Yiddish with an Aleph

מײַן אשת־חיל באַקט חלה לכּבֿוד שבת, אַ „יש מאין‟

How My Wife Baked Challah When All Ingredients Were Missing

פֿון זלמן חסיד

  • Print
  • Share Share

ווי עס איז באקאנט ביי אונז חסידים געפינען זיך דא א מאל אייגנארטיגע פראבלעמען, אבער אויך ווייסן מיר וויאזוי עס צו לייזן אויף אן אייגנארטיגן אופֿן. ווי זאגט מען: „א ייד גיט זיך שטענדיג אן עצה‟. לאמיר פארציילן א מעשה׳לע, וואס זעט אויס ווי א געוויינטליכע זאך, אבער עס פארציילט עפעס פון אונזער חסידיש לעבן.

פאר עטליכע וואכן צוריק האט מען אונז איינגעלאדן אויף א משפחה-שמחה, א שבע ברכות, אוועק פון אונזער געגענט. האט פאסירט אבער א מעשה, אז אין דער לעצטער מינוט האט זיך געמאכט, אז צוליב א טויש אין א שמחה פון אן אנדערע פאמיליע, איז ״אונזער״ שמחה געבליבן אן א זאל, מען האט די שמחה איינגעארדענט אין א פריוואטע הויז. האבן מיר מחליט געווען, אויב אזוי וועלן מיר נישט פארן צו די שבע ברכות, כדי נישט שווערער צו מאכן דעם בעל שמחה.

די צרה איז אבער, עס איז געווען פרייטאג צופרי, און קיין חלות האבן מיר נאך נישט אויף שבת! מען האט געמוזט צוגרייטן דעם שבת פון אנהייב ביזן סוף פרייטאג!. יעדער ווייסט אז א חסידישע ״באלעבאסטע״, ווי מען רופט אן א געלונגענע פרוי, אן אשת חיל, גרייט שוין אן דעם שבת פון דאנערשטאג צו אפילו פון מיטוואך אן, ווען מען זאגט שוין ביים דאווענען ״לכו נרננה״. פלוצלונג האט מען דא געמוזט אלעס אנגרייטן פרייטאג.

נו, קינד און קייט לערנט זיך אין א חסידישער סקול, אז חלה מאכט מען פון זיבן זאכן: מעל, וואסער, בוימל, אייער, צוקער, זאלץ און הייוון. קיין איינע פון די זיבען זאכן איז נישט געווען ביי מיר אין שטוב. ווייל אפילו וואסער פאר די חלות, וועט מיין ווייב נוצען סאדע וואסער אנשטאט וואסער פון קראן, פארוואס ווייס איך נישט. זי זאגט אז דאס מאכט בעסער דעם טעם. חוץ דעם האט זי געדארפט האבן נאך צוויי זאכן, סומסום־קערלעך, מיט וועלכער זי באשיט די חלה, און א בעקעלע אין דער פארעם פֿון אַ חלה, אריינצולייגן דאס טייג. קיין איינס דערפון איז נישט געווען אין שטוב.

נו, ווער עס וווינט ביי חסידים, ווייסט, אז אלעס קען מען קריגן ביי די שכנים, עס איז א נארמאלע זאך צו בארגן ביי א שכן וואס עס פעלט ביי דיר אין שטוב, די שכנה וועט גערן בארגן איר שכנה וואס זי דארף. אזוי האט מיין ווייב געטון. פון מיין שכן אויף רעכטס האט זי געבארגט מעל, פונעם שכן אויף לינקס — בוימל. פון דעם וואס וואוינט העכער מיט א שטאק — אייער. פון דעם וואס וואונט אונטער אונדז האט זי גענומען די סעסמין סיד, און פון א פריינדינע פון קעגן איבער האט זי געבארגט עטליכע בעקעלעך. צוקער און זאלץ. איז נישט קיין דאגה, ווייל זי האט זיך דערמאנט אז אין דער ספעציעלער „פסח־קיך‟, איז איבערגעבליבן פסח׳דיגע צוקער און זאלץ.

געפעלט האבן בלויז 2 זאכן. סאדע וואסער און הייוון. פונקט דאן האט מיין טאכטער וואס וואוינט עטליכע הייזער אוועק, אנגעקלונגען, אז זי וויל אריבערקומען עפעס נעמען, האט איר די מאמע געבעטן זי זאל ברענגען א פלאש סאדע. און הייוון? אויך נישט קיין דאגה. איידער איך בין ארויס דאווענען דערמאנט מיך מיין ווייב: אלעס האב איך ב״ה שוין געשאפען, איך בעט דיך ביטע, פארגעס נישט צו קויפן הייוון פון גראסערי, דאס איז שוין א זאך וואס עס איז שווער צו בארגן, ווייל יעדער קויפט דאס איין אין גראסערי פונקט וויפיל מען דארף, נישט מער. אבער ווי אן „עכטער‟ מאנ׳ס פערזאן האב איך פארגעסן! האט מען עס ווייטער געשאפן פון אן אנדערע שכן. מיט אזעלכע ניסים איז פֿונעם טייג ב״ה צוזאמענגעשטעלט געווארן א ״יש מאין״, נאר פון שכנים וואס יעדער האט צוגעהאלפען.

ווען איך בין אריין אין קיך, האב איך געזען מיין פרוי שטייט נעבן די נארוואס געמאכטע טייג, און זאגט שטאלץ, פרייליך, מיט ערינסטקייט און כוונה, די תחינה וואס עס זאגט א פרומע יידישע פרוי ווען זי טוט די ספעציעלע מצוה פון נעמען חלה.

„מיין חלה זאל אנגענומען ווערן, אזוי ווי א קרבן אויף דעם מזבח איז אנגענומען געווארן…… איך בעט דיך ליבער גאט מיינע קינדער זאלן געשפייזט ווערן פון דיר אין זכות פון מיצוות חלה…. מיין חלה נעמען זאל געגליכן ווערן גלייך ווי איך נעם מעשר…..

איך האב זיך דערמאנט אין דעם ווארימען ליד וואס מיר זינגען פרייטאג צו נאכט, איידער מע שניידט די חלה: „אשת חיל, היתה כאניות סוחר ממרחק תביא לחמה,‟ אן אשת חיל איז די וואס מאכט ״מעשה סוחר״, זי שאפט ברויט פון דער ווייטן….


Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.