אמאל, אזעלעכע ענינים זענען אבער בלויז פיטשעווקעס, אוודאי נישט יסודות’דיגע צו באדראען אידישקייט.

איז וואס זענען יא די נסיונות וועלעכע ברעכן די פונדאמענטן פון יהדות? ענטפערט דער סאטמארער: נסיונות אין צניעות, ווי א לאנג שייטל אדער חלילה אויפגעדעקטע האר; נסיונות אין שפראך, ווי דאס רעדן ענגליש אין שטוב; נסיונות אין ציונות, אפילו פרומע ציונות ווי אגודת ישראל, אט זיי זענען די נסיונות הדור און דא איז וואו דער חתם סופר’ס פשרה’לאזער מהלך איז גילטיג היינט. די וואס שטייען נישט אויף די דערמאנטע ענינים אן קיין פשרות פארפעלן די סאמע יסודות אין אידישקייט, מאכט נישט אויס ווי פרום זייערע מאנסבילן זעען אויס.

פארוואס זעען די סאטמארער דוקא די דריי זאכן ווי פונדאמענטאלע יסודות?

דאס האבן די סאטמארער מקבל געווען פון דער אלטער היים אין אונגארן און די ארומיקע שטעטלעך, דארטן זענען די ענינים געווען פאררעכנט ווי פונדאמענטאלע נסיונות. פארוואס דוקא די דריי? איך וועל פראבירן צו שטעלן היפאטעטישע סיבות לויט מיינע באגרעניצטע ידועות אין די לעצטיגע היסטאריע פונעם מזרח אייראפעאישן אידנטום, און ווער ווייסט, אפשר ליגט א שטיקל אמת אין מיין היפאטעזע. אין קורצן קען מען זאגן, עס האט צו טון מיט צוויי הויפט פאקטארן, די שטארקע קהילה’יש לעבן אין אונגארן פון איין זייט, און די מאדערנע און רעפארמירנדיקע ווינטן פון דער צווייטער זייט. לאמיר באזונדער באטראכטן די דערמאנטע דריי אונגארישע הארבע ענינים פונעם היסטארישן בליק:

לשונות עמים: די קפידה, שטרענגקייט קעגן גויאישע שפראכן האט מסתמא צוטון מיטן לעצטן פאקטאר: די מאדערנע ווינטן. די נעאלאגן האבן איינגעפירט די דייטשע און אונגארישער שפראכן אין זייערע שילן, האט דער פרומער לאגע ווי א רעאקציע איינגעפירט שארפע תקנות קעגן נישט־אידישע שפראכן אין די שילן כדי נישט נאכגעשלעפט צו ווערן אינעם נעאלאגישן גייסט.

צניעות: ווייטער ביים ענין פון צניעות שפילן ביידע פאקטארן א ראלע. קודם כל, ווי שטארק באפעסטיגטע קהילות פלעגט א וואכזאם אויג געהאלטן ווערן אויך אויף די פרויען, זיי דערלאנגט סטאטוטן גלייך ווי פאר די מענער, אנדערש וואו אין פוילן וואס איז געווען ווי „א שיף אן קיין רודער‟ מיט בלויז שטיבלעך און מורה הוראות אלס אפצווייג פון ווייטע רבישע הויפן און מיט די פרויען’ס רוחניות’דיגער צושטאנד האט מען זיך נישט אזוי געקימערט. צווייטנס, אונגארן האט זיך ממש געגרעניצט מיטן צענטער פון מאדערניזאציע — ווין. די מערב־וועלט האט דאן פראקלאמירט מאדערנקייט אין הפקירות דורך פרויערישע מאדעס. א אידישער גייסט האט זיך דערפאר אין אונגארן דערקענט לויט דעם פרוי’ס לבוש, אנדערש ווי אין פוילן און רוסלאנד וואו דער נסיון איז געווען די מענערס לבוש.

