Yiddish with an Aleph

ווי גרייט מען צו אַ חסידישע חתונה?

Planning a Hasidic Wedding

פֿון זלמן חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

ביי חסידים איז איינגעפירט אז די עלטערן מאכן חתונה די קינדער. זיי באצאלן נישט בלויז די הוצאות פון דער חתונה גופא, נאר אויך פארן שטאפיר און פאר א דירה פון שענסטן און בעסטן. דער חתן דומה למלך, ער דארף אויסזען ווי א מלך, און די כלה — ווי די מלכה, אין פולסטן זין פון ווארט. א בחור אדער א מיידל ווען זיי טרעפן זייער באשערטע, מוזן זיי זיך נישט זארגן ווייטער, די עלטערן מאכן זיי חתונה אויף א גאלדענעם טאץ. נאכן שרייבן תנאים גייט דער חתן צוריק אין ישיבה, זיך גרייטן צום ספעציעלן טאג, די כלה וועט זיך גרייטן פון איר זייט, אבער ביידע וועלן זיך נישט דארפן זארגן פאר הוצאת החתונה.

פון ווען עס געשענט דעם שידוך ביז נאך די שבע ברכות, קאסט עס פאר יעדן צד אן ערך פופציג - זעכציג טויזענט דאלער. דאס הייסט פאר ביידע צדדים צוזאמען קאסט עס גאנצע הונדערט טויזענט דאלער! דאס איז דער סכום, פאר אן „ארימאן‟ וואס האט נישט. פאר א בעל־הבתישער שידוך — א סך מער.

אין דורכשניט קען א חסיד זיין געבענטשט מיט אכט אדער צען קינדער, מיינט דאס אז ווען ער וועט פארטיגן חתונה מאכן זיין געזעמעל, וועט ער אויסגעבן פאר שמחות קרוב צו א מיליאן דאלער.

פרעגט זיך: פארוואס טאקע פירט מען זיך אזוי ביי חסידים?

דער ערשטער ענטפער איז: ווייל אזוי האט מיך מיין טאטע און מאמע אויפגעצויגן, אזוי איז געווען אין דער אלטער היים. ביי חסידים אז מען האט אזוי געזען ביי די עלטערן, דארף מען נישט מער, דאס איז א סימן, עס איז די בעסטע זאך.

דער מנהג ווערט דערמאנט אין ספר „דרישה ופרישה‟ פון דעם גאון רבי יהושע פאלק [געבוירן בערך 400 הונדערט יאר צוריק, אין קראקע]. און ענדליך אין מלבי״ם, פון דעם גאון רבי מאיר לייביש [געבוירן פאר איבער 200 יאר צוריק אין אוקראינע]. דער טעם ווערט אנגעגעבן, אז אויב די עלטערן מאכן חתונה די קינדער, שפירן די קינדער א גרעסערע נאנטקייט און צוגעבינדענקייט צו זייערע עלטערן, ווען זיי זעען די ארבעט, מי און געלט און אז זיי זענען געטריי די קינדער. דאן בלייבט אויף די קינדער א רושם אויף אייביג, דאס בינדט צוזאמען די משפחה.

דאס איז מן הסתם איינע פון די גרויסע הצלחות פארוואס חסידישע פאמיליעס האבן מצליח געווען בויען זייערע פאמיליעס דאהי אין אמעריקא, אויפן זייער אייגענעם אויסגעטראטענעם וועג.

איז די פראגע: נו, פון וואנען נעמט מען געלט פאר די שמחות?

עס איז וואונדערליך וויאזוי עס שטעלט זיך צוזאם דאס געלט. מען זאגט א ווערטל: די חתונה נאכט איז בלויז דער אויסלאז פון די חתונה, מען מאכט חתונה דאס קינד גאנצע זעקס חדשים פאר דעם! מען לויפט ארום אין געשעפטן, קויפן און צוגרייטן אלעס פון פריער.

גלייך ווען איינער טוט א שידוך וועלן די זיידעס און באבעס פון ביידע זייטן אנהייבן זיך זארגן: „וויאזוי וועט אונזער קינד חתונה מאכן זיין קינד?‟ וועלן זיי אים שיקן א טויזענטער אדער צוויי. דאן וועלן זיך דערבארעמען אויף חתן־כלה די געשוויסטער, יעדער וועט געבן וויפיל ער קען. פאר א היימישן חסיד וועט געבן אפילו אן ארימאן, וואס מאכט די זעלבע נאכט חתונה, ער דארף דעם זעלבען סכום געלט פאר זיך, ווייל: אז ער גיט, וועט אים יענער צוריק געבן, און פון די צענער׳ס - צוואנציגער, הונדערטערס, שטעלט זיך צוזאמעם פינעף און אפילו צען טויזענט דאלער!

דאן קומען די גוטע פריינד און שכנים, די קהילה. מען מאכט טאג טעגליך א „טיי אווענט‟ און א צדקה פארטי, פאר היימישע יידן וואס מאכן חתונה. עס זענען דא צדקה קאסעס וואס היימישע פארמעגליכע יידן געבן אוועק שווערע טויזענטער פאר הכנסות כלה. און צום לעצט זענען דא די גמח״ן, וואס לייען יעדען וואס מאכט חתונה פינעף, צען טויזענט דאלער, און אפילו נאך מער, מיט גוטע ערבים און אן אויסגעהאלטענעם פלאן פון ווי צוריק צו באצאלן, אויף קליינע חודש׳ליכע באצאלונגען.

ביי יעדע חתונה קען אייך איינע פון די מחותנים פארציילן א „נס פון הימל‟, וויאזוי ער האט באוויזען צוזאמשטעלן דאס אויסטערלישן סכום פון פופציג טויזענט דאלער! אבער בעזרת השם באווייזט מען עס, מיט הילף פון גוטע פריינד און די קהילה.

ועל כולם זענען דא איבראל די חתונה מאלן, מען קען באקומען יעדער זאך וואס פעלט אויס פאר די חתונה פאר ביליגע פרייזן, אנהייבנדיק פון די מעבל, שטוב־מכשירים, שטאפיר פאר חתן־כלה. אויך האט זיך יעדע קהילה זיינע ספעציעל חתונה תקנות, וואס מען מאכט מען זאל נישט אויסברענגען סתם אזוי געלט. די תקנות ווערן אלץ בעסער און מער צוגעפאסט צו דער נייער צייט, עס איז באפולמעכטיגט פון דעם רב־ אדער רבי־ארגענעזאציע פון דער קהילה, יעדער האלט זיך צו דערצו.

דער סוד פון דעם איז: יעדער לייגט צו א פלייצע חתונה מאכן, מיט א גוט הארץ. די עלטערן, געשוויסטער, נאנטע און ווייטע קרובים, שכנים, גוטע פריינד, און אלע וואס געהערן צו דער קהילה!

עס דרייט זיך ארום א ווערטעל, השם האט אריינגעווארפען עטליכע מיליאן דאלער צוישען יידן, און יעדע נאכט איז עס ביי א צווייטן.

מען קען זיך שוין אליין פארשטעלן ווי גרויס איז די שמחה אין דער חתונה נאכט, יעדער עקסטער שפירט זיך א נאנטער מחותן! דאס איז איינע פון די סודות פון א שמחה ביי א חסידישער חתונה! ווי גייט דאס יידיש ווערטל: אויף א שטוב אויפבויען און אויף א קינד אויסגעבן, איז דא ביי גאט א ספעציעלן אוצר.


Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.