Yiddish with an Aleph

זאָל דער רבי טאַנצן – אָבער בלויז אויב ער קען!

Let the Rebbe Dance – But Only If He's Good At It!

פֿון יהושע כּנהא

  • Print
  • Share Share

איך פארשטיי עפעס נישט. איז א רבי א צירק טענצער?

איך קוק מיך צו צו די חסידישע בילדער אין די מאגאזינען און ווידיאוס: „דער טאנץ פון גערער רבין‟, „דער טאנץ פון בעלזער רבין‟ און נאך פארשידענע רבי’ס מיט „זייער טאנץ‟.

מען קען פון די קעפלעך מיינען אז מען רעדט דא פון טרענירטע טענצערס.

איך געדענק ווי דער בדחן פלעגט אויסגראמען דעם רבין ביים מצווה טאנץ מיט א משל פון אן ארענדאר מיט א פריץ. 

דער ארענדאר האט נישט געהאט מיט וואס צו באצאלן דאס חודשליכע געהאלט, האט אים דער פריץ געוואלט לייגן אין טורמע, זאגט אים דער ארענדאר: “הער פריץ, קיין געלט האב איך טאקע נישט אבער איך בין א שיינער טענצער. אפשר קען איך אפצאלן מיין חוב מיט געטענץ”. און יא, דער פריץ האט אנגענימען דעם פארשלאג און דער טאנץ האט אים באפרייט פון צרות.

וויינט דער בדחן מיט זיין שטימע:

“דער רבי וועט פארן רבש”ע טאנצן דאס מאל
און דערמיט אפצאלן די חובות פון כלל ישראל
און פארשרייען די שלעכטע גזירות משעיבוד לגאולה ומעבדות לחירות”

א הארציגיר משל; דער נמשל איז אבער נישט גלייך. קודם כל, האט דען דער רבונו של עולם מסכים געווען צו דעם געשעפט? אז דער פריץ האט ליב געטענץ ווער זאגט אז דער רבונו של עולם האט עס אזוי ליב, עד כדי כך אז ער זאל פארגעבן די חובות? 

אבער לאמיר שוין זאגן אז דער רבונו של עולם האט ליב געטענץ אזויווי דער פריץ. נו, לויטן משל דארף מען דאך קענען טאנצן. קענען דען אלע רבי’ס טאנצן?

לאמיר אבער אראפ קריכן פונעם משל. תכלית, וואס איז דער ענין אז דער גראמער מאכט א גאנצער התעוררות הכנה, און ענדליך קומט דאס דערווארטע, רבינו שליטא במלוא הודו גייט נעמען די גארטל, די מוזיק גיט זיך א “צינד” אן, דער רבי הייבט זיינע פיס, און דער עולם ווערט עלעקטריזירט.

עס איז א פארהייליגטע ליאלקע (פאפעט) וואס טאנצט. עס באגייסטערט דעם עולם אז דער פארהייליגטער סטאטוע איז מסכים צו גיין כאפן א טאנץ. 

אז דער באבעווער רב ר׳ שלומלע זצ״ל איז געווען א לוסטיגער טענצער, נו, האט ער א רעכט צו טאנצן. דער וויזניצער ר׳ משהלע אויכעט, אז מען איז א רבי און מען איז אויכעט א גוטער טענצער זאל מען שוין אויסניצן דעם טאלאנט צו דערפרייען די חסידים. אבער אנדערע רבי’ס וואס ווייסן קוים וויאזוי צו הייבן א פוס? פארוואס דארפן זיי ווערן טענצערס? אוי האט ר׳ חיים קאניעווסקי מזל אז ער איז נישט קיין חסיד, ער זאל פון א תורה שרייבער ווערן א טענצער אדער זינגער! 

בכלל איז עס א מנהג ביי חסידים, אז דער רבי טוט דאס וואס ער קען נישט. עס הייבט זיך אן מיטן ירשענען עפעס וואס ווער זאגט ער טויג דערצו, דער רבי איז דער בעל תפילה, און חסידים בעטן זיך רבינו השמיעינו את קולך, דעם רבינס קול איז באליבט. נו אז די חסידים שרייען געוואלד אז דאס קול פון זייער רבין איז זיי באליבט, ווער קען עס האבן טענות? א מזל נאר אז דער רבי דארף נישט דזשאגלען מיט פאקלען, מאכן קאזשעליקעס, אדער אנפירן אן ארקעסטער. די חסידים וואלטן דאס אויכעט ליב געהאט פון זייער רבין. 

אינגאנצן נאריש זענען זיי אבער נישט די חסידים. ווען דער רבי זאל זיין דער פילאט פינעם פליגער מיט וואס זיי פירן צו זיך אהיים אויף שבועות וואלט דער רבי נישט געהאט קיין מנין.

איר ווייסט וואס, אין א שטילער הייפל האט עס א חן, א קליין הילצענער בעל שם טוב שטיבל מיט א פאראייניגטער גרופע חסידים, ארום זייער רבין, דער טאטע. אז דער רבי איז דער גוטמוטיגער גורו, טאנצט ער פאר זיינע חסידים, ער זינגט פאר זיי, ער איז זיי מעורר, אבער אלס א פאזיציע? דאס שיינט שוין דיקטאטאריש. נאר פארגעטערונג קען מאכן חסידים הנאה האבן פון א טענצער וואס איז נישט קיין טענצער, א זינגער וואס איז נישט קיין זינגער, א רעדנער וואס איז נישט קיין רעדנער, א צורה וואס איז נישט קיין בעל הדרת פנים. א מעורר וואס איז נישט קיין פרעדיגער, א מנהיג וואס פארמאגט נישט קיין פירערשאפט קוואליפיקאציעס.

אז איר האט הנאה פון פארגעטערונג, מיט א גוטן אפעטיט.

אין אונזערע מקורות געפינען מיר אז מען דארף אויפנעמען די וואס טויגן צו עפעס. א בעל תפילה דארף האבן א שיין קול, א רעדנער דארף קענען באיינדרוקן דעם עולם, די חכמי ישראל וואס ווערן געשילדערט אין גמרא אלס צענטראלע טענצער ווערן אפגעמאלן ווי פאכמאנישע טענצער. אבער גיי טענה זיך מיט א חסיד שוטה. ער וועט באלד זאגן אז אט דער אומ’שכל איז דאס וואס האלט אידישקייט.

 נו אפשר איז ער גערעכט.