Yiddish with an Aleph

אַ ברכה — מיט אַ פּדיון

Adding Redemption Money to the Blessing

פֿון יהושע כּהנא

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

ביי חסידים ווייסט מען אז מען דארף א ישועה גייט מען צום רבי’ן נאך א ברכה, מען באשטעלט ביים גבאי א געשריבענער קוויטל מיט די נעמען פון די וואס דארפן א ישועה, און מען גייט אריין בקודש פנימה צום רבינס אויפנאם־צימער, דער רבי לייענט דעם קוויטל, ער ווייסט שוין וואס ער דארף ווינטשן, דער חסיד שטעלט אויפן טיש א פדיון, אויסלייז־געלט, און דער רבי גיט די ברכות.

דער מנהג פון אויסלייז־געלט, א פדיון, איז מסתמה שוין אן אלטער אנגענומענער אופן וויאזוי צו שטיצן א פאטריארך, א חשובער גייסטיגער. א גייסטיגער פירער וועט דאך געוויס נישט נעמען באצאלט פאר זיין שליחות פון גאט, איז פאראן אזא “צווישן מיר און דיר” סיסטעם, מען רוקט אים אריין א מטבע דא און דארטן, ביי א ברכה אדער ווידוי ארבעט עס זיך צום בעסטן אויס, דעמאלס דארף דאך דער יחיד צוקומען צום פאטריארך, פדיון’ט מען זיך, און די מסורה זאגט אז אזוי איז די ברכה מער חל. מען קען דעם פדיון אנרופן א “הייליגער טיפ”.

אין תנ”ך זעט מען שוין אז א ברכה פון א גייסטיגער האט געארבעט מיט באצאלן, און טאקע ווי א ביזנעס, פשוט באצאלן פאר די ברכה. יצחק אבינו האט געוואלט געבן עשו’ן א ברכה, האט ער צוערשט געבעטן א גוט שטיקל געפאנג. לויט טייל מפרשים איז דאס ווי דער חסידישער פדיון — אן דעם איז די ברכה נישט חל. אזוי זעט מען אויך אין אנדערע פלעצער אין תנך, אז ווען מען קומט צום “רואה”, צום זעער, דער נביא וואס האט אפענע אויגן, דארף מען קודם ברענגען א תשורה, א מתנה.

דער פדיון מנהג גרעניצט זיך מיט דער “מעמדות” מנהג. קלענערע רביס וועלן בשעת א דוחק, אין א שווערער צייט, גיין צו די מקורבים, די נאענטע צום הויף און בעטן “מעמדות” געלט. דאס איז נישט ווי א שנארער, דאס איז ווי א שטייער מעשה מלכות, א שטייער וואס מע גיט פאר דער מלוכה. מעמדות לכתחילה מיינט א שטעלע פאר עבודה און תפילה. אין די צייטן פון די מקדשות פלעגן זיך כסדר איבערבייטן שיפטן פון געקליבענע כהנים, לוויים און אפילו פשוטע ישראלים, זיך אפצוגעבן דעם גאנצן טאג מיטן טון די עבודה און דאווענען פאר כלל ישראל. רבישע אייניקלעך, אז זיי ארבעטן נישט, האבן זיי לכאורה אן ענליכע שטעלע צו די אוראלטע מעמדות, דאווענען פאר כלל ישראל. נו, דארף דאך כלל ישראל שטיצן די מעמדות.

א רבי אדער רביש אייניקל איז ווי דער כהן פון אמאל, ער איז פונעם חשובן קלאס ביי די חסידישע געמיינדעס, ער גייט אנגעטון מיט ספעציעלע לאנגע און גלאנציגע קליידער, און אים קומט שטיצע בדרך כבוד. אז דער גביר גיט א שיינע נתינה, א ברייטהארציקע מתנה, וועט ער באקומען א שיינע רבישע ברכה, א ברכה וואס קומט פון אונטער א ריפסענער [גלאנציקער] בעקיטשע — דאכט זיך אז עס קומט פון דער שכינה הקדושה און איז, פארשטייט זיך, א סך מער עפעקטיוו ווי א וואכעדיגע ברכה.

דער שאצער רבי, ר׳ שלום ז”ל שרייבט טאקע קלאר אין זיין ספר באריכות, אז היינטיגע צייטן איז דער בנש”ק, דער רביש אייניקל, אזויווי דער כהן פון אמאל, און דער אייבערשטער פירט אזוי אז ער זאל נישט האבן קיין פרנסה אזוי אז ער וועט זיין געצווינגען זיך צו האלטן אינעם רבישן מסגרת, צו האלטן דעם כבוד פון די עלטערן. דער שאצער רבי איז מעיד אז ער האט אליין געזען א סך רבישע אייניקלעך פראבירן זיך ארויסצודרייען פון זייער רבישקייט, זיי האבן אנגעהויבן ארבעטן ווי בעלי בתים. אלע זענען זיי אבער דורכגעפאלן. דאס איז א סימן פון הימל אז א בנש”ק טאר נישט ארבעטן מעשה באלעבאס.

עס איז דא א מעשה פונעם צאנזער רב, ר’ חיים ז”ל: עס איז געקומען צו אים א רביש אייניקל זיך אנטראגן צו זיין איינער פון זיינע שמשים. דער צאנזער האט אים אבער נישט געדארפט אלס משמש. האט יענער בנש”ק באַשלאסן צו “פארשעמען” זיין יחוס, ער האט אנגעהויבן ארבעטן מיט ערד פארן צאנזערס פענסטער. אזויווי דער צאנזער האט דאס דערזען האט ער זיך צעשריגן: „אוי געוואלד, א ר”ר מילך’ס אן אייניקל זאָל ארבעטן אזוי ווי א גאסן קערער? קום אריין צו מיר, וועסט זיין א משמש בקודש‟.

עס איז מערקוועדיג אז היינט, אן קיין בית המקדש, אן קיין כהנים אין פונקציע, אן קיין אפעציעלע נביאי השם, איז אלעס טראנספארמירט געווארן צום הויף, צום רבי’ן, און צו די בנש”קים. דער הויף איז ווי דער בית המקדש, די חסידים צאלן „שקל הקודש‟ כדי דאס אויפצוהאלטן, דער רבי איז אין תוך גלייך ווי דער נביא השם, מען צאלט אים פדיונות, און דער בנש”ק איז ווי דער כהן פון די מעמדות.

קויפט א ברכה און די ברכה איז אייערס!!!