Yiddish with an Aleph

ליבשאַפֿט צווישן טאַטע־מאַמע אין אַ חסידישער היים

Love Between Parents in a Hasidic Home

פֿון זלמן חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

ווען איך בין געווען גאר יונג, האב איך געלייענט יידישע ביכער פון אלע סארטן, אפילו פון אזעלכע וואס מען טאר נישט לייענען ביי חסידים, ראמענען פון ליבע, וואס איז אזוי פאפולער ביי סעקולערע יידישע שרייבער.

איך האב זיך געוואונדערט, ווי איז די ליבע צווישן טאטע און מאמע? ביי די גאנצע חסידישע וועלט וועט מען כמעט נישט זען ווי א מאן און ווייב ווייזן ארויס שטארקע פיזישע נאנטקייט. צום ביישפיל איך האב קיינמאל נישט געזען ווי מיין טאטע זאל קושן מיין מאמע.

טאקע צוליב דעם האלטן דרויסנדיקע אז ביי די חסידים עקזיסטירט נישט קיין ליבע צווישן מאן און ווייב. א גאנץ לעבן דערקענט מען נישט אויסערליך אז מאן און ווייב האבן עפעס א סעקסועלע באנעמונג איינע צום צווייטן, קליינע קינדער קענען זיין מיט עלטערן יארן לאנג און נישט אויפכאפען אז דער טאטע און די מאמע זענען פארליבט. נו, וועלן זיין מענטשן וואס וועלן זאגן אז ס’איז טאַקע אַזוי.

ליבע איז נישט אזא זאך וואס מען קען זען. עס איז באהאלטן אין הארץ. עס איז אויך נישט א זאך וואס מען קען פארשטיין. פארוואס זענען די צוויי פארליבט? אין איינעמס אויגן קען זיך דוכטן אז דער מאן אדער פרוי איז גארנישט אזוי שיין, ווען ביים צווייטן איז עס די שענסטע, זיסטע, און טייערסטע.

און פארקערט, א מאל וועט א פארפאלק בלויז ״שפילן״ דעם שפיל אז זיי האבן זיך ליב, ווען אין דער אמתן לעבט מען צוזאמען וועגן גאנץ אנדערע סיבות, ווייל מען האט קינדער, אדער צוליב א ביזנעס חשבון.

ליבע ווערט צעטיילט אין צוויי חלקים: איינס ווען מען איז פארליבט צוליב דעם אויסערליכן קערפער פון א מענטש, מען גלייכט דאס גשמיות, דאס אויסזען פונעם מענטש, דאס געשטאלט, די הויך, די אויגן. די צווייטע סארט איז מען האט ליב דעם נפש פון יענעם, זיין שכל, און אז מען זעט ווי ביידע האבן דעם זעלבן ציל און שכל, ווערט מען פארליבט.

דער חילוק איז זייער גרויס. ווען מען האָט ליב יענעמ׳ס קערפער און געשטאלט, איז דא א שטארקע מעגליכקייט די ליבע זאל זיך מיט דער צייט אויסלעשן, ווען מען געוואוינט זיך צו דערצו, אדער מען זעט א שענערע געשטאלט. דעמאלט קען זיין אז די ליבע אפערע זאל זיך אויפהערן.

אנדערש אבער ווען מען איז פארליבט ווייל מען האט איין איינציגע ציל, מען איז פארליבט אין יענעם׳ס שכל און חכמה, איז עס א ליבשאפט וואס איז נישט געווענדט אין א גשמיות׳דיגע זאך, און אויף דעם זאגט די משנה אין מסכת אבות (פ״ה מט״ז) עס איז ״אינה תלויה בדבר״, אזא סארט ליבשאפט וועט קיינמאל נישט אויפהערן.

ביי חסידים נאכדעם וואס מאן און ווייב באקענען זיך, גיסט זיך צונויף זייער גייסט, זייער אמונה אין גאט, זייער ווילן צו היטן די תורה צוזאמען, אט דאס ווערט די באזע, דער יסוד פון זייער הויז. עס גייט אריבער עטליכע יאר, זיי האבן קינדער צוזאמען, ביידע לייגן אריין איבערמענטשליכע כוחות אויפצוציען די קינדער ווי זייערע עלטערן האבן זיי געלערנט, און ווי זיי אליין ווילן.

מיט דער צייט ווערן זיי צוזאמען געבונדען ווי א מאגנעט, און זייער נשמה ווערט איינע. מען בויט צוזאמען אן אימפעריע, פון זיסע לעכטיגע שיינע קינדערלעך, ביידע ארבעטן שווער אנצוקומען צו דעם ציל.

ביי חסידים איז אלעס געטאן לויט דער תורה, די שיינקייט און ליבע וואס א פרוי האט צו א מאן, זעט זיך טאקע נישט ארויס, עלטערין לייגן אריין אין זייער קינדער די מידה פֿון ״צניעות״ וואס מיינט „באהאלטען‟. ווי דער פסוק זאגט: כל כבודה בת מלך פנימה (תהלים מה, יד), דער גרעסטער כבוד פון א קעניגליכע יידישע טאכטער איז ווען זי איז באהאלטן, איר ליבע גיט זי דירעקט צו איר מאן, נישט צו קיין צווייטן, שלמה המלך דער חכם פון אלע שרייבט: שקר החן והבל היופי אשה יראת ה׳ היא תתהלל, אויסערליכער חן קען זיין פול מיט ליגנס; שיינקייט ווערט מיט דער צייט איבערגעדרייט אויף נארישקייט; און א פרוי וואס פארכט גאט דארף מען לויבן.

דער באליבטער מחבר פֿון לידער, יום טוב עהרליך, זינגט:

אין דער מאמעס שירצעלע, ליגט דארט גאלד אינמיטן,
בינדט זי צו מיט שטריקלעך, אז עס זאל זיך היטן!
אין מיין מאמעס הערצעלע, ליגט דארט א פארמעגן,
היט זי אפ איר הערצעלע, און טוט עס צודעקען!

טאקע דערפאר זעט זיך נישט אן קיין סעקסועלע ליבע, און קינדער ווערן נישט געוואויר פון דער ליבע צווישן טאטע־מאמע. אבער ביים ריכטיגן פלאץ און ביי דער ריכטיגער צייט, קומט ארויס די גאנצע יידישע ליבע איינער צום צווייטן מיטן פולע קראפט, אויף א פרעכטיקן אופן.

און טאקע דערפאר גילט ביי א חסיד דאס יידישע ווערטעל: ״האב מיך ווייניגער ליב, נאר האב מיך לאנג ליב.‟