Yiddish with an Aleph

חמר מדינה, חשובֿע געטראַנקען בײַ חסידים

What Makes A Drink Hasidic?

פֿון יהושע כּנהא

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

מען זאגט וועגן איינעם פון די פריערדיגע צדיקים, אז בראנפן האט דער באשעפער באשאפן צוליב זיינע אידעלעך, זיי זאלן מאכן פרנסה דערפון. ווי באקאנט איז פאר אידן אין די קריסטליכע לענדער נישט געווען דערלויבט צו פארמאגן ערד, זענען אידן געווארן סוחרים, און ווען די חכמה פון בראנפן ברענעריי איז ארויסגעקומען איז דאס געווארן א אידישע באשעפטיגונג. דאס איז דאך דער באקאנטער משקה פון דער קרעטשמע ביי די שיידוועגן, דער ארענדאר ביים פריץ.

פרנסה האבן אידן געמאכט פון גויאישע „טרינקערס‟; שיכּורים וואס האבן ליב דעם ביטערן טראפן. אבער בראָנפן איז אודאי אויכעט א הייס חסידישער משקה. אן קיין בראָנפן זאגט מען דאך נישט קיין לחיים. מיט א גלעזל י”ש (ראשי תבות פון „יין שרף‟, ברענעדיגער וויין), דערציילט מען חסידישע סיפורים פון אמאליגע רבי’ס. א לחיים איבער לעקעך מיט בראָנפן נאכן דאווענען איז א פארצייטישער היימליכער איבערלעבעניש, א נאסטאלגישער זכר פון דער אמאל. פארשטייט זיך אין חב״ד זעצט מען זיך נישט צו קיין התועדות אן קיין משקה.

מען קען נישט פארגלייכן די שנאפס וואס אן ערל טרינקט (ווי גייט דאס לידל: „שיכור איז ער, טרינקען מוז ער, ווייל ער איז א גוי‟) צו א לחיים וואס א הייפל אידן מאכן איבער א בראָנפן גלעזל מיט א „גוט ווארט‟ אדער סיפור.

אין הלכה איז פאראן א טערמין וואס הייסט „חמר מדינה‟ די חשובע משקה פון לאנד. א חשובע משקה אין דעם לאקאלן לאנד קען זיין כשר פאר מאכן קידוש און הבדלה. וויין איז שוין טויזנטער יארן דער אינטערנאציאנאלער חמר מדינה, דאס איז די גאלד פון די געטראנקען, דאס פארנעמט טאקע דער חשובסטער ארט אין דער אידישער קולטור, אבער אויסער אידישליך שמעקט עס אויכעט זייער חסידיש, ביים רבי’נס טיש, שבת צו א יארצייט סעודה, רופט דער גבאי אויס די נעמען פון די וואס „שטעלן וויין‟. דאס איז שוין גלייכצייטיג אן הזכרה (דערמאנונג פאר א ישועה). בראָנפן איז שפעטער געווארן א שיתוף צו וויין מיט זיין אינטערנאציאנאלע חשיבות.

ראזשינקע וויין, דאס איז א געשמאקער היימישער פוילישער וויין, געמאכט פון ראזשינקעס, קיין פרישע טרויבן זענען אין די מדינות נישט געווען בנמצא, האט מען געמאכט וויין פון איינגעווייקטע ראזשינקעס, דאס איז די חמר מדינה ביי א סך פוילישע און רוסישע רבי’ס. די וואס געדענקען א קידוש וויין פון ראזשינקעס קענען קיין שבתדיגן טעם נישט שפירן אן אט דעם וויין. גלייך ווי א וויליאמסבורגער איד קען נישט לעבן אן קיין קדם טרויבן־זאפט (גרייפדזשוס).

ביר איז דער היינטיגער אינטערנאציאנאלער גאסן געטראנק, אבער אויך ביי אידן איז עס אנגענומען געווארן ווי א חמר מדינה. ביי א שלום זכר טרינקט מען א גלעזל ביר. מאנכע זאגן אז דער משקה ביר, געמאכט פון גערשטן, ווערט שוין דערמאנט אין דער תורה, דאס איז דער “שכר”. קיין חסידישע זכרונות דערמאנט זיך אבער נישט איבער א ביר. עס וויקלט זיך נישט דערמיט קיין חסידישע נאסטאלגיע.