ציונות: אויך דער עקסטרעמער שארפער שטעלונג אנטקעגן ציונות האט צו טון מיט די ביידע פאקטארן. זינט די נעאלאגן־פרשה האבן די פרומע אונגארישע אנטוויקלט א פארדעכטיגן צוגאנג צו יעדן סארט נייער באוועגונג וואס איז א מעגליכער דראונג פארן אלטן גייסט. אזוי ווי דאס קהילה לעבן אין אונגארן איז געווען גאר באפעסטיגט, פיל מער ווי אין פוילן, האבן די אידן אינעם היימישן אונגארן אנטוויקלט א שטארקע געבינדנשאפט צו זיין וואוינארט און קהילה לעבן, דאס איז געווען זיין אידישקייט. אז די פירערשאפט איז געווען מטעם די ממשלה מיט א רעלאטיוו גוטן לעבן, האט זיך גלייך ווי אינעם אלגעמיינעם בירגער אויך אינעם פרומען איד אנגעקלעפט אן אונגארישן פאטריאטיזם.

מען קען זאגן אז דער אונגארישער איד, אפילו דער פרומער, האט דוקא געשפירט א טיפן קשר מיטן גלות, ליב געהאט דעם אלטן הארציגן גלות מיט איר אינטימען לעבנס שטייגער מער ווי דער נייער אלוועלטליכער גאולה גייסט. ווען א שווערער צייט איז אונטערגעקומען האט דער פרומער אונגארישער איד מתפלל געווען אויף דער גאולה שלימה, אבער אקטיוו טון דערין האט אים נישט אזוי פאראינטרעסירט, דאס מוז מען לאזן פאר א ניסימדיגן משיח. טון אין “שלומו של מלכות” (די פרידן פונעם לאקאלן לאנד) איז ביים אונגארישן איד געווען א מצווה בעת אקטיוו טון אין די גאולה שלימה איז גאר געווען צווייפלהאפטיג.

דערפאר האט ציונות א יעדן אונגארישן אדער אפילו יעדן עסטרייך־אונגארישן איד געגריצלט אין די אויערן, עס פאר’הרג’עט דעם אזוי נאסטאלגישן גלות צוזאמען מיט די אזוי טראדיציאנאלער אונגארישע רבנות אינסטיטוציע מדור דור אויף וואס זיי האבן אנגעלעהנט דאס געוויכט פון גאנץ יהדות. אין אונגארן, אין גלות, אין רבנות, פאלט דער עמוד התווך, דער צענטראלער זויל, פון אידישקייט צוזאם.

א נייע עפאכע איז אפירגעקומען. אידנטום איז איבער געפאלאנצט געווארן אין נייע ערטער, און די וויכטיגקייט פון די אונגארישע פונדאמענטן האט זיך פלוצלינג געטראפן אונטער א גרויסער פרעגצייכן. דאס וואס איז אמאל כאטש טיילווייז געווען דער עמוד התווך, איז היינט מער נישט, ווייל קהילות אונגארן עקזיסטירט מער נישט. היינט איז דא א יהדות ארץ ישראל, א יהדות ניו יארק, א יהדות מערב אייראפע, בעצם א יהדות קיבוץ גליות, אן אלוועלטליכער יהדות. די אמאליגע עמודי התווך פאר יהדות אונגארן זענען נישט די עמודי התווך פארן אלוועלטליכן יהדות, קיין איינע פון די אמאליגע אונגארישע רעאקציע יסודות פארמאגן נישט היינט קיין אמת’ער פונדאמענטאלער ווערט, און אודאי און אודאי האבן די דאזיגע אפגעלאפענע יסודות נישט קיין שייכות מיט דער חתם סופרס ארגינעלע פשרהלאזיקײט וועלעכער איז געווען אויסשליסלעך געצילט קעגן די נעאלאגן און נישט קעגן זיינע פוילישע ברידער אין צפון וועלעכע פארמאגן זייער אייגענעם דרך. אונזער קיבוץ גלות אידישקייט איז ווייט ווי הימל פון ערד פון רעפארם. קיבוץ גליות דארף נישט לערנען צניעות, אידישליכקייט און השקפה, פון די אמאליגע תקנות אונגארן אדער פון זייערע היינטיגע ממשיכים כדי צו וויסן וויאזוי צו האדעווען אידישע דורות לשם ולתפארת.

