Yiddish with an Aleph

וואָס חסידישע קינדער שפּילן זומערצײַט

Games That Hasidic Children Play During the Summer Months

פֿון זלמן חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

דער זומער איז שוין ברוך השם דא מיט איר פולע פארע, די זון שיקט טעגליך ארויס אירע הייסע שטראלן, און ווען דאס געשענט, מארשירט ארויס אן ארמיי פון צענדליגער טויזענטער יידישע קינדער, אויף די ניו יארקער גאסן.

אין אן אנאליז פונעם OPJAC — אן ארגאניזאציע וואס באקעמפט די גענעראליזאציעס און סטערעאטיפן וועגן פרומע יידן — ווערט אנגעוויזן אז אין ברוקלין אליין, ווי עס געפינען זיך די גרויסע חסידישע צענטערס וויליאמסבורג, בארא פארק, פלעטבוש, קראונהייטס, זענען צווישן די ״ארטאדאקסן״ דא איבער 81,000 קינדער - יינגעלעך און מיידלעך - און יונגע לייט. אויב רעכנט מען אריין די גאנצע שטאט ניו יורק איז דא איבער 150,000 קינדער.

אין ניו דזשערסי אין יידישן לייקוואוד, איז דא איבער 31,000 קינדער. אין ראקלענד קאונטי — איבער 27,000. אין סאטמאר׳ע שטעטל „קרית יואל‟ מאנרא — איבער 13,000. אזוי ווי רוב ארטאדאקסן, ספעציעל קינדער, זענען חסידים, מיינט עס אז אין סך הכל רעדט מען, פון קרוב צו 200,000 חסידישע קינדער, בלי עין הרע.

נו, געוויסע מענטשן פון דער נישט יידישער וועלט וועלן עס אנקוקען מיט בייזע אויגן, ווייל דאס שליידערט צוריק אין פנים אריין די טענה, אז „חסידים פאסן זיך נישט גיט אריין אין אמעריקע‟. ווען עס פאסירט אן אייצעלנע טראגעדיע אין די חסידישע קרייזן, ווי למשל אזא פאסירונג ווי מיט לייבעל קלעצקי, גאט זאל אונז היטען, וועלן זיין די אין די ניו יארקער פרעסע וואס וועלן שרייבן, אז דאס קומט צוליב דעם וואס דער חינוך פון די חסידים טויג נישט. אבער יעדער פארשטייט אז אזא טראגעדיע האט פאסירט איינס אין צוויי הונדערט טויזענט!, כאטש איינס איז אויך ליידער צופיל.

אין די זומער טעג, קומען די צענדליגער טויזענטער יינגלעך און מיידלעך ארויס פון זייערע היימען פארנאכט און שפילן זיך געמיטלעך. יינגעלעך עקסטער און מיידלעך עקסטער, נישט צוזאמען. וואס, א שטייגער, שפילן זיי?

דא רעדט זיך וועגן בלויז א טייל פונעם זומער ווייל איבער צוויי חדשים לאנג פארברענגען רוב קינדער אין „קעמפס‟ און אין דער „קאנטרי‟ אויף די בערג וואו מע שפילט פארשידענע שפילן, ווי שווימען אין באסיינען. בלייבט איבער לערך דריי חדשים, פון פסח ביז אינמיטן חודש תמוז, און נאכדעם עטליכע וואכן ווען מען קומט אהיים פון די קעמפס.

ביי חסידים איז דאך נישט דא קיין טעלעווישען אין שטוב, אויך נישט קיין קאמפיוטערס, איי-פאון, לעפטאופס, צו אנדערע עלקטראנישע שפילן, בפרט נישט פאר קינדער. בלייבט מען נישט איינגעשפארט אין שטוב נאך נאכטמאל, אדער אין דער פרייער צייט, וועלן רוב קינדער זיין אויף די גאס.

בייקס מיט צוויי גרויסע רעדעלס, איז ביי אסך חסידים נישט אנגענומען, ספציעל ביי סאטמארע חסידים. אין מאנסי איז יא דא חסידים צי פרומע יידן וואס וועלן האבן גרויסע בייקס.

אנדערש אבער איז מיט די קלענערע בייקס, „ביג ווילס‟, און אלע ערליי פארנדיגע וועגענער, האבן יא חסידים גאר אסך. דערמיט רייזן זיי ארום די גאסן פון זייער געגענט, מאסן ווייס.

מיידלעך שפילן זיך מיט „באל‟ און מיט א „ראפ‟ (שטריק). יינגלעך בדרך כלל שפילן דאס נישט, אפילו גאנץ קליינע. טייל יינגלעך שפילן אינדערהיים מיט בלאקס (בוי־קלעצעלעך). אין די לעצטע יארן איז געווארן זייער פאפולער אז חסידישע קינדער שפילן מיט „מענטשלעך‟, שפילצייג אויסגעשטעלט ווי א רבי און חסידים, צי ווי א פאמיליע טאטע-מאמע און קינדער, צו ווי בעלי מלאכות. די קינדער אין די גאס וועלן שפילן א שפיל ווי „כאפן‟, א גרופע קינדער לויפן ארום און וועמען מען כאפט דעם ערשטן, ער דארף נאכלויפן א צווייטן קינד כאפן. אויך איז פאפולער די שפיל „באהאלטן‟, ווי א גרופע יינגלעך באהאלטן זיך, און איינער דארף אלע אויפזיכן און שנעל לויפן צו דעם פלאץ וואו מען באשטימט, און אויסשרייען דעם נאמען פונעם קינד וואס ער האט געכאפט.

קיין לידער הערט מען נישט בשעת׳ן שפילן, פון מיידלעך זיכער נישט, דאס איז נישט אין איינקלאנג מיט די וועגן פון צניעות, פון יינגעלך אויך נישט. אבער א גרויסן גערודער גייט, עס איז לעבעדיג און לוסטיג אין די גאסן ווען די קינדער שפילן זיך.

אין די טעג דארף מען אויך דערמאנען די קינדער אז מחלוקת, קריגן זיך מיט אנדערע קינדער, איז א שרעקליכע זינד. ביי חסידים איז דאך אלעס זייער שטרענג, וועט מען טרעפן קינדער וואס ווילן נישט שפילן מיט א צווייטע גרופע. ליידער האט מען אפילו פיינט א קינד וואס געהערט צו א צווייטע חסידות, קינדער וועלן אמאל וויי טון א צווייטן קינד, נאכשרייען און אפילו מאכן א שאדן פאר יענעם. סאטמאר אליין איז צעטיילט אויף גרופעס, און איין גרופע קינדער וועט זיך נישט שעמען ארויסווייזן האס און שינאה אויף א צווייטע גרופע, בלויז ווייל די עלטערן האבן מיינונגס פארשידענהייטן.

עס איז די אחריות פון די עלטערן און פון די מחנכים אויסצולערנען די מצוה פון אהבת ישראל, נישט פיינט האבן א צווייטן ייד, אפילו ווען זיינע עלטערן האבן א צווייטע מיינונג. מע דארף זאגן די קינדער: „דער בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב שנאת ישראל, עס וועט ווידער אויפגעבויעט ווערן נאר אויב מען וועט ליב האבן יעדען ייד וואס גלייבט אין השם און אין זיין תורה, במהרה בימינו אמן.