מעד, די גאליציאנער חנוכה משקה געמאכט פון האניג, שמעקט שוין יא נאסטאלגיש. נאכן קוקן אויפן רבין ווי זיינע אויגן שעפן זיך אן מיטן אור הגנוז, די פארבארגענע הייליגע ליכט וואס גאט האט באהאלטן ביי ששת ימי בראשית (חנוכה איז א געלעגנהייט דאס צו זען דורך די ליכטלאך, אזוי שטייט אין די חסידישע ספרים), שטעלט מען מעד פארן רבי’ן.

אז מען גייט אוועק פון שארפע משקאות, זענען דאך דא קאווע מיט טיי, די הייסע געטראנקען פון דער באבעס טשייניק. קאווע (נישט קאפי אדער קאפעע חלילה) איז דאך איין שטיק חסידישקייט. א חסידישע קאווע איז גאר עפעס אנדערש ווי אפילו א ליטווישע ישיבישע קאווע. מיט וואס גרייט זיך א חסידישער יונגערמאן צום דאווענען אינדערפרי? מיט א חסידישן ספר, א טעפל קאווע, הכנות, און א מקווה. וואס הערט זיך דען מער היימיש און חסידיש ווי א „קאווע שטיבל‟? דארטן ווערט מען פארהיימישט מיט דער גאנצער היימישקייט. א קאווע פלעק אויפן גרויסן חסידישן טלית קטן איז א משלנו היימישער סימבאל. פיל מיט בליציגע רעיונות זענען פאראן אויף א טעפל קאווע, קאווע מיינט דאך האפענונג, קווה אל ה’ חזק ויאמץ, א האפענונג צו גאט זיך צו שטארקן. ס׳איז טאקע דא א חסידישע האפענונג: „לאכן פון דער וועלט, פארן רבין א קוויטל געשטעלט‟. דער סדר וויאזוי צוצוגרייטן די קאווע דארף שטימען מיט חסידישער קבלה. צוערשט גיסט מען אריין די שווארצע ביטערע קאווע וואס רעפרעזענטירט דין, שארפן משפט, דערנאך פארדעקט מען דעם „דין‟ מיט ווייסע מילעך וואס ווייזט רחמים.

טיי איז דער געטראנק פונעם בלאט גמרא. אבער אין ארץ ישראל איז א גלעזל טיי דער געטראנק אויף וואס זקני ירושלים שמועסן חסידישע מאמרים צוזאמען מיט פאפיטעס [סעמעטשקעס]. דאס איז חסידישע נאסטאלגיע נאך די געסעלעך פון א שבתדיגע ירושלים.

און לאמיר נישט פארגעסן די לייכטע קאלטע געטראנקען, אויך דא געוואנדן אין די אינטערנאציאנאלער חמר מדינות. קאלא, דער סאדע, איז געווען א באליבטע משקה ביי א סך רביס פונעם פריערדיגן דור. איינער פון די פריערדיגע לעלובער רבי’ס (זיי זענען באקאנט מיטן זיין זייער אריגינעל און נאטירליך) פלעגט ביים טיש כסדר בעטן צו דערלאנגען „די שווארצע סאדע‟. גלייך ווי אין דער וועלט איז אויך ביי חסידים דא א חילוקי דעות צו „קאקא קאלא‟ מיטן הכשר פונעם חב״דסקן הרב לאנדאו, אדער „פעפסי‟ מיטן קנאישן עדה החרדית הכשר. די חסידים פונעם עדה החרדית רב ר’ משה אריה פריינד געדענקען ווי זייער רבי האט ביים טיש אפט פארטרונקען דאָס עסן מיט פעפסי. 

מאראנצן זאפט [אראנזש דזשוס] איז דאך דער פרוכטיגער אינטערנאציאנאלער געטראנק, ספעציעל אין אמעריקע, דאס איז געווארן א טייל פונעם יידישן טיש, ביי א סעודת מצווה, א מסיבת לחיים, און ביים אפפאסטן אין שיל. מיט דער צייט וועט עס שוין אויך קריגן א חסידישן טעם.