גיבן די סאטמארער די אמאליגע אפגעלאפענע יסודות דעם פרומסטן פנים צוזאמען מיט זייער התבדלות’דיגער האלטונג, מאכן דערפון הייליגע פראפאגאנדע, און נאר די וואס זענען געטריי זייערע רעאקציאנערע פירעכצער איז כשר און פשרהלאז.

אין צוגאב צו די דערמאנטע „יסודות‟ זענען צוגעקומען אן אנדערער ריי חומרות דורכן סאטמארער רבין אליין — בעיקר, פארשטייט זיך, אין שייכות צו ארץ ישראל. אפילו עס איז לאוו דוקא געבינדן מיט ציונות, אזוי ווי למשל אז מען טאר נישט ארויסטראגן פירות פון ארץ ישראל, אפילו אן אתרוג נישט… און א נאמען געגעבן די חומרות בשייכות צו ארץ ישראל „ריינע אמונה‟. עס איז גאנץ קלאר אז אין סאטמאר האט מען געוואלט זען ארץ ישראל ווי אין די אמאליגע גוטע גלות־יארן, אן אלטער צובראכענער ארץ ישראל מיטן נאסטאלגישן טעם און חן ווי דער גלאררייכער אמאל. אויכעט א ריי אנדערע אזוי גערופענע פרומקייטן אדער אפגעזונדערטקייטן איז איינגעפירט געווארן אין סאטמאר, צו צייגן זיך הייליגער און פרימער ווי די איבעריגע ערליכע אידן. דעמאסטרירן זיי א כלומרשטע פארצייטישקייט און אפגעהיטנקייט, כדי צו פארזיכערן אז די אונגארישע מסורה האט נאך היינט א ווערט.

און דער אמת איז, אפילו אין זייערע אייגענע גדרים, אריינגערעכנט דעם הונדערט־יעריגן יסודות־פעקל, צי זענען זיי טאקע מיט זייער תורה חדשה אזוי „פשרה’לאז‟?

איז אזוי: מיטן ענין פון לשונות העמים זענען זיי צופעליג ערנסט ביז גאר. דער איסור איז אריבער, לויטן צייט פאדערונג, אויך צו די ווייבער. ווייבער אמאל אין אונגארן (אויסער קארפאטן רוס וואס איז נאנט צו גאליציע) האבן געמעגט צווישן זיך רעדן לשונות העמים. וויליאמסבורגער פרויען היינט דארפן זיך אבער מער האלטן מיט אידיש. דאס איז שוין אפשר געווען דעם סאטמאר רבי’נס פערזענליכע מלחמה מיט די אמעריקאנער פעמינינעם גייסט וואס רייסט במכיוון אויס די פארצייטישע „אידענע‟ פון אונזערע פרויען. פארט פארנעמט אבער ענגליש און לימודי חול א שטיקל פשרהדיגער ארט אין סאטמאר לויט וויפיל זיי האלטן אז עס לוינט זיך צו קענען פאר זייער אונגארישער באקוועמליכקייט.

בנוגע ציונות: כאטש וואס זיי פירן טאקע אן אבסעסיווער קאמף אנטקעגן ציונות, אין פארגלייך מיטן ראדיקאלן אנטי ציונישן נטורא קרתא’ניק מאכט דער סאטמארער גאנץ פיינע פשרות מיט ציונות. די סאטמארער וועלן פארשטייט זיך זאגן אז מען וועט מיט אזא דרך גארנישט אויפטון. פיין, די זאך איז נאר אז דאס גענוי טענה’ן די אנדערע חסידות’ער און קהילות וועמען די סאטמארער באשולדיגן מיטן זיך משתף זיין מיט ציונים. הייסט עס אז ביידע מאכן פשרות אויף אן אנדער שטאפל, אבער לויט סאטמאר איז יענעמס שטאפל פשרותדיג און דער אייגענער שטאפל, פשרהלאז.

און פון דא גייען מיר אריבער צו דער סאטמארער “פשרה”לאזער” צניעות. דער סטאנדארט אין סאטמאר איז אז מען דעקט דעם קאפ אדער מיט א שפיצל, דאס איז א פאס מיט זייד וואס גיט דעם אנבליק ווי געקעמטע האר ביים פארנט פינעם טיכל, אדער א „פריזעט‟, אן עכטער שייטל אפן ביים פארנט פונעם טיכל אדער היטל. דער אלטער מנהג אינדערהיים איז אבער געווען אז א פרוי גייט אינגאנצן אפגעבינדן, א הויל טיכל, אן סיי וועלעכע האר אלטערנאטיוו, און אזוי פירן זיך עד היום די שטרענג מסורותדיגע ספרדים און ירושלימער. ווייטער מיט די שטרימפ [לאַנגע זאקן], סאטמאר האט באשאפן א צניעותדיגער שטרימפ, סים טייטץ [seam tights], פיין און וואויל, אבער פארט איז עס נאנט צום הויט קאליר, און אודאי איז עס נישט קיין פארצייטישע געמיינע לייווענטענע שטרימפ, אדער לאנגע בגדים ביז די ערד, ווי אונזערע עלטער באבעס זענען געגאנגען. א שטרענג פרומער מאה שערימדיגע פרוי וועט עד היום גיין אין שווארצע שטרימפ, און נישט די פשרהדיגע „סים טייץ‟.

די זעלבע מיט זייערע אנדערע צניעות גדרים, ווי למשל, זייער אייגענע באד־קאסטיומען („ביידינג סוטס‟), און דאס אז בלויז די תלמידות פאר דער בת מצווה מעגן שפילן אויף דראמאס, אנדערע וועלן טענהן אז די ביידע זענען אין יעדן פאל מאדערנע גויאישע אריינברעכונגען פון צייט גייסט וואס מען האט נישט געזען אמאל.

נאך איין ביישפיל: איינע פון די נייע פרום פנימדיגע „גדרים‟ ביי סאטמאר איז אז א ווידעא פילם איז פסול, דאקעגן „סליידס‟ (רוקענדיגע בילדער) איז יא כשר. א פיינער גדר, צו איז דאס אבער פשרהלאז? פארוואס זאל מען אזוי אננעמען?!

שטעלט זיך ארויס אז די סאטמארער גדרים זענען נישט מער ווי פשרות נוסח סאטמאר פארשלייערט מיט אן עגא-מאניאקישער הייליגער הילע!

נו, אויב אזוי, אז אפילו אין זייערע אייגענע יסודות זענען זיי נישט עפעס אזוי פשרה’לאז, אין וואס באשטייט די סאטמארער פשרהלאזיגקייט?

דער ענטפער וועט מוזן זיין:

„נישט מאכן פשרות מער װי דער סאטמארער פירערשאפט ערלויבט מפשר צו זיין!‟

באמערקונג: איך בין מיט דעם ארטיקל נישט אויסן חלילה אוועק צו מאכן דעם גאנצן קהילת סאטמאר אלס א קהילה פון אידן יראים ושלמים וועלעכע היטן זייער מסורה פאר זיך מיט אן ערנסקייט. איך וויל בלויז עפענען די אויגן קעגן דער לצנותדיגער פראפעגאנדע־מאשין זיך צו גרייסן, און מיט א ביטול אוועקמאכן די אויסגעהאלטנקייט פון אנדערע קהילות יראים ושלמים וועלעכע געבן זיך אוועק פארן אלטן אידישקייט לויט זייער מסורה מיט נישט ווייניגער ערנסטקייט און הארעוואניע ווי די סאטמארער קהילה.


Